בלאט 3 פון 5
עפל אינוועסטירט א ביליאון אין טשיינע רייד שערינג מארקעט
נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 10:58 am
דורך שאולדיספריםפאקער
ווי וויכטיג איז די טשיינע מארקעט פאר עפל ? די קאמפעני האט יעצט אינוועסטירט א ביליאון דאללער אין א קאמפעני וואס הייסט Didi Chuxing וואס דאס איז אובערס גרעסטע קאמפעטישין אין טשיינע, מיטן ציהל צו בעסער פארשטיין די טשיינע מארקעט
מיר מאכן די אינוועסטמענט פאר א עטליכע סטארטיגיק סיבות אריינגערעכנט איז צו לערנען די מהלכים פון די טשיינע מארקעט האט עפל סי אי או טים קאוק געזאגט פאר רויטערס נייעס אגענטור . וודאי האלטן מיר אויך אז די אינוועסטמענט וועט ברענגען גוטע ריטורנס .
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 12:56 am
דורך שאולדיספריםפאקער
עמעזאן האט געמאלדן אז זיי קומען ארויס מיט פרייוועט לעבעל פאר די היים און עסן און ווייטעמינען פראדוקטן.
זיי נעמען איין די וועלטס מארקעט זיי פארגרעסערן זייער מאנאפול פון טאג צו טאג.
זייער סטאק איז געשטיגן די לעצטע 52 וואכן פון 418 צו 715 זיי זאגן אז ער איז גאר נאנט צו דערגרייכן צו 1000 א שעיר
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 9:02 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:עס דראעט יעצט פאר וואלקסוועגאן צו באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון 48 ביליאן דאלער!!
שוין, מען האט געסעטלט פאר 'בלויז' 15 ביליאן דאלער.
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 12:51 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
וואלמארט האט אפגעקויפט JET.COM פאר ארום 3.3 ביליאן, כדי צו קאמפיטן מיט עמעזאן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 4:01 pm
דורך כלבאשבוע
5,300Wells Fargo employees fired for creating over 2 million phony accounts
http://money.cnn.com/2016/09/08/investi ... index.html
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:36 pm
דורך כלבאשבוע
עליזאבעט ווארען נעמט דעם CEO אויפן צימבל, דברים כדרבונות!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=K8HfGAx8coE[/youtube]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:41 pm
דורך הוגה
Wow! Good job by senator Warren.
The one thing that I am upset about Obama's presidency is that he never prosecuted even one Wall Street Exec for what they did prior to the recession. Not one exec was prosecuted and they are all out there doing the same thing that they did prior to 2008, lining their pockets at the expense of millions of regular people, who would get harsh jail sentences for stealing a 20 dollar bill or smoking a joint. Wait and see how 2008 happens again very shortly and how the government will bail out the big companies again. Obama helped the US gain a nice economic recovery but he made no changes whatsoever.
I was a happy Wachovia customer for many years, I had my personal account and business account with them. After 2008 they were swallowed up by Wells Fargo. It didnt take me too long to experience their grubby greediness and I left the bank within 2 or 3 month. I never looked back.
I would say that I hope that this scandal does them under, but it will have an effect on everyone. I do hope that these guys rot in jail. 5300 low level employees were fired while the real crooks are still flying their private jets. Scumbags! I
.
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:16 pm
דורך החוקר
עפל האט אנאנסירט די נייע מעקבוק פרא, איינע פון פון די אפדעיטס איז א "טאטש באר" א נייע חידוש אין לעפטאפס.
#געניאלע_איידיעס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:23 pm
דורך שלום על ישראל
טוויטער פארשיקט 9% פון זייערע ארבייטער איבער די וועלט.
ווי אויך וועלן זיי פארשפארן די
וויינשטאק ווידיא עפפ.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:28 pm
דורך שמעקעדיג
החוקר האט געשריבן:עפל האט אנאנסירט די נייע מעקבוק פרא, איינע פון פון די אפדעיטס איז א "טאטש באר" א נייע חידוש אין לעפטאפס.
