בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:40 pm
דורך chusid
פארוואס איז דע איסור מער משוגע ווי די שגץ בייק איסור?

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין אז דער עולם לערנט פאלש אפ דער הוראה פון ר נתן יוסף לגבי קערידזשעס. עס איז נישט די פראבלעם אז דער יונגערמאן פירט דאס משא"כ די פרוי, נאר דער עצם מושג פון א בעיבי קערידזש איז א נייע מאדערנע זאך. אמאל איז דאס נישט געווען און עס האט געהייסען א מאדערנע לוקסוס וואס פאסט נישט פאר א חסידישע איד.

וויאזוי האט מען אינדערהעים געשלעפט די בעיביס, אין א גאו-קארט? אדער שאפינג וועגעלע...?... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:ברוך שכיוונתי.. איך זעה טאקע הרב בעק זאגט קלאר ער רעדט נישט לעת הצורך.

איך מיין אז דער פירוש אויף הרב משה בער דר--'ס מימרא "לעת הצורך" באלאנגט אין מאחורי...!
לכאורה. ע"פ פשטות האט הרב שלמה העלבראנס, דער בעל לב טהור נישט געקענט שטופן קיין בעיבי קערידזשעס... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:07 am
דורך [NAMELESS]
בעיני ראיתי, יואל צימערמאן פירט דאס קינד אינעם וויגעלע כמעט יעדער צופרי, מי לנו גדול.........

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:19 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב געפרעגט אן עלטערער אינגעאמאן און ער האט מיר געזאגט ער געדענקט אז (ר׳) נתן יוסף האט דאס געזאגט. דער פראבלעם איז אז איך גלייב נישט אז דער סאקמר רב האט דאס געזאגט. ער האט געוויסט אז אויב מען ווייסט אז עס קומט פון זיין בויח וועט מען איהם לאכען אין פנים (אויב נאר דאס). האט ער עס נעבעך ארויפגעלייגט אויפ'ן סאקמר רב.

פונקט אזוי ווי די אלע וואס קומען אויף מיט נייע רשעות לייגען זיי עס אויפ'ן סאקמר רב

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:46 pm
דורך גנדי
כדי אויפצורעגן די קנאים פון בלאט און דבר יום ביומו. קום איך מארגן צו שחרית מיט א קערידזש. די שאל געווארפן אויף צוריק און אן מיין הוט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
מ'קען אפלערנען פאזיטיוו פשט. מ'זאל נישט טון ווי יענע פרומע אידן וואס גיין אויפן גאס פאראויס פון זייערע פרויען. קוק אויפן קעפל ''מענער זאלן נישט שטיפן קערידזש אפגעטיילט'', נאר מ'זאל גיין צוזאמען ווי נארמאלע מענטשן.
זה נראה לי להיות נכון הפשט יותר קרוב לאמת.ודי בהערה זו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:32 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ירח בן יומו האט געשריבן:
photo_2015-01-21_09-09-13.jpg


דו זעהסט? עס פאנגט זיך אן מיט'ן קערידזש און דערנאך גייט ער שוין מיט א גאן.

(הא הא הא)

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:24 am
דורך בא גד
איך האב נישט ארויס לפי זה ווי אזוי געבט מען זיך א עצה מיט וואס לאה אימנו האט געזאגט אויף די נאמען לוי "הפעם ילוה לי אישי "?
קען דען זיין אז לאה האט נישט צוגעהערט צו ר נתן יוסף'ן?

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:53 pm
דורך געוואלדיג
חלילה בימים ההם לא היתה פרצת הקערידזשעס אפילו אצל אומות העולם

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 3:49 pm
דורך [NAMELESS]
Update

נשתנה הטבע

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 5:05 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך ווייס שוין פון דער ר' נתן יוסף הדרכה פון יארן צוריק. איך האב עס געהערט פון א גאר באגלייבטע ייד יארן צוריק וואס ר' נתן יוסף האט אים עס אנגעזאגט אלץ חתן. די אנדערע וואך האט ר' שמעיה גרינבוים געזאגט אז די וועלט זאגט א ווערטעל, הפעם ילווה אישי אלי, לאה האט געזאגט יעצט אז איך האב דריי קינדער וועט ער מיר מיזען העלפען האלטען איינץ. איך האב דיך נאר צוויי הענט.. טייטש אז די וועלט האט אנגענומען אז ווי לאנג ס'גייט שלעפט די פרוי די קינדער אליין..

ווי די רב, @לעיקוואד , דערמאנט ברמז איז די הדרכה נאר געזאגט געווארן אויף די גאר מאדערנע סילווער קראס קערידזשעס.. מ'קען מקיל זיין אויף באגיבא"ס

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:34 pm
דורך שמעון וואלף
אפשר איז עס גאר א שאלה פון לא ילבש?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
יוסל ראקאווער: איך מיין אז די קאמפאני "סילווער קראס" ,ר"ל, מאכט שוין מער נישט די שיינע קערידזשעס אין דעם פארמאט. פאר פערציג יאר צוריק, אין שנת תשל"ה, ווען מיינע קינדער זענען געווען קליין האב איך פארמאגט א ס"ק קערידש. איך דארפ טאקע שטארק תשובה טון. אפשר א תשובת המשקל... :lol: ...ווייל איך האב אייביג געהאלפן פאר מיין ב"ב ארויפ און אראפ ברענגען דעם גרויס'ן שווערן קערידזש. א שטיקל לימיט זכות אויף מיר אליינס האביך. אז איך האב דאמאלס נישט געוואוסט פון ר' נתן יאסעוו'ס מעמרעה... :roll:

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 12:41 am
דורך אפטעמיסט

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 9:03 am
דורך [NAMELESS]
אפטעמיסט האט געשריבן:http://m.forward.com/blogs/forward-thinking/213110/men-pushing-baby-strollers-only-goys-do-that/#.VMEoZL7kaPM.twitter

מען מוז נישט גיסן אזויפיל שנאה אין האס אויף איין קליינע דבר יום מודעה.... אבער עס איז גאנץ זיס

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:25 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע: דער מחבר פון יענעם מאמר אין פארווערטס, שלום דיען, איז זיייער שטארק אנגעווייטאגט אויף די אלע פאלטשע פרומע שטיק. ווייל ער אליינס האט געליטן דערפון. זייענדיג חתונה געהאט בזיווג ראשון (היינט איז ער א פארצייטיגער איד. פון פאר'ן חדר"ג) צו א סקווערער קעלבעלע, וועלכע האט אפילו נישט געוואלט זיצן מיט עים אין פראנט סיעט פון זיין קאר. ס'איז דא נאך וואס צו זאגן איבער די סוגיא. ואכמ"ל...!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 6:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבא, [tag]berlbalaguleh[/tag] לאמיר הערען ווער דאס איז.
ער האט אמאל געשריבען דא אויף ק"ש און ער האט נישט גערעדט פול מיט האס. ער איז גאר מסוכנדיג וועגען דעם. ער רעדט נישט ווי רוב שוטים וואס שרייבען נאכ'ן ארויס גייען פון אידישקייט, און דעריבער איז ער מער גיפטיג, אבער איך בין נייגעריג צו וויסען וואס דארט טוט זיך.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 10:03 pm
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:http://m.forward.com/blogs/forward-thinking/213110/men-pushing-baby-strollers-only-goys-do-that/#.VMEoZL7kaPM.twitter

מען מוז נישט גיסן אזויפיל שנאה אין האס אויף איין קליינע דבר יום מודעה.... אבער עס איז גאנץ זיס

מ'האט געפרעגט הרב דין וואס איז טאקע פשט אז ער מאכט אזא גאנצער ארטיקל וועגן אזא מין נארישקייט, האט ער גענטפערט נו וואס פארשטייט איר נישט, דאס צאלט מיר דער פארווערטס צו שרייבען.
און כיון דאתינא להכי, איז מיר פארענטפערט געווארען פארוואס דער בלאט און דבר יום ביומו שרייבען זייערע נארישקייטן, ועבדו רבנן שלמא בהדיי, אז טראץ זייערע דיפערענצן, מיינען ביידע די זעלבע כוונה.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
כשר למהדרין לכל הדיעות

Re: מענער זאל נישט העלפן זייערע ווייבער שטופן קערידזש

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:11 pm
דורך [NAMELESS]
3.jpg

Re: מענער זאל נישט העלפן זייערע ווייבער שטופן קערידזש

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:29 pm
דורך אויסגערוט
סאו ר' נתן יוסף'ס נאמען טאר מען אויך נישט שרייבען?

Re: מענער זאל נישט העלפן זייערע ווייבער שטופן קערידזש

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וועלכע איז א גרעסער עבירה, נוצען דער עירוב אדער העלפען דער ווייב?
נאך א וויכטיגע שאלה. ווען מ'וויל קלאפען על חטא אום יוהכ''פ אויף די צוויי געמיינע עבירות ווי שטופט מען עס אריין? אין וועלכע פאסט עס?