בלאט 3 פון 8
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:48 pm
דורך שבת אחים
ירח בן יומו האט געשריבן:עס איז באקאנט די אור החיים הקדוש ביי עיר הנדחת וואס מ' האט אוסגעהארגעט א גאנצע שטאט מענער קינדער און ווייבער בסייף און מ'האט פארברענט אלע האב און גוטס מ'קען זיך נאר פארשטעלן ווי אזוי דאס האט אוסגעזען (אפשר קען [tag]יואב[/tag]צוהעלפן).
פירט דארט אויס די תורה אויף די פסוק ונתן לך רחמים ורחמך איז די אור החיים הקדוש מסביר אז נאך יודן האבן מקיים געווען אזא מעשה אכזרי ווערט דאך ביים מענטש אין הארץ איינגעווארצלט א מדה פון אכזריות (און ער ברענגט דארט אז אזוי האבן מעיד דעווען די שר הטבחים (אייסיס) פון די קעניג בדורו), און אויף דעם בענטשט אונז די רבוש"ע אז ונתן לך רחמים ורחמך אז די מדה פון רחמנות זאל צוריק קומען צו אונז.
אלזא לעניננו ווען די יודן דארפן טוען א מעשה אכזרי איז דא ספעציעלע ברכה אז אז מיר זאלן נישט ווערען בארבארישע רוצחים משא"כ זיי אלע בלייבן טאקע חיות טורפות
[center]************[/center]דרך אגב, אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א דבר נפלא אפילו די שטיין וואס מ'איז סוקל די חייבי מיתה און די סייף וואס מנוצט צו הארגענען זענענן עתיד ליתן את הדין אויך די צער וואס זיי האבן גורם געווען פאר א יוד, אפילו ס'איז געווען בצדק איז נאכאלץ דא אן עונש אויף דעם (ומכאן הלימוד פאר מחנכים וואס דארפן מעניש זיין (אפי' בצדק) זאלן געדענקען אז סוכ"ס איז מען מצער איוד און מ'וועט בראטן פאר דעם)
פאר דעם טאקע האט מיין רבי אין חדר געזאגט ווען ער האט איבערגעלייגט קינדער און זיי אריינגעקלאפּט אחת למעלה ושבע למטה אז ס׳טוט אים מעהר וויי ... די שטעקן אז אלעס געוועהן שולדיג... די מלמד איז נעבעך געוועהן אומשולדיג, פארדעם טאקע האט מען ארויסגעווארפן די אלע שלעכטע שטעקענס פון די חדרים און איבערגעלאזט די גוטע מלמדים
יענץ געלעכטער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:29 pm
דורך שמעון וואלף
Kool man האט געשריבן:נאכאמאל, אפילו פאר די שוואכע קעם וואס פארשטייען נישט אפילו נאך דריי מאהל קלאר מאכען.
די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי עטליכע פון אונזערע רעליגיעזע שרייבער האבען שוין געענטפערט, די הויפט חילוקים פון די הייליגע תורה וואס דרכיה דרכי נועם:
ס'יז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה,
1. נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות,
2. ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים
3. און מיט התראה פון די צוויי עדים [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה אין פראנט פון צוויי עדים כשרים??]
4. מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער,
5. און מ'האט אפילו נאכ'ן פסק דין געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה,
6. יד העדים תהיה בו בראשונה, צו פארמיידען פאלשע עדות.
7. און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
7. און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
קומען דא עטליכע גאר תמימות'דיקע שעפעלעך, אפילו נאך וואס אזויפיהל חברים האבען זיי שוין אפגעענטפערט, וועלען זיי שטעלען נאכאמאהל און נאכאמאהל זייער שאלת תם ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו וואס פארשטייט בכלל נישט וואס מ'האט גערעדט צו אים, סיכום:
א תורה וואס פאדערט רחמים בעפאר און נאכדעם, א תורה וואס גיבט נישט קיין געווער פאר יעדען שוטה צו קענען אומברענגען וועמען ער האלט אז ער שטייט אים אין וועג, אדער ווען ער איז הונגעריג פאר 200 מיליאן דאלער שאנטאזש, די פראצעדור פון די תורה איז אז דער מענטש זאל ציטערען צו טוהן אן'עבירה, דעטס איט, אבער ווען ס'יז געקומען דערצו האט מען געזוכט אלע אופנים נישט אויסצופיהרען, נישט צו דארפען אומברענגען א מענטש, און מיט אלעם אויב האט א בי"ד מיט די אלע אויבענדערמאנטע תנאים יא אויסגעפירט טויט שטראף מער ווי איינמאהל אין זיבעציג יאר זענען זיי געווארען באטיטעלט בי"ד קטלנית!, דאס איז די תורה.