#געניאלע_איידיעס
אין די זעלבע צייט גייען זייערע פראפיטן אראפ. זעהט אויס עס האט שוין דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל, און דער גלגל החוזר הייבט אן ארבעטן.
די טבע'דיגע סיבה איז ווייל זיי האבן אסאך אינוועסטירט אין זייערע האנט-זייגערס (איי-וואטש) און איז נישט צו אויפגעכאפט, ווי אויך אז רוב מענטשן וואס ווילן האבן אן אייפאן האבן דאך שוין, טא איז דאך נישט שייך צו גיין ארויף.
(די אמת'ע סיבה, גיבט אן ראבינאוויטש הידוע, איז צוליב וואס רוב עולם דראפט לעצטנס די אייפאונס און מען קויפט פליפ-פאונ'ס ע"פ הוראת העסקנים)
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:38 pm
דורך החוקר
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אויך אז רוב מענטשן וואס ווילן האבן אן אייפאן האבן דאך שוין, טא איז דאך נישט שייך צו גיין ארויף.
(די אמת'ע סיבה, גיבט אן ראבינאוויטש הידוע, איז צוליב וואס רוב עולם דראפט לעצטנס די אייפאונס און מען קויפט פליפ-פאונ'ס ע"פ הוראת העסקנים)
לאו דווקא, ווייל מענטשן קויפן א נייע יעדע צוויי ביז פיר יאר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:51 pm
דורך שלום על ישראל
דאס אז מענטשן האלטן אין איין קויפן נייע יעדע פאר יאהר העלפט נישט די קאמפאני וואקסן (growth), עס האלפט נאר אנהאלטן (sustain) די יעצטיגע נומערן.
די טיפישע צווי וועגן צו אנהאלטן די וואוקס, איז אדער ארויסקומען כסדר מיט חדשות, אדער אריינגיין אין נייע מארקעטן (למשל אריינברענגן די אייפאן קיין טשיינע.)
פראבירענדיג די חדשות מהלך מיט די אייוואטש, זענען זיי מער ווייניגער דורכגעפאלן.
נייע מארקעטן איז אויך א פראבלעם. טשיינע און ס'איבריגע אזיע איז שוין איינגענומענע שטחים (ד.ה. פאריעהריגע וואוקס), און ארומערע לענדער קענען זיך נישט ערלויבן א $600+ טעלעפאן. דאס איז די גרויסע קאפשטיק פון די אייפאן SE, וואס גייט פאר $400 א שטיק, כדי עס צו קענען אריינברענגען אין די מארקעטן ווי די אלגעמיינע אייפאן האט נישט קיין פאטענציעל.
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:23 pm
דורך החוקר
שלום על ישראל האט געשריבן:דאס אז מענטשן האלטן אין איין קויפן נייע יעדע פאר יאהר העלפט נישט די קאמפאני וואקסן (growth), עס האלפט נאר אנהאלטן (sustain) די יעצטיגע נומערן.
נו אויב אזוי דארף די סעילס פון אייפאונס אנהאלטען נישט טראסקען. עס איז נישט נאר אז די growth rate איז אראפ, וואס איז פארשטענדליך אויב יעדער וואס קען/גייט קויפן האט שוין געקויפט, די סעילס זענען אראפ.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:37 pm
דורך שלום על ישראל
החוקר האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:דאס אז מענטשן האלטן אין איין קויפן נייע יעדע פאר יאהר העלפט נישט די קאמפאני וואקסן (growth), עס האלפט נאר אנהאלטן (sustain) די יעצטיגע נומערן.
נו אויב אזוי דארף די סעילס פון אייפאונס אנהאלטען נישט טראסקען. עס איז נישט נאר אז די growth rate איז אראפ, וואס איז פארשטענדליך אויב יעדער וואס קען/גייט קויפן האט שוין געקויפט, די סעילס זענען אראפ.
א גוטע פראגע, אבער איך גערעדט מער פון די לענגע טערמין, וואס דאס איז געווענליך די אינוועסטאר'ס דאגה.
איך ווייס נישט די אמת'ע ענטפער צו דיין פראגע, אבער טים קוק האט מסביר געווען (א וויילע צוריק) אז עס האט צו טוען מיט צוויי זאכען:
א') פוריגע יאהר זענען די סעילס געווען נישט-נארמאל הויך, און דערפאר קוקט די יעצטיגע יאהר אויס ווי ס'פאלט. (כלומר: עס באלאנסירט זיך).
ב') די שוואכע עקאנאמיע
לפענ"ד זענען ביידע תירוצים שוואכע, און בנוסף צו סעמסאנג'ס דראמאטישע חלשות, וואלט עפל ווען געמעגט כאפען א גרעסערע מוציא פון די סמארטפאן פּיי.
Amazon Go
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:35 pm
דורך כלבאשבוע
עמעזאן עפנט א גראסערי סטאר אן קיין קעשיערס און טשעקאוט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NrmMk1Myrxc[/youtube]
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:46 pm
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: ייש,כ. נאר איך האב געהאט אמאל אזא חזיון. א וויזיע. נאר מיט א דרגה אדער 2 העכער. אז ס'וועט קומען א צייט ווען א העד אוו האוזהאולד (מאן אדער פרוי) וועט צו פארן צום געיט פון א סופערמארקעט און אלע אייטעם'ס וואס זיי האבן געארדערט אויפ'ן פאון וועללן אויטאמאטיש ליגן אין א קארט אין וועלכן די אייטעמס וועללן אריינפארן מיט קאנוועיארס. און דאס אלעס וועט ווערן אריינגעלאדנט אין דעם טראנק אדער ליפט געיט פון די קאסטומערס קארס. גערעכנט און באצאלט...!
עניוועי. זייט אדם הראשון און זיין ווייב חוה זענען פארטריבן געווארן פון גן עדן איז נאכנישט געווען אזא צייט פון פארגעשריטענע טעכנאלאגיע ווי אין די היינטיגע טעג...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 7:47 pm
דורך נולד מאוחר
וואס עפעס פארן צים געיט, האסט פארגעסן אז א קאר דארף נישט קיין מענטש צים דרייווען?
וואס איז מיט דראנס וואס וועלן פליען ןוי פייגלעך איבער די הימלען, פארוואס קענען זיי דיר נישט ברענגען דיינע פראדאקטן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר: איכ'ל דיר ענטפערן. היינטיגע צייטן, ווען די פייגלעך פליען אריבער העכער דיין קאפ, איז די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן, אז זיי מאכן א טעות. זיי מיינען אז דער מענטשנ'ס הוט וואס וואקט אויפ'ן גאס איז א בית הכסא. אבער ווען דראונס וועללן דעליווערן גראסעריס, קען זיך אמאל א קען אדער ח"ו א וואטערמעלאן ארויסגליטשן פונ'ם בעסקעט און לאנדן אויף איינעם'ס קאפ. איז דאך נישטא וואס יענעם מקנא צו זיין. וועטציך אויפשטעללן א שאלה. וועמען דארף מען סוען. די מאנופעקטשורער אדער די סופערמארקעט...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 9:53 pm
דורך שמעלקא'לע
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 4:22 pm
דורך גראף
דער סופריעם קאורט האט געאורטיילט אין דער ריזיגע פאטענט קעיס צווישען עפל און סעמסאנג. די אורטייל געט א גרויסע געווינס פאר סעמסאנג בפרט און פאר טעקנאלאגיע בכלל צו קענען וואקסן און פראדעצירן.
https://www.cnet.com/news/samsung-apple ... ment-case/
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 5:00 pm
דורך החוקר
@עמאזאן איז דאון די אינטערנעט גייט באנאנאס.
Amazon Down עס איז דא זיסע קאמענטס דארט
#עמאזאןדאוןThe Vergeרויטער'ס נייעס