בלאט 3 פון 7

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 6:30 pm
דורך א איד
85. שטיי אוועק פון נעגאטיווע מענטשן, זיי האבן א פראבלעם פאר יעד סאלושען.
86. קוראזש איז נישט די פארקערטע זאך פון מורא, עס איז די זאך וואס מען נוצט אנשטאט מורא.
87. מיר קענען נישט טוישן אלעס, מיר קענען טוישן עפעס.

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 10:03 pm
דורך א איד
88. אראפאלן איז א חלק פונעם לעבן, דאס זיך אויפשטעלן דאס איז די לעבן אליינס.
89. עס איז נישטא קיין שום סיבה צו קוקן אויף צוריק, ווען עס איז דא אזוי סאך צו קוקן אויף פאראויס.
90. געווינען מיינט נישט אלץ אז דו ביסט די ערשטע, עס מיינט ענדערשער אז דו טוסט בעסער ווי דו האסט געטוהן פריער.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 4:32 pm
דורך מאטי
ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 4:46 pm
דורך ונבנתה העיר
איך וויל נישט חלילה אריינברענגן א קרירות, אבער כדי די הערצער זאלן נישט פלאצן פון התלהבות מוז איך מעתיק זיין מש"כ זה מכבר:
ונבנתה העיר האט געשריבן:מעודי תמהתי אויף די וואס מאכן מעשיות און דערנאך זעצן זיי זיך ארויסלערנען דערפון...

כ'האב געזעהן א ביכל פון מאיר ברוך שטיין 'דער אייביגער קוואל', עכ"פ האט ער דארט א משל באריכות גדול ונורא, עטליכע בלעטער, א פוקס איז אנטלאפן פון א לייב, אזוי אינמיטן לויפן איז ער אנגעקומען צו א וואנט וואס ער האט נישט געקענט אריבער-שפרינגן, האט ער מחליט געווען אז ער וועט שפילן ווי ער איז טויט, וכך הוי, ווען דער לייב איז אנגעקומען האט ער געטראכט אז די ציין פון א טויטע פוקס איז דאך מסוגל איינצושלאפן האט ער איהם אויסגעריסן די ציין.

שפעטער איז אנגעקומען א וואלף, איהם איז געפאלן די וויידל, האט ער עס אפגעביסן און דער פוקס האט ווייטער געשפילט טויט, וכו' וכו', צום סוף האט איינער איהם געוואלט אראפנעמען די הויט, האט דער פוקס געזעהן אז עס איז כלו כל הקיצין, האט ער זיך צוזאמען-גענומען אלע כוחות און געגעבן א שפרינג איבער די וואנט.

שטעלט הרב שטיין א מורא'דיגע קשיא, אויב האט דער פוקס נישט געהאט די כוחות אין אנפאנג אריבער-צושפרינגן די וואנט, ווי אזוי האט ער עס באוויזן ווען ער האט שוין נישט געהאט א וועג ארויס? פון דעם זעהט מען, פיהרט הרב שטיין אויס מיט פאטאס, אז אויב וכו' וגו'.

עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל אין מיין דמיון האט די מעשה זיך גענדיגט גאר אנדערש, דער פוקס האט נעבעך פראבירט מיט אלע כוחות אריבער-צושפרינגן די וואנט, אבער וויפיהל ער האט נאר פראבירט איז עס נישט געגאנגן, און ער האט געהאט א שרעקליכן סוף.

איך האב זיך נאכנישט אוועקגעזעצט ארויסצולערנען עפעס פון דעם.

איהר פארשטייט וואס איך מיין, יא? אריינלייגן עפעס אין סלאגאנישע ווערטער מאכט עס נישט מער אמת.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 4:59 pm
דורך געוואלדיג
איך מיין אז מאטי האט טאקע דיר געמיינט :lol: :lol:
נאר בדרך צחות

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 4:33 pm
דורך א איד
92. לייג נישט אריין דיין שליסל צו שמחה און יענעמס טאש.
93. טראכט צוויי מאל פאר דו רעדסט, ווייל דיינע ווערטער וועט איבער וועגן יענעמס מיינונג, צו דיין סוקסעס אדער דורכפאל.
94. לאז דיך נישט פון איינער וואס האט נאכנישט אויפגעטוהן גארנישט, דיך צו הייסן טוהן עפעס.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:28 pm
דורך שמעקעדיג
מאטי האט געשריבן:ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.