להבדיל אלף אלפי הבדלות די פינסטערע בלוט דורשטיגע רוצחים וואס זוכען וואו און ווען מ'קען הרג'ענען, וואו זיי זענען שחט'ן זיי זיך אויס אפילו צווישען זיך, אין אלע לענדער, אין די לעצטע דריי יאר זענען טויזענטער פון זיי געהרגעט געווארען צווישען זיך, קל וחומר א פרעמדער, יעדער וואס גלייבט נישט ווי זיי איז ביי זיי חייב מיתה, און אויף די ברוטאלסטע אופנים,
צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז פאנאטיש און גאר גרויסע טיפשות, דאס קען נאר זאגען איינער וואס איז טיף טיף אין די פארמאכטע באקס, צוגעקלעבט מיט שטארקע דאקט טעיפ.
איך האב שוין פריער ערווענט אז מיתות בי"ד איז טאקע געווען מיט רחמנות, מ'האט מהפך געווען לזכות און ברור לו מיתה יפה. וואס וועסטי אבער זאגן לגבי די מלחמות וואס אידן האבן געפירט? כ'האב מעתיק געווען די לשון הרמב"ם, זיי מוחל קריך ארויף, ליין עס דורך און נאכדעם זיי מסביר די חילוק פון דארט ביז להבדיל אייסיס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:35 pm
דורך שמעון וואלף
פלאוויוס האט געשריבן:
די צרה מיט ראדיקאלן איסלאם, און אפשר מיט איסלאם בכלל, איז וואס ס'פארמאגט נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן, אינעם קאנטעקסט פון דער טראדיציע (דאס איז א וויכטיגער פרט!), לויט דער אנטוויקלונג פון דער מענטשהייט. דערפאר, אפילו אויב איסלאם זאל האבן געווען א הערליכער עטישער דאקומענט אין זיין צייט, איז א הכרח אז פריער אדער שפעטער זאל עס בלייבן הינטערשטעליג. איך ווייס נישט צי איסלאם איז באמת שולדיג אין דעם, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די סודות פון איסלאם (און לאמיר זיך נישט נארן: די בעסטע אידעאלאגיע קען ווערן אויסגענוצט צום שלעכטן), אבער דאס איז בכל אופן די פראבלעם מיטן ראדיקאלן איסלאם פון אונזער צייט.
לשיטתך וואלט מען געדארפט מאדיפיצירן די סדר השחיטה וויבאלט ס'זענען פארהאן אופנים וואס איז ווייניגער פיינפול פאר די בהמות.
זעהט אויס אז אידישקייט פארמאגט אויך "נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן"
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:35 pm
דורך [NAMELESS]
Kool man האט געשריבן: ס'יז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה,
1. נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות,
טעה טעית, במחכ"ת. עיין סנהדרין פרק א משנה א (יעדע דערפל פון הודרעט און צוואנציג מענטשן און מער האט געמוזט האבן אזא סנהדרי קטנה וואס איז מחוייב געווען עפ"י תורה דן צו זיין דיני נפשות).
7. און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
איינמאל אין זיבן יאר מיינסטו, ווי דער רמב"ם פסק'נט (סנהדרין י"א י). און ווי ער לייגט דארט צו, "אף על פי כן אם אירע להם להרוג בכל יום הורגין".
2. ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים
3. און מיט התראה פון די צוויי עדים [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה אין פראנט פון צוויי עדים כשרים??]
4. מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער,
5. און מ'האט אפילו נאכ'ן פסק דין געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה,
6. יד העדים תהיה בו בראשונה, צו פארמיידען פאלשע עדות.
7. און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
כל זה כמובן רק במיתות בי"ד. משא"כ כשדנו דיני שופטים לצורך השעה למיגדר מילתא כמבואר ברמב"ם (שם פכ"ד ד) ושו"ע חו"מ סימן ב. וכעובדא דשמעון בן שטח ווי ער האט גע'הרג'ט אכציג פרויען ביום אחד בלי עדים והתראה ובלי דרישה וחקירה כראוי.
