בלאט 3 פון 9
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 6:13 pm
דורך שמערל
ברסלבער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:עס פארט ארים א קליפ פון א גאנצע קלאס מיט מיידלעך אין די ברעסלב סקאל אין וויליאמסבורג וואס וויינען הויעך פאר מהרא"ש. זייער מאדנע און מאכט נישט קיין סענס צו אזוי דערשרעקען מיידלעך
דאס איז זייער שווער מסביר צו זיין. מוהרא"ש איז נישט קיין רבי, ער איז ווי א טאטע פאר זיינע חסידים. די קינדער האלטן מיט אינדערהיים און ווייסן און פילן ווי מוהרא"ש האט זיי געהאלפן ביי יעדע שווערע צייט, ביי סיי וועלכע געלעגנהייט ווען ס'האט אויסגעפעלט איז ער געווען זייער רוקן ביין. די קינדער דארף מען נישט דערשרעקן, זיי בעטן זיך פאר זייער טאטע.
זייער פיין. די פלא בלייבט נאר אויפן טיטשער וואס אנשטאט מיטוויינען מיט די אומשולדיגע תמומי לב, האט זי די קאלטקייט עס אראפצוכאפן און ארויסשיקן אויף וואטס עפפ.
פאר מיר שיינט עס ווי א שוי שפיל
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 8:57 pm
דורך ברסלבער
shem-tov האט געשריבן:די גאנצע מעשה מאכט שוין נישט קיין סענס. קודם זאגט מען ער איז שטערבליך קראנק. די דאקטוירים גיבן אויף. די משפחה ביים בעט מיט פסוקי יחוד. און פלוצלינג קומט איצט ארויס א שיינער בריוו וואס ער האט גאר היינט געשריבן ביים האספיטאל בעד וואס קוקט אויס ווי דער רבי איז ב"ה בייים פולן זינען מיט ממלא מקום אישוס און די טעכטער. האט ער בכלל א זוהן. מיינט ער אפשר אים מרחק צו זיין. בקיצור א נישט גלויביגער קען מיינען אז איינער האט בלויז א שטארקע פארקילעכץ. ווייסט איינער וואסע גייט פאר דא. איך האף מען מאכט נישט דא קיין ליצנות פונעם עולם
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? ער איז ליידער זייער קראנק מיט יענע מעשה אין די בלוט, ער איז זייער שוואך אבער ב"ה ביים פולסטן זינען. דער בריוו בכתב יד איז געשריבן געווארן שוין א לאנגע צייט צוריק, עס איז נאר יעצט ארויסגעקומען עפענטליך. דער געדרוקטער בריוו האט ער פארשטייט זיך נישט אליין געשריבן, ער האט דאס פארגעזאגט פאר איינעם וואס האט עס געטייפט, אזוי ווי ער שרייבט שוין בריוו פאר א שטיק צייט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:04 pm
דורך כוכב
דא אין קאווע שטיבל וועלן מיר אבער נישט פאלגן די צוואה און בשם כל הקהל הקודש טוען מיר ממנה זיין תלמידו חביבו שר התורה והיראה חכימא דיהודאה תלמיד המחכים את רבו מרן [tag]ברסלבער[/tag] אלס מנהיג ואיש על העדה פון אונזערע היכלי קודש והוא יוליכנו קוממיות לארצנו ומלכינו בראשינו, כתר הילומים על ראשו יצור בנזר שיר שפרה יחי אדונינו מורינו יחי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:09 pm
דורך shem-tov
העי כוכב דער רבי לעבט נאך. שכח ברעסלאווער פאר אויסקלארן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:58 am
דורך בעל מדות
א מין עזות און פרעכהייט צו אנאליזירן דא דעם "טויט" פון איינער וואס האט נאך גענוג יארן צו לעבן, עס איז א געפירליכע אומאיידעלע זאך! מען דעבאטירט דא זיין חלקה, ממלא מקום, און נאכאביסל זיין אינשורענס פאלעסי... מען קען נוצן אונזערע תפלות,
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער צובראכענע און ערליכע איד וואס האט במשך זיין לעבן אסאך מיטגעמאכט אז אנדערע זאלן נישט מיטמאכן, א איד צו וועם אזויפיל האבן זיך געוואנדן פאר עצה ותושיע, א איד וואס האט אראפגעשלינגען פיילן און גראנאטן און קיינמאל צוריקגעשאסן א איד וואס האט אויפגעבויעט א שטאט פאר צובראכענע ארימע מענטשן אהן פאמיליע זיך זארגנדיג פאר זיי ווי א אייגענע טאטע, און א איד וועם אסאך אידן ברויכן האבן, הרב אליעזר שלומה בן מלכה זאל זיך גענצליך ערהוילן בנסים שלא בדרך הטבע און ער זאל קענען ווייטער שענקען זיין שמייכל און שטיצע פאר די וואס ברויכן צוקימען דערצו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 10:01 am
דורך לית דין בר נש
בעל מדות האט געשריבן:א מין עזות און פרעכהייט צו אנאליזירן דא דעם "טויט" פון איינער וואס האט נאך גענוג יארן צו לעבן, עס איז א געפירליכע אומאיידעלע זאך! מען דעבאטירט דא זיין חלקה, ממלא מקום
סליחה סליחה וואס ווילסט די דא?
עס איז ארויס געקומען צוויי צעטלעך איינס וועגן זיין ממלא מקום און איינס וועגן זיין חלקה, און דאס איז וואס האט גיברענגט פאר חברי השטיבל צו רעדן דערוועגן
זא אזוי גוט אין שגץ אהן מוהרא"ש היתכן ער אנאליזירט זיין "טויט" און ער שרייבט וועגן זיין ממלא מקום און זיין חלקה ווען ער האט נאך אזוי פיל יאר צו לעבן!
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:11 pm
דורך בעל מדות
הרב שיק מעג -ווען ער פילט זיך באדראעט פון זיינע פייפס און מאשינען ארום- שרייבן צו זיינע אנהענגער וואס ער וויל, כל זמן רעדט פון זיין לעבן, און די מעגסט רעדן פון דיין "לאחר מאה ועשרים" וואס דו ווילסט, פון מיין זייט פלאפל אריין וועסט נאר אויסקוקן ווי
זיי
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 4:43 pm
דורך לית דין בר נש
אויב מעג ער שרייבן וואס ער וויל מעג איך פארשטיין וואס ער שרייבט אויך!
איז וואס איז שלעכט צו פרעגן ווי איז דער פלאץ וואס ער וויל ליגן און ווער איז עשו
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:02 am
דורך מאטי
ס'קוקט אויס ווי ס'געבליבן למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל"
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:47 am
דורך בעל מדות
מאטי האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי ס'געבליבן למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל"
EMARGENCY ALERT!! Please wake up!! we just got a critical phone call from hospital the situation with Muharush got very bad, Please PRAY NOW
יעצא ערשינען, ק/פ
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:04 am
דורך ברסלבער
אפדעיט: די נאכט איז געווען זייער א שווערע נאכט, בערך צוועלף אזייגער איז דער מצב געווארן גאר שווער און קריטיש. בחסדי ה' האט זיך דער מצב סטאביליזירט, אבער מוהרא"ש איז נאך אלץ אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.
בקשו רחמים מרובים בעד מורינו ר' אליעזר שלמה בן מלכה לרפואה שלימה בקרוב.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
Bd''h
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:14 pm
דורך דער שכן
פארמעקט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:15 pm
דורך ציבעלע-קיגל
בד"ה
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:20 pm
דורך ברסלבער
נישט אמת. ער לעבט נאך ב"ה. מ'דארף אבער אסאך רחמים.
מורינו רבי אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:39 pm
דורך דער שכן
ברסלבער האט געשריבן:נישט אמת. ער לעבט נאך ב"ה. מ'דארף אבער אסאך רחמים.
מורינו רבי אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש.
ברוך השם! ער זאל זיין גזונט און שטארק און דערלעבען משיח׳ן.
זאל איך יעצט אויסמעקן מיין פריערדיגע תגובה? אקעי, כ׳וועל.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:58 pm
דורך איש את רעהו
Bdh
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:09 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:Bdh
איז וואס איז געבליבן:
ב"ה. אדער בד"ה...?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:11 pm
דורך ישמעאל הכהן
לעבט ער אדער יא? לאמיר האפן אז ביידע איז אמת
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:11 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:Bdh
איז וואס איז געבליבן:
ב"ה. אדער בד"ה...?
ס' געבליבן אז ס' איז א מעשוגענער וועלט, וואס יעדע ביסל נייעס כאפט מען ווי הייסע לאקשן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:14 pm
דורך ברסלבער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:לעבט ער אדער יא? לאמיר האפן אז ביידע איז אמת
ביידע אמת ב"ה.
די מצב איז זייער קריטיש.
מורינו רבי אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:35 pm
דורך איש את רעהו
די מחלוקה גייט צו מען זאל איינפירען משיחיזעם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:41 pm
דורך יואב
איש את רעהו האט געשריבן:די מחלוקה גייט צו מען זאל איינפירען משיחיזעם.