בלאט 3 פון 4
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:29 pm
דורך נאך א פשט
צו באמערקן:
1) יעדע זאך אויפן וועלט האט גרעוועטי, נישט נאר פלענעטס. עס איז נאר ווייל די ערד איז אזוי גרויס איז די כח הגרעוועטי סאך שטערקער ווי די גרעוועטי פון א טיש אדער באטל וכדומה אבער באמת האט אפילו א טיש אדער א מענטש אליין אויך גרעוועטי.
2) די פארס פון די גרעוועטי ווענד זיך נאר אין די גרויסקייט פון די זאך און נישט אין די וואג. א באלל פון אייזן האט די זעלבע גרעוועטי ווי א באלל פון שטרוי, (אע"פ וואס גרעוועטי ציעט אייזן שטערקער ווי שטרוי - וואס פארדעם וועגט אייזן מער ווי שטרוי).
3) די שנעלקייט פון א זאך וואס פאלט דהיינו ווי שנעל ער פאלט - מכח די גרעוועטי וואס ציעט דעראויף - ווענד זיך נאר אין די ברייטקייט פון די זאך. למשל, א שטעקן וואס איז ברייט אן אינטש און לאנג צעהן פיס וועט פאלן פונקט אזוי שנעל ווי א שטעקן וואס איז אן אינטש ברייט און נאר איין פיס לאנג. (ווען זיי פאלן גראד אראפ, נישט ליגענדיג) אע"פ וואס דער צעהן פיס'יגע שטעקן וועגט צעהן מאלל אזוי פיהל ווי די איין פיסיגע שטעקן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:31 pm
דורך קול דודי
ר׳ נאך א פשט:
2) איז נישט ריכטיג. די מאס גרעוויטי ווענדט זיך אין די מעסס. וואס מער מעס אלס מער גרעוויטי. א באלל אייזן האט מער גרעוויטי ווי א באלל שטורי, און טאקע דערפאר וועגט עס מער.
3) איז בערך ריכטיג. ווי שנעל א זאך פאלט ווענדט זיך אונ׳ם ווינט רעסיסטענ״ס (דאס הייסט, ווי שטארק די ווינט בלאזט עס צירוק, בערך). ווי ברייט ס׳איז איז טאקע איינס פון די זאכן וואס אפעקטירט ווינט רעסיסטענס, און ס׳איז דא נאך אסאך זאכן וואס אפעקטירט דאס אויך. ס׳איז אבער אמת וואס די זאגסט אז ווען נישט ווינט רעסיסטענס פאלן אלע זאכן איינער שנעל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:31 am
דורך געפילטע פיש
קול דודי האט געשריבן:3) איז בערך ריכטיג. ווי שנעל א זאך פאלט ווענדט זיך אונ׳ם ווינט רעסיסטענ״ס (דאס הייסט, ווי שטארק די ווינט בלאזט עס צירוק, בערך). ווי ברייט ס׳איז איז טאקע איינס פון די זאכן וואס אפעקטירט ווינט רעסיסטענס, און ס׳איז דא נאך אסאך זאכן וואס אפעקטירט דאס אויך. ס׳איז אבער אמת וואס די זאגסט אז ווען נישט ווינט רעסיסטענס פאלן אלע זאכן איינער שנעל.
דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף אונזער וועלטל, אדער ווי אומער ס'דא אן אטמאסערע וואס זאל מאכן ריזיסטענס, אבער אין א וואקום, אדער אין ספעיס ווי למשל אויפן לבנה, פאלט א האמער און א פעדער מיט די זעלבע שנעלקייט, ווי אילוסטרירט ביי די מאנשאפט פון אפאלא 15 אויפן לבנה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5C5_dOEyAfk[/youtube]
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:57 am
דורך קול דודי
יא, דאס האב איך געזאגט ״ס׳איז אבער אמת וואס די זאגסט אז ווען נישט ווינט רעסיסטענס פאלן אלע זאכן איינער [צ״ל אייניג] שנעל.״
אגב, איז דאס גרינג צי זען אפילו אויף אונזער וועלט. נעם צוויי זאכן וואס האבן ווייניג רעסיסטענס ווי למשל א מעסער אין א קליין שטיקל פון א נעפקין צאמגעראלט אין א קליינטשיגע באלל, שטעל דיך אויף א בענקל, אין לאז ביידע אראפ פונ׳ם דאך. ביידע וועלן אנקומען אונטן אייניג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:21 pm
דורך בונם
אטמאספערעדי אטמאספערע איז א שיכט פון געז וואס נעמט ארום אונזער וועלט און האלט זיך דורך די גרעוויטי פון דער ערד. עס היט אפ דאס לעבן אויף דער ערד דורך איינזאפן די שעדליכע זון שטראלן, עס האלט ווארעם אונזער וועלט דורך איינהאלטן די היץ וואס די זון שיקט אהער דורך די גרינהאוז עפעקט, און עס רעדוצירט די טעמפעראטור עקסטרעמען צווישן טאג און נאכט (אנדערש ווי אויף
די לבנה וואס דארט איז 225 דעגרי בייטאג און 243- ביינאכט, ווייל די לבנה האט נישט קיין אטמאספערע).
פון וואו הייבט זיך אן ספעיס?ספעיס הייבט זיך אן פון נאך די אטמאספערע. עס איז נישט דא א קלארער גרעניץ צווישן די אטמאספערע און ספעיס. די אטמאספערע ווערט צוביסלעך אויס, ביז מען טרעפט זיך אין ספעיס בערך 300 מייל העכער דער ערד. מען קען טרעפן פיצינקע שטיקלעך פון די אטמאספערע אויך טיפער אריין אין ספעיס.
וואו אין ספעיס איז אונזער וועלט?דער ערד איז א קליינטשיג פינטעלע אין ספעיס. עס איז איינס פון ניין פלאנעטן וואס רינגלען ארום די זון. וואס די זון איז איינס פון די הונדערטער ביליאנען שטערנס, וואס צוזאמען פארמירן זיין א גרויסער וואלד פון שטערנס, וואס ווערט גערופן "די מילקי וועי", דער שביל החלב, וואס איז בלויז איינס פון די ביליאנען געלעקסיעס וואס שוועבן ארום אין ספעיס.
האט ספעיס אן ענדע?אסטראנאמער גלייבן אז ספעיס איז אין סוף, און האט נישט קיין ענדע. די נענסטע שכן צו אונז איז אונזער לבנה וואס איז ביילייפיג 238,900 מייל אוועק. די זון איז 93 מיליאן מייל אוועק פון אונז. רוב אנדערע שטערן אין די מילקי וועי, זענען צווישן א מיליאן און א ביליאן מאל ווייטער פון די זון.
וואס איז א ליכט יאר?א ליכט יאר איז א וועג צו מעסטן די אומגעהויערע ווייטקייט אין ספעיס. עס איז די ווייטקייט וואס ליכט לויפט אין א יאר, בערך 5.9 טריליאן מייל.
פראקסימא סענטאורי איז די נאנטסטע שטערן צו די זון. עס איז בערך 4.2 ליכט יאר אוועק פון דער ערד, וואס מיינט אז די ליכטיגקייט פון דעם שטערן נעמט 4.2 ליכט יאר צו דערגרייכן דעם ערד קוגל.
שאו מרום עיניכםאן א טעלעסקאפ קען מען זען בערך 2,500 שטערן, אין א טונקעלן פלאץ. די לבנה זעט מען געווענליך אלעמאל. צומאל קען מען אויך זען די פלאנעטן, מערקורי, ווענוס, מארס, יופיטער, און סאטורן. די ווייטסטע וואס מיר קענען זען מיט די בלויזע אויגן, איז די
אנדראמע גאלאקסיע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:54 am
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:חכם מחוכם האט געשריבן:ובחדא מחתא, וויל איך פרעגן, מ’זעהט אין די תוה"ק אז א"י איז גבוה מכל הארצות, נו איז נישט גרינלאנד אדער אפילו קאנאדע נענטער צום נארט פאול?
אז מען גייט אויף א כדור גייט מען אייביג סיי בארג ארויף און סיי בארג אראפ [מיט'ן כח המדמה קען מען עס פארשטיין], איז ווי אזוי איז מען קובע ווי אזוי מען גייט?
אטאמאטיש ווערט עס נקבע דורך דעם פלאץ וואו מען וויל אנקומען\זיין, ווייל ווען מען גייט אהין, מיט'ן פנים צו יענע פלאץ, איז יענע פלאץ אייביג העכער רעלאטיוו צום פלאץ פון וואו דו קומסט, און ווען דו גייסט אוועק פון דארט מיט'ן רוקען אהין גייסטו אראפ.
ממילא אז אר"י איז דער מקום וואו מען וויל גיין\זיין, און אז מען גייט אוועק פון דארט איז עס נאר במקרה און נישט בעצם, איז אר"י אטאמאטיש די העכסטע פלאץ, ודו"ק.
דער זכרון איז א גנב - שו"ת חת"ס יו"ד סי' רל"ד:
... מכאן שגבוה בהמ"ק מכל א"י ... ועוד שהאמת אינו כן והוא מבואר לבקי קצת במ(ו)פת העולם, ... והנה העולם עגול ככדור, ובדבר כדורי לא שייך גבוה ונמוך ובכל מקום שעומד שם רואה שמים שעל ראשו גבוהים וסמוך לאופק נמוכים ככיפה, והבא ממקום האופק נדמה לו כעולה מתחתית עומק בור, ולא שייך גב[ה]ות ונמוך.
אך נחזי אנן, אם יהי' לפנינו כדור עגול, ואנו מכירים בו נקודה א' שממנה שתיית הכדור ההוא ונתרחב משם והתפשט ונעשה עגול כמות שהוא, וכל הפיות אליו פונים וממנו יונקים יניקת חיותם והוא המרכז האמיתי של הכדור, ואז בלי ספק מכל צד שפונים אליו נקרא עלייה, לא עלייה במעלה וגדול(ה)[ת] המקום לבד, אלא עלייה ממש, כמי שעומד במקומו ורואה האופק שסביביו ירוד ועמוק, וכן בהיפך, כיון שכל הפיות אליו פונים א"כ הכל עמוק ממנו ועולים אליו כיון שהעולם כדורית.
... מכאן שבהמ"ק גבוה מכל א"י, שהוא משתיתו של עולם מתחלת יצירה, והוא מרכז ונקודה האמצעי שבכדור, וא"כ כל הבאים לשם עולים ולא יורדים, כנלע"ד.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:46 pm
דורך געפילטע פיש
בונם האט געשריבן:האט ספעיס אן ענדע?
אסטראנאמער גלייבן אז ספעיס איז אין סוף, און האט נישט קיין ענדע.
צו די יוניווערס איז אינפיניט צו נישט איז מוטל בספק, מיר ווייסן נישט גענוי וואס ס'גייט פאר אינדערויסן פונעם observable universe.
Re: אסטראנאמיע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:48 pm
דורך מי אני
אז מ׳האט גערעדט פון די ארביטן פון פלאנעטן וואלט איך געוואלט אביסל אויסשמועסן קעפלער׳ס 3 געזעצן פון פלאנעטערי מאשען:
1). די ארביטן פון פלאנעטן ארום א שטערן וועלן נישט זיין אין א צירקל מיט די שטערן אינדערמיט. זיי וועלן זיין אין די פארעם פון אן עליפס [אן אוועל] מיט די שטערן ביי איינע פון די צוויי פאקיי; נישט פונקט אינדערמיט.
די פאקיי פון אן עליפס/אוועל זענען די צוויי פונקטן וואס ליגן אויף א ליין דורך די לענגערע זייט פונ׳ם עליפס/אוועל (עס איז דאך ״צוקוועטשט״, ממילא קען מען מאכן א לענגערע ליין פון איין זייט ביז די אנדערע און א קורצערע) וואס פון וואו אימער אויפ׳ן סיבוב פונ׳ם עליפס/אוועל מ׳זאל נאר מאכען א ליין סיי צו איין פאקוס און אויך צו די אנדערע, וועט די סומע פון די צוויי ליינס אלעמאל זיין די זעלבע.
2). די עריע [area] וואס די פלאנעט פארעמט אויס אין איר הילוך/ארבעט אין א צייט אפשניט וועט אלעמאל זיין די זעלבע.
דהיינו, ווי די פריערדיגע געזעץ זאגט איז דאך די זון נענטער צו איין זייט פונ׳ם ארביט/סיבוב; די עליפס/אוועל. יעצט, זאגט די געזעץ די פלאנעט גייט, לאמיר זאגן אין א וואך, פון פוינט א׳ צו פוינט ב׳. איך קען דאס באטראכטען ווי די הילוך פארעמט אויס א טרייענגעל. דהיינו, די ערשטע ענגעל וואו די פלאנעט איז געווען, די צווייטע די זון/שטערן, און די דריטע וואו די פלאנעט איז אנגעקומען.
יעצט, ווען די פלאנעט איז אויפ׳ן זייט פונ׳ם עליפס/אוועל וואס איז נענטער צו די זון וועט עס דאך מאכן א קורצערע טרייענגעל ווי ווען זי איז אויף די זייט וואס איז ווייטער פון די זון. זאגט די געזעץ אז ווען עס איז נענטער צו די זון וועט איר ארביט גיין שנעלער, אזוי אז אין די זעלבע צייט אפשניט וועט זי אלעמאל פארעמען א טרייענגעל מיט די זעלבע מאס area. (דאס איז א תוצאה פון זיין נענטער צו די זון וממילא האט די זון׳ס גרעוויטי, וואס איז גורם די ארביט מעיקרא, א גרעסערע אפעקט.)
3). די לעצטע געזעץ איז א מאטעמאטישן חשבון וואס לויטעט אז ווען מ׳נעמט די יארן ווילאנג עס נעמט א פלאנעט ארומצוגיין די שטערן אינגאנצן און מען squared דאס [מ׳מאכט יענע נומער טיימס/מאל די זעלבע נומער], און דערנאך דיווייד מען דאס ביי איר ווייטקייט פונ׳ם זון [גערעכענט לויט האלב פון די לענגערע זייט פון די ארביט׳ס עליפס/אוועל], נאכדעם וואס מען cubed די נומער [די נומער מאל די נומער מאל די נומער; דריי מאל טיימס אויף די זעלבע נומער], וועט עס אלעמאל אויסקומען צום זעלבען נומער.
דאס איז אויך א פועל יוצא פון דעם אז ווי ווייטער מען איז פון די שטערן, אלס ווייניגער איז זיין כח פון גראוויטי פועל וממילא גייט די פלאנעט שטאטער ארום די שטערן. די געזעץ גייט אויך אנגיין אויף, למשל, לבנות וואס ארביטען א פלאנעט וכדומה.
אגב, ס׳דא וואס זאגן אז ניוטאן האט דערייווט זיין גראוויטי פארמולע פון די געזעץ.
***
אר"ש בן פזי א"ר יהושע בן לוי משום בר קפרא כל היודע לחשב בתקופות ומזלות ואינו חושב עליו הכתוב אומר (ישעיה ה יב) ואת פועל ה' לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן גמנין שמצוה על האדם לחשב תקופות ומזלות שנאמר (דברים ד ו) ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים איזו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים הוי אומר זה חישוב תקופות ומזלות (שבת עה.)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 2:23 pm
דורך מי אני
פון איינשטיין׳ס טעאריע פון גענעראלע רעלאטיוויטי איז אויסגעקומען אז, לגבי די ערשטע פון קעפלער׳ס געזעצן, די עצם עליפס פונ׳ם ארביט רוקט זיך אזוי ווי א רינג [פרעסעשן], ווייל דאס אליין ווערט באיינפלוסט פון די גראוויטי/קורוועטשאר. אבער, אין אלגעמיין, אפילו וואו די גראוויטי קוואל [למשל נעבן די זון] איז שטארק און די ארביט איז שנעל, איז די עפעקט מינימאל (אחוץ ביי ניוטראן שטערנס וכדומה וואס ארביטן ארום איינע דעם צווייטן וכדומה). אבער אויף אזויפיל יא, אז עס זענען געווען אבנארמאליטיס אין מערקארי׳ס ארביט וואס דאס האט פארענטפערט, לעומת ניוטאן׳ס טעאריע פון גראוויטי.
אסטראנאמיע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 10:31 am
דורך מי אני
לגבי קעפלער׳ס ערשטע געזעץ איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די מו״נ (ח״ב ריש פי״א ובריש פכ״ד) וואס איז משמע דארט אז אפילו ווען מען האט אנגענומען די פטאלעמיק מאדעל איז מען נישט געווען זיכער צו ס׳גייט ארום אין א צירקול צו אין אן עליפס. הגם דארט רעדט ער פון עפיסייקלס: אז בשעת ער רעוואלווט ארום, טוהט ער אליין מאכן א רעוואלושן ארום אן אנדערן קלענערן צענטער ע״ש.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 8:07 am
דורך מי אני
ס׳איז אינרעסאנט צו דערמאנען אז קעפלער האט געהאלטן פון דעם
מוסיקא יוניווערסאליס (בקישור לה
פלעטאניק סאלידס), וואס איז אזא סארט מוזיקאלישע קאנצעפט אין דעם מהלך הגלגלים. (ועיין במו״נ ח״ב פ״ח.)
(וידוע התנחומא באחרי ט דהגלגלים מתנועעים עי״ז שאומרים שירה ע״ש.)
אסטראנאמיע
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 7:24 am
דורך מי אני
פון די וועלט זעהט מען נאר איין זייט פון די לבנה (הגם בעצם קען מען אלס צוזאמען זעהן 59% דערפון, ווענדנדיג אין פערספעקטיוו און אין די אנדערע צייטן וואס מ׳זעהט דאס, און וויבאלד די ארביט פון די לבנה איז אן עליפס (כנ״ל) און נישט א סירקל). דאס איז צוליב טיידאל לאקינג. דהיינו, די גראוויטעישענעל כח פון איין באדי איז פועל אויף די אנדערע [א דרייענדיגע פארס; טארק] אפצושטייטערן איר ראטעישן אזוי אז צום סוף טוהט זיך פאראייניגן איר ראטעישן נאר פונקט אזוי שנעל ווי איר ארביט ארום דעם באדי. (די פארס קען אויך פועל זיין צו פארשנעלערן די ראטעישאן און פארשטייטערן די ארביט כדי ס׳זאל אויסקומען צו זיין טיידאלי לאקט צו איין זייט.)
די זעלבע זאך איז ביי די דווארף-פלאנעט פלוטא און איר לבנה טשאראן. נאר דארט וויבאלד דארט זענען די חילוקים אין מאססע און ווייטקייט קליין, זענען זיי ביידע טיידאלי לאקט איינע צו די אנדערע; פון יעדע איינס זעהט מען נאר איין זייט פון די אנדערע.
בעצם טוהט די קלענערע באדי אויך פועל זיין אויף די גרעסערע. דאס הייסט אז די לבנה טוהט אויך פועל זיין (צוזאמען מיט די זון) אפצושטייטערן די ראטעישן פון די וועלט [יעדע 100 יאר ווערט די טאג לענגער, דהיינו די ראטעישען שטייטער, מיט 15 מייקראסעקונדעס. איבער 4.5 ביליאן יאר איז די ראטעישאן/טאג געווארן לענגער פון 6 שעה בערך צו אונזער 24 שעה בערך]. מיט גענוג צייט וועט די טאג/ראטעישאן ווערן א [לבנה] חודש לאנג, וממילא וועלן ביידע זיין לאקט איינע צו די צווייטע. אבער פאר דאס קען ווערן (ביליאנען יארן) וועט שוין ביי יענע צייט (אין בערך 5 ביליאן יאר) די זון האלטן ביי איר שטארבן פאזע, וואו וויבאלד עס וועט אנהויבן פיוזן די שווערע עלעמענטס וועט עס וועט ווערן א רויטע דזשייענט, און עס וועט ווערן אזוי גרויס אז עס וועט מעגליך ״איינשלינגען״ די וועלט מיט די לבנה (אדער עכ״פ עס גוט אפברענגען; עס וועט ווייט נישט זיין אינהעביטעבל).
אגב, די לבנה אליינס ווערט/רוקט זיך ווייטער פון די וועלט מיט בערך 1.5 אינטשעס א יאר (בערך אזוי שנעל ווי די נעגל פון די פינגער וואקסן הא׳מיר שוין אפשר עפעס א שטיקל רמז פארוואס מ׳פירט זיך נישט צו שניידן די נעגל אויף ר״ח...). דאס איז (בערך) וויבאלד די טיידס אויף די ערד וואס קומען מכח די גראוויטי פון די לבנה און די וועלטס ראטעישן טוהט טראנספירירן א חלק פון די ענערגיע אויף צו ״ארויסצוווארפן״ די לבנה פון איר גראוויטעישענאל פיעלד.
Re: אסטראנאמיע
נשלח: מוצ"ש פעברואר 08, 2020 7:34 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:ס׳איז אינרעסאנט צו דערמאנען אז קעפלער האט געהאלטן פון דעם
מוסיקא יוניווערסאליס (בקישור לה
פלעטאניק סאלידס), וואס איז אזא סארט מוזיקאלישע קאנצעפט אין דעם מהלך הגלגלים. (ועיין במו״נ ח״ב פ״ח.)
(וידוע התנחומא באחרי ט דהגלגלים מתנועעים עי״ז שאומרים שירה ע״ש.)
מיט דעם קען מען אויך זאגן ווייטער אז דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג זאגט, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב פ״ב), אז די מאלערייען, סקולפטורס וכדומה פון ארט זענען בגדר ״מקום״, ווייל מ׳איז דאס קולט אלעס אויף איינמאל, משא״כ מוזיק פון ארט איז בבחינת ״זמן״, ווייל מ׳איז דאס נישט קולט אלעס אויף איינמאל, הגם אז עס איז דא אווערלעפ צווישן די צוויי סארטן ארט (וואס מקום וזמן זענען מקושר כנודע). יעצט, דורך די גלגלים דערקענט מען הילוך הזמן (ועיין בבראשית א יד) ולכן בא הרמז בהן בענין מוזיק וואס איז בבחינת זמן וכנ״ל.
מ׳קען זאגן נאך אז דער ב״י ברענגט אראפ אין או״ח סימן תכב בשם השבלי הלקט אז די 12 הללוהוס אין מזמור קנ אין תהלים זענען קעגן די 12 חודשים ע״ש. האלב פון די הללוהוס זענען מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן (מיט די זיבעטע, קעגן תשרי, בתקע שופר כידוע). קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז, וויבאלד מוזיק איז בבחינת זמן [וחדשי השנה] וכנ״ל.
אסטראנאמיע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 6:18 pm
דורך מי אני
נאך מער קען מען די צוויי [מוזיק וזמן] מקשר זיין, ווייל ביידע פון זיי,
צייט און מוזיק, קען מען נישט געהעריג דעפינירן. אזוי ווי דער מוזיקאלאגיסט דר. זשאן דזשאק נאטיעז האט געזאגט, ״די גדר צווישן [וואס איז]
מוזיק און [וואס איז סתם] נויז איז אייביג תלוי אין קולטור... עס איז נישט דא קיין סינגל יוניווערסאלע קאנצעפט און אינטער-קולטוראלע הגדרה וואס פונקטליך ״
מוזיק״ איז״.
דער איטאליענער קאמפאזער לוטשיאנו בעריאו האט דעפינירט
מוזיק אלס ״דאס וואס מ׳הערט אויס מיט די כוונה צו הערן
מוזיק״. דאס איז ענליך צום צירקולאר דעפיניציע וואס קומט אויס אסאך מאל ווען מ׳וויל דעפינירן
צייט/זמן.
Re: אסטראנאמיע
נשלח: מוצ"ש פעברואר 29, 2020 10:33 pm
דורך מי אני
און מיט דעם אלעם קען מען אפשר אויך זאגן אז דאס איז א רמז אין די סמיכות אין כוזרי (מאמר ב אות סד) וז״ל, וכן מבלי ספק היתה אצלם ידיעת תקופת החמה וזולתה מהכוכבים אבל חכמת המוסיקא חשוב באומה וכו׳ ע״ש. ווייל, ווי ערווענט, (האט מען געהאלטן אז עס) איז דא א קשר צווישן הילוך הכוכבים וכו׳ און מוזיק (ווי אויך עפ״י א פארעם פון פילאזאפיע וכנ״ל).
נשלח: מוצ"ש פעברואר 29, 2020 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
ווי באווייזטו אלץ אפצושטויבען אלטע אשכולים?
אסטראנאמיע
נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2020 3:11 pm
דורך מי אני
ובענין זה פון מוזיק בנוגע הילוך הגלגלים קען דאס גיין נאך אביסל טיפער, ווייל ווי באטיאוס האט געהאלטן איז דא דריי סארטן פון מוזיק:
1). די מוזיק פון מהלך הגלגלים הנ״ל.
2). די מוזיק פון די הרכבה פון די ראציאנאלע חלק פונ׳ם נפש און די איראציאנאלע חלק (וגם הטעמפּערמענטס) בתוך גוף האדם.
3). געהעריגע מוזיק מיט אינסטרומענטן.
די צווייטע סארט מוזיק איז אויך מקושר צו דעם אלעם כנ״ל, אזוי ווי דער מו״נ (ח״א פע״ב) זאגט אז דער מענטשליכע גוף וכו׳ איז אן ״עולם קטן״ און דומה צו מהלך וכו׳ הגלגלים.
באטיאוס האט אויך געזאגט אז איינער וואס ״פארשטייט״ מוזיק [בטעאריע וכו׳ ווי אזוי דאס ווערט געמאכט, די חכמה וואס ליגט אונטער דעם, קען דאס איוועליוּעיטן וכו׳] איז חשוב׳ער ווי דער וואס האט סתם אזוי א חוש דערצו און קען דאס שפילן. דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט וואס אונז טרעפן מיר טאקע ביי חישוב הילוך הגלגלים וכו׳, שהוא חכמתכם ובינתכם וגו׳; די חשיבות איז דאס אמת׳דיג צו פארשטיין.
Re: אסטראנאמיע
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:06 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:ס׳איז אינרעסאנט צו דערמאנען אז קעפלער האט געהאלטן פון דעם
מוסיקא יוניווערסאליס (בקישור לה
פלעטאניק סאלידס), וואס איז אזא סארט מוזיקאלישע קאנצעפט אין דעם מהלך הגלגלים. (ועיין במו״נ ח״ב פ״ח.)
(וידוע התנחומא באחרי ט דהגלגלים מתנועעים עי״ז שאומרים שירה ע״ש.)
ובענין זה אז ס׳דא א קשר צווישן די
פּלעיטאניק סאלידס און מוזיק, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז ארטור שׁאָפּענהאוער האט געהאלטן אז די ציל פון מוזיק איז אנצוקומען צו
פּלעיטאניק איידיעס (ועיין באשכול
זו). דאס איז ווייל דורך פּעטערנס אין מוזיק קומט מען אן צו א הכרה פון די אמת׳ע פּעטערנס פון די (פּלעיטאניק)
צורות און ריכטיגע ״אמת״ פון די וועלט. (ער האט געהאלטן אז מ׳קען
יא צוקומען צו א הכרה פון די ריכטיגע ״אמת״ פון א זאך, ועיין
כאן.)
Re: אסטראנאמיע
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:34 pm
דורך גראף
איינער האט באמערקט אז מען זעט לעצטענס אין הימל א זייער לעכטיגע שטערן אדער איז עס א פלאנעט? עני אינפאו?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: אסטראנאמיע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 12:01 am
דורך קל וחומר
גראף האט געשריבן:איינער האט באמערקט אז מען זעט לעצטענס אין הימל א זייער לעכטיגע שטערן אדער איז עס א פלאנעט? עני אינפאו?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאכציך אז ס'איז venus
כ'האב עס באמערקט שוין פסח.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:22 pm
דורך berlbalaguleh
דער פלאנעט נוגה. איז טאקע ווינוס. און ווער ס'איז א ביסל באקאנט אין די תורת הנסתר ווייסט אויך אז ס'איז פארהאן א קליפת נוגה...שוין. פאר מער אריכות ליין אין מאחורי הפרגוד...! (סיי וועלכן אשכול)...!
אסטראנאמיע
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 6:41 pm
דורך מי אני
אין מאטעמאטיקס איז דא די העם סענדוויטש טעארעם. דאס לויטעט אז אויב האב איך דריי 3D אביעקטן [אין 3D ספעיס] קען איך אלס נוצן אן איינציגע 2D מעסער [פּלעין] זיי אלע דריי צו צוטיילן פונקטליך אין האלב אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו די דריי זאכן געפינען זיך (פארשטייט זיך די מעסער דארף זיין גענוג לאנג...). דאס גייט אנגיין אין עני דיימענשאן. למשל, אין 2D אויב האב איך 2 זאכן קען איך זיי צוטיילן פונקטליך אין האלב מיט איין 1D מעסער [ליין] אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו זיי געפינען זיך. אין 4D אויב האב איך 4 זאכן קען איך זיי צוטיילן מיט א 3D מעסער פונקטליך אין האלב אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו זיי געפינען זיך. וכן הלאה.
מ׳האט אויפגעוואוזן אז עס קומט אויס פון דעם טעארעם אז בכל עת איז דא (למשל) אין אונזער סאלאר סיסטעם א פלאנעט, א לבנה, און אן עסטערויד וואס מ׳קען זיי אלע דריי צוטיילן מיט איין 2D פּלעין, און אזוי אז עס וועט אויסקומען אז די מאסע פון אלע פלאנעטן, לבנות, און אסטערוידס אינעם סאלאר סיסטעם זענען צוטיילט פונקטליך אין האלב.
אסטראנאמיע
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 11:25 pm
דורך מי אני
ומענין לעינין באותו ענין אביסל ענליך צו דעם איז אינטרעסאנט אנצומערקן צום קנייטש און שנייד טעארעם. דאס לויטעט אז יעדעס שׁעיפּ, נישט קיין חילוק ווי מאדנע, אויב איז עס צאמגעשטעלט פון גראדע זייטן (לאפוקי קוּרווס), קען איך עס ארויסמאלן אויף א צעטל און דאס דערנאך קנייטשן אויף א סארט וועג (יעדעס שׁעיפּ מיט געוויסע קנייטשן) אזוי אז ווען איך גיי גיבן איין איינציגן גראדע שנייד אויפ׳ן צעטל זאל עס אויסשניידן די שׁעיפּ.