ווי למשל א וואטערמארק :P

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:58 pm
דורך געוואלדיג
שוין איך קען נישט צולייגן דאס צו מיין אונטערשריפט

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 5:47 pm
דורך א איד
95. עס קען זיין די זאך פון וואס דו האסט די מערסטע מורא צו טוהן, דאז איז די ריכטיגסטע זאך וואס דו דארפסט טוהן.
96. דיין לעבן וועט נאר ווערן בעסער ווען דו וועסט נעמען שריט, און די ערשטע וויכטיגסטע שריט וואס דו דארפסט נעמען איז, צו זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס.
97. זיך פירן מיט טאקט, איז די וועג וויאזוי צו ווייזן א פוינט אן זיך מאכן א שונא.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 6:23 pm
דורך א איד
98. אויב ביזטו באמת א בעל בטחון זיסטו באמת אן עושר, אויב זאגט מען אויף דיר אז דו ביזט א בעל בטחון איז עס אזוי ווי מען זאגט אויף דיר אז דו ביזט אן עושר.
99. שמחה איז נישט קיין מצוה, אבער צו וואס שמחה קען צוברענגען קען קיין שום מצוה נישט צוברענגען - עצבות איז נישט קיין עבירה, אבער צו וואס עצבות קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען.
100. אז עס קומט אויף דיר יסורים, פאררעכט זיך גלייך, ווארט נישט ביז עס קומען גרעסערע.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.

ווי למשל א וואטערמארק :P

שמעקעדיג: איך האב עס מורא צו זאגן. אבער איך מיין אז דו ליידסט פון די זעלבע מחלה וואס איך. ביי מיר האט מען עס דיאגנאזירט אלס מנשה פיליפ. און ביי דיר האט עס אויסגעקלאפט מיט די וואטערמארקס... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 1:47 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]א איד[/tag] נומער 99 איז גרויסע ווערטער פון גרויסע מענטשן
און איך מיין אז נומער 100 אויך

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:12 pm
דורך א איד
אלע ווערטער קומען פון גרויסע מענטשן.
נאר וואס איז דען מענטש - א שטיקעלע ערד.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:24 pm
דורך לית דין בר נש
א מענטש איז טאקע א שטיקל ערד
אבער עס איז דא וואס לאזן עס ביי דעם, ערד
און עס איז דא וואס זענען עס מעלה לרוחני

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:31 pm
דורך א איד
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בה, די כוונה פון [tag]מאטי[/tag] מיט דעם אשכול איז געווען געבעיסד אויף די גרויסע ווערטער, וואס א קעגן די ווארט איז די מענטש קליין, אוודאי קען זיין די מענטש איז געווען גאר גאר הויעך.
כן הוא לפעש"ד און מעגסט זיך קריגן מיט מיר.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 3:59 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.

ווי למשל א וואטערמארק :P

שמעקעדיג: איך האב עס מורא צו זאגן. אבער איך מיין אז דו ליידסט פון די זעלבע מחלה וואס איך. ביי מיר האט מען עס דיאגנאזירט אלס מנשה פיליפ. און ביי דיר האט עס אויסגעקלאפט מיט די וואטערמארקס... :lol: :roll:

וועט מען אונז טראגן אין שפיטאל צום זעלבן דאקטאר, וועלן מיר ליגן אין איין צימער, העלן מיר האבן אסאך צו דיסקוסירן.......

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:29 am
דורך א איד
101. מען קען נישט קריכן אויפן לייטער פון סוקסעס, אויב מען איז פארשטעלט מיט א מאסק פון דורכפאלן.
102. אסאך מאל איז די שווערסטע זאך, אין די ריכטיגע זאך, די זעלבע זאך.
103. טרעניר מענטשן אזוי גוט אז זיי זאלן זיך זעהן קענען פירן אליינס, און דיר נאך אלץ נישט וועלן איבערלאזן.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:31 am
דורך ונבנתה העיר
מען קען נישט עסן דעם טשולענט אהן צוקייען די רונדיגע בונדלעך.
די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:12 am
דורך לית דין בר נש
ונבנתה העיר האט געשריבן:די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק.

???
וואס דארף דאס צו מיינען?

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:17 am
דורך [NAMELESS]
Just try it...

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:21 am
דורך לית דין בר נש
I tried it
און עס איז נישט ריכטיג איך האב אסאך א גרעסערע הנאה פון דערלאנגען א פראסק ווי כאפן איין
איך בין נישט קיין מלמד

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:22 am
דורך נקודת החבדית
"אהוב את הבקורת, כי היא תעמידך על הגובה האמיתי".
היום יום י"ב סיון.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:23 am
דורך לית דין בר נש
היום יום כט אדר