בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 2:01 am
דורך גנדי
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מורי ורבותי
מען טאר נישט קענען גיין גויאישער שפראך
עס פארשטאפט דער מוח
ב''ה געלויבט דער אייבישטער איך קען נישט קיין ענגליש
זייטס מיר געזונט


פארוואס איז תלמוד בבלי געשריבען געווארן אין א גויאישע שפראך?

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 2:03 am
דורך איחוד פעלד
ס'איז טאקע א שווערע החלטה צו מאכען.

צד א', מען האט ביליגע שכר לימוד, מען לערנט אויס א פייג, און די קינדער האבען נישט פרנסה.
אבער מען דארף נישט פרנסה, ווייל שכר לימוד איז ביליג.

צד ב', טייערע שכר לימוד, קינדער ווערען אינטעליגענט, האבען פרנסה בהרחבה.
אער דאס גאנצע געלט גייט אויף.שכר לימוד פין זייערע קינדער.


כ'זיך א רבי זאל מיר פותר חלום זיין, איי דער זלאטשובער איז שוין אויך נישט דא, נישטא קיין צדיקים צו פרעגען מער.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 5:58 am
דורך לא להנאת גופי
צד ג'. איז:
מ'זאל לאזן די עדיוקעישען ביליג אזויווי ס'איז. כדי די 50% בינונים און שוואכער זאלן נישט דארפן צאלן עפרי זהב וואס וועט סייווי גיין לאיבוד, ווייל אנשטאט'ס שטיין אין 'וואלמארט'' וועלן זיי שטיין אין קעי.אר.עם. און די אנדערע 50% וועלן זיך שוין טרעפן א וועג וויאזוי צי מאכן געלט. והכל על מקומו יבוא בשלום.
רבותי. די פראבלעם איז אז די עולם קען נישט די פאקטן.
פאקט איז אז 80% פון זשאבס אין אמעריקע דארף מען נישט האבן ציפיל עדיוקעישען.
אלא מאי, דו ווילסט אז דיין זון זאל קענען האבן די אפערטוניטי צי זיין פון די 20%, וואס מ'מוז האבן עדיוקעישען.
פרעג איך דיר ממ''נ: מהיכי תיתי אז ער האט בכלל די כשרונות?? אין אויב יא, נו, איז ער דאך א יצלח, ווער ער זיכער עפעס מאכן מוט זיין לעבן.
די גאנצע טענה איז אויף אפשר 1% וואס, ווען מ'וואלט זיי געשטופט מוט חכמה, און אריין געצווינגען עדיוקעישען, וואלטן זיי געווען עטוואס מער מוצלח, נו, נו, אויף דעם שרייט מען??? נאריש.
און אגב, טאמיר דו זאגסט אז אין לעיקוואד איז דא מער הצלחה ווי סאטמאר, האב איך מורה אז ''דו'' וואוינסט נישט אין אמעריקע!

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 4:51 am
דורך שבת אחים
:New York Post
City stalls on probe into secular education at Hasidic schools

http://nypost.com/2017/03/20/city-stall ... c-schools/
Mendel Vogel, a 22-year-old graduate of the Oholei Torah school in Crown Heights, said the DOE already knows which schools aren’t providing secular studies because the institutions don’t make an effort to hide it.

When he was interviewed by the DOE last summer, he told them his school hadn’t taught him any subjects other than Jewish religion.

“They’re literally turning a blind eye to thousands of kids not getting an education,” he said. “We did not read or write in English. No math classes, no science classes,” he added. “None of the secular studies at all.”

The school did not respond to multiple requests for comment.

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 9:49 am
דורך תורה ומדע
די ריכטיגע צוגאנג וואלט געווען צו דעוועלאפען א סעקולערע קורירולום על טהרת הקודש וורס וועט זיין שוה לכל נפש בהסכמת מועצגדוה"ת אזוי ווי די אארטס AARTS פראגרעם.
https://en.wikipedia.org/wiki/Associati ... ic_Schools

education

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 12:24 pm
דורך Chasidishmashpia
זייטס מחנך די קינדער צו וואקסן פאראזיטן און קענען מאכן געלט נאר דורך דריידלעך און ווען מ'חאפט זיי זאלט איר מאכן מגביות פאר פדיון שבויים, קומט שוין יא איינער וואס איז מעורר עפעס צום זאך באשמוצט מען אים, איך גיי נישט אריין אין די חיוב פון ללמדו אומנות וואס שטייט אין די זעלבע שורה גמרא ווי ללמדו תורה, איך וועל נאר זאגן איין זאך, ''ווילסט נישט איז נישט'' זאלן דיינע קינדער וואקסן מקוה גייערס אין קאווע טרינקער'ס און במקרה הטוב א שיבער אין מצה בעקעריי.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:42 am
דורך קורקלענד
תורה ומדע האט געשריבן:די ריכטיגע צוגאנג וואלט געווען צו דעוועלאפען א סעקולערע קורירולום על טהרת הקודש וורס וועט זיין שוה לכל נפש בהסכמת מועצגדוה"ת אזוי ווי די אארטס AARTS פראגרעם.
https://en.wikipedia.org/wiki/Associati ... ic_Schools

גראדע רוב היימישע ישיבות וואס זענען ראביניקעל קאלעדזשעס זענען א חלק פון די אארטס פראגראם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:02 am
דורך אישתישבי
איך וואלט געווארענט די חסידישע מוסדות אז זיין שפילן זיך מיט פייער.

כלומר, יעדער ווייסט די שטיקלעך וואס זיי דרייען אהן וכו', ממילא ווען עס איז דא איינער וואס איז עומד וצווח אז מען ברויך פאררעכטן דער ענגליש, שפיל דיך נישט און ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט ווען מען גייט שוין צו גסיסה, בפרט ווען סך הכל פארלאנגט ער עפעס וואס רוב עלטערן ווילן גראדע יא.

דער טפשות מצד דער מוסדות איז נישט צו פארשטיין.

דערווייל האט זיך מאסטער איינגעהאלטן פין דעם פעדעראל, ווען זיין געדולד וועט פלאצן, השם ישמרנו, פון וואס עס גייט דא פאר.

דא האט איינער דערמאנט דער ארטס פראגראם, העלא, האסט אים איינונג וואס די רעדסט? איך וויל נישט שרייבן דא מיט וואס, אבער ליידער קען מען ארעסטירן אסאך מוסדות, סיי פין די קאלעדזשעס און סיי פון די חדרים.

זענט עטץ משוגע? כ'מיין שטייסט צו די זיצט און די גנב'סט און די לאכסט דיך אויס פין דער "אטד'ניק" וואס איז נעבעך איינגעפאלן א משוגעת פין זיך לערנען ענגליש?

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 4:34 pm
דורך שבת אחים

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 4:38 pm
דורך טרויבן88
איך וואלט מציע געווען צי טוישן די קעפל צו "נפתלי מאסטער פייטער פאר אונז", אדער וועל איך אליינס עפענען א נייע אשכול און יעדער וועט קענען לייגן זיין פּאסט און וועלכע פארום ער האלט אז ער וויל עס אריינלייגן.

Hasidic Yeshiva Experience

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 1:11 pm
דורך מבקר
This form is designed to gather data on how Hasidic Yeshivas operate as it relates to the secular education they offer and to their finances.
Data collected herein will be used for research and advocacy purposes.
Survey