די זעלבע בנוגע הריגת ז' עממין והעמלקים אנשים נשים וטף, ומלחמת הרשות להרחיב גבולי ארץ ישראל ולהעלות מס ועבדות.
א תורה וואס גיבט נישט קיין געווער פאר יעדען שוטה צו קענען אומברענגען וועמען ער האלט אז ער שטייט אים אין וועג, אדער ווען ער איז הונגעריג פאר 200 מיליאן דאלער שאנטאזש
הריגה לצורך השעה דארף בכלל נישט זיין קיין סמוכין. און ביי מלחמת הרשות, אדער "ווען ער איז הונגעריג פאר 200 מיליאן דאלער" ווי רש"י זאגט פשט, באקומט יעדער ציווילער בירגער געווער אין די האנט.
צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז פאנאטיש און גאר גרויסע טיפשות
ווי איך פארשטיי וויל נישט קיינער מאכן פארגלייכן. ס'איז א שאלה וואס מענטשן פרעגן, מה נשתנו אלו מאלו, תורה היא ולימוד היא צריכה.
להברת הדברים בעלמא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:03 pm
דורך יאיר
כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:45 pm
דורך ביבער
ווי באמת מאכט עס א נפקא מינה? און אויב די תורה איז ערגער ווי אייסיס וואס איז דעמאלטס?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:56 pm
דורך ביבער
לעצטענס איז געווען בילדער ווי זיי טראסקענען אראפ איינעם וועם זיי דערקלערן צו זיין געי פון א הויכן בילדינג יענער האט עס איבערגעלעבט האט מען אים באשטיינערט, דאס איז ריכטיג עפ"י הלכה אן קיין שום שינוי.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:45 pm
דורך פלאוויוס
שמעון וואלף האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:
די סנהדרין איז אוועקגעשטעלט געווארן גענוי פאר דער פונקציע, צו מאדיפיצירן דעם געזעץ-סיסטעם לויטן געברויך פון דער צייט ("השופט אשר יהיה בימים ההם"), און דער אופן וויאזוי די סנהדרין האט דאס געטון איז היסטאריש זייער אינטערעסאנט. פארשטייט זיך אז די סנהדרין האט געמוזט זיין צוזאמגעשטעלט פון מענטשן וואס געהערן צו דער עליטע רעליגיע, נישט צו דער פאפולארער רעליגיע (דא קומט אריין די וויכטיגקייט פון סמיכה). פארשטייט זיך, איינע פון די גרויסע צרות פונעם גלות איז די פראבלעם וואס ס'איז נישטא קיין סנהדרין (און דערפאר איז דא א מקום פאר רעאקציע אינערהאלב דעם אידישן רעליגיע-סיסטעם), אבער דערפאר טאקע האט די תורה אפגעשאפן מיתת בית-דין ווען ס'איז נישטא קיין סנהדרין. דער אידישער געזעץ-סיסטעם האט זיך אויף דעם אופן באווארנט פון רעאקציאנערישן בארבאריזם.
די צרה מיט ראדיקאלן איסלאם, און אפשר מיט איסלאם בכלל, איז וואס ס'פארמאגט נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן, אינעם קאנטעקסט פון דער טראדיציע (דאס איז א וויכטיגער פרט!), לויט דער אנטוויקלונג פון דער מענטשהייט. דערפאר, אפילו אויב איסלאם זאל האבן געווען א הערליכער עטישער דאקומענט אין זיין צייט, איז א הכרח אז פריער אדער שפעטער זאל עס בלייבן הינטערשטעליג. איך ווייס נישט צי איסלאם איז באמת שולדיג אין דעם, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די סודות פון איסלאם (און לאמיר זיך נישט נארן: די בעסטע אידעאלאגיע קען ווערן אויסגענוצט צום שלעכטן), אבער דאס איז בכל אופן די פראבלעם מיטן ראדיקאלן איסלאם פון אונזער צייט.
לשיטתך וואלט מען געדארפט מאדיפיצירן די סדר השחיטה וויבאלט ס'זענען פארהאן אופנים וואס איז ווייניגער פיינפול פאר די בהמות.
זעהט אויס אז אידישקייט פארמאגט אויך "נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן"
שמעון וואלף, לאמיר נישט אנהייבן מיט קינדישע ויכוחים וועלכער וועג ס'איז מער פיינפול ווען ס'האנדלט זיך פון א פראצעדור וואס נעמט סעקונדעס (א שוחט וואס מוז דורכפירן דעם חלף צען מאל קען מען דאך פסל'ען), און בכל אופן איז קיין שום פראצעדור נישט "ריין" אינגאנצן... כ'מיין אויב דו זוכסט דוקא בלוט ביי אידן קענסטו עס טרעפן ביי א ברית, אבער אויסער צווישן ראדיקאלן וועסטו נישט טרעפן ביי אידן אזעלכע וואס זאלן פילן דערין א סתירה צו אונזערע מאראלישע ווערטן. ביי פלייש ווידער איז דער פראבלעם נישט אין דער פראצעדור, נאר אינעם עצם קוילן בעלי-חיים פאר'ן געברויך פונעם מענטש.
דארפן מיר זיך אפהאלטן פון עסן בעלי חיים? דער טרענד איבער דער וועלט איז לכאורה אין דער ריכטונג, און ס'זענען דא גענוג פרומע אידן וואס גלייבן אז דאס איז דער וועג פון דער תורה. הרב קוק ז"ל האט אויף דעם אפגעשריבן זיין "חזון הצמחונות והשלום", און פארשטייט זיך אז יעדער איד האט די ברירה צו גיין אין דעם וועג. אליין האלט איך נאכנישט דארט, אבער אפשר איין טאג...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:25 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.
די שאלה איז ווען מ'לערנט מיט א קינד, אדער אפילו פאר זיך אליינס
די פסוקים און מאמרי חכמינו ז"ל בנוגע עניינים אלו, דארף מען עס לערנן ווי אן אלט פארצייטישע צוריקגעשטאנענע אומצוויליזירטע בארבארישקייט, אדער ווי עפעס א העכערע אידילאגיע וואס דארף ווען נאך היינט אזוי צו זיין לולא חטאינו גרמו לנו, ועינינו צופיות וכלות כל היום אז תשוב הממלכה און מיר וועלן צוריקשטעלן עטרה ליושנה?
איך פארשטיי אז אן ארטאדאקסישע ייד זאל זיכער קלויבן די צווייטע ברירה. פארדעם פאלט פארן ארטאדאקס א פעקל פון מיישב זיין און מחלק זיין בין הדומים/הנראים דומים ולהפריד בין הדביקים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:28 pm
דורך יאיר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.
די שאלה איז ווען מ'לערנט מיט א קינד, אדער אפילו פאר זיך אליינס
די פסוקים און מאמרי חכמינו ז"ל בנוגע עניינים אלו, דארף מען עס לערנן ווי אן אלט פארצייטישע צוריקגעשטאנענע אומצוויליזירטע בארבארישקייט, אדער ווי עפעס א העכערע אידילאגיע וואס דארף ווען נאך היינט אזוי צו זיין לולא חטאינו גרמו לנו, ועינינו צופיות וכלות כל היום אז תשוב הממלכה און מיר וועלן צוריקשטעלן עטרה ליושנה?
איך פארשטיי אז אן ארטאדאקסישע ייד זאל זיכער קלויבן די צווייטע ברירה. פארדעם פאלט פארן ארטאדאקס א פעקל פון מיישב זיין און מחלק זיין בין הדומים/הנראים דומים ולהפריד בין הדביקים.
קיין איינס נישט. מ'לערנט עס ווי א טרוקענע הלכה. ווי א טעארעטישע זאך וואס לא היה ולא נברא. ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:31 pm
דורך שמעקעדיג
כ'בין מסופק וואס מען וואלט געטון היינטיגע צייטן. למעשה זעהען מיר אז חז"ל האבן היבש רעדוצירט שטראפן וואס האט אויסגעקוקט בארבאריש לויטן פשוט'ן פשט, ווי יד תחת יד און עין תחת עין און נאך אסאך אנדערע, (הגם אין די אראבישע לענדער פירט מען זיך יא לויטן פשוט'ן פשט, און מען האקט הענט, פוס, אויערן, מען שניידט אראפ צונגען, מען פארט איבער מענטשן מיט טראקס, און נאך גרויזאמע מיטלען ואכ"מ),
אז די חז"ל האבן געקענט מאכן פון א דאורייתא ארבעים א חסר אחת, אתי רבנן ובצרו חדא, פאר סיי וועלכע סיבה, איז קלאר פשט אז כאטש די תורה איז א נצחיות און זאת התורה לא תהא מוחלפת, האבן די חכמים געקענט אנדערש פארטייטשן און נאך זאגן אז דער פשט האט דער פסוק געמיינט.
סך הכל פון די אלע טענה'ריי איז אזויפיל, אז כאטש מען זעהט אז די תורה האט געהייסן טון געוויסע פעולות וואס קוקט אויס עקסטער גרויזאם היינטיגע צייטן (אבער נישט בעת ההוא), איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין בזמנינו געטראפן א וועג ארויס נישט צו דארפן מקיים זיין די מיתה אויף דעם אופן, נאר מער פראקטיש; אבער אפילו אויב וואלט עס יא געבליבן אויפן אלטן שטייגער, איז עס נאך אלץ א קינדער שפיל אקעגן די רשעות פון די אראבישע קולטור, ווייל אין די תורה האט מען געזוכט צו מינימיזירן דעם שטראף ווי ווייט מעגליך, ברור לו מיתה יפה, און להבדיל די רוצחים זענען פונקט דאס פארקערטע, און זיי זוכן ווי מער יסורים אנצוטון להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נאך אלעם מיין איך אז מען וועט עס נישט קענען גענצליך פארשטיין מיט אונזער היינטיגע שכל, אבער עכ"פ א היבשע חילוק זעהט מען קלאר און אפן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:קיין איינס נישט. מ'לערנט עס ווי א טרוקענע הלכה. ווי א טעארעטישע זאך וואס לא היה ולא נברא. ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
וואס הייסט לא היה ולא נברא? דאס זענען דאך עניינים וואס זענען פארגעקומען במעשה, און ס'איז זיכער געשריבן געווארן מקיים צו זיין בפועל ממש.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
יאיר האט געשריבן:ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
כגון אנא, איך בין געווען ערשיטערט נאכן לערנען ס'ערשטע מאל סנהדרין (משניות).
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:38 pm
דורך ירח בן יומו
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:קיין איינס נישט. מ'לערנט עס ווי א טרוקענע הלכה. ווי א טעארעטישע זאך וואס לא היה ולא נברא. ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
וואס הייסט לא היה ולא נברא? דאס זענען דאך עניינים וואס זענען פארגעקומען במעשה, און ס'איז זיכער געשריבן געווארן מקיים צו זיין בפועל ממש.
לויט ווי ס'איז מבואר אין סנהדרין דף עא איז נישט שייך די דין (לויט איין מאן דאמר) וויבאלד מ'קען נישט מקיים זיין די ואת כל שללה תקבוץ ושרפת ווייל ס'איז דאך אוואדאי דא דארט מזוזות,
נאר פאר וואס שטייט די פרשה דרוש וקבל שכר, ווי די מהרש"א איז מסביר אז מ'דארף זיך ארויסלערנען עפעס א לימוד פון די הלכה (וכ"ה בבן סורר ומורה).
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:39 pm

אבער דער איד וואס הארעוועט איבער גמרא קימערט זיך גאנץ ווייניג איבער דער היסטארישער אספעקט דערפון (אויסער אפשר אזא בעל רגש ווי שמעקעדיג). חרדישע אידן לערנען אין זייערע ספרים יעדן טאג איבער כל מיני זאכן וואס זענען ממש אין סתירה מיט זייער בעיסיק יסודות אין מאראל און אין אידישקייט, און (כמעט) קיינער שטעלט זיך נישט אפ טראכטן. איין רגע, דאס שטימט נישט מיט מיינע יסודות. עס איז אריינגעלייגט אין אזא קעמערל אין מוח מיט'ן טיטל "רעליגיעזע שריפטן" וואס ווילאנג ס'בלייבט דארט, אזוי אבסטראקט און טעארעטיש, איז אלעס אקעי.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייל אין די תורה האט מען געזוכט צו מינימיזירן דעם שטראף ווי ווייט מעגליך, ברור לו מיתה יפה
ברור לו מיתה יפה איז נאר ביי מיתת בי"ד. "להרעיבה ולהצמיאה ולהמיתה מיתת תחלואים" איז שוין גאר נישט קיין מיתה יפה. און דאס איז ביי מלחמת הרשות, ווער רעדט נאך פון מלחמת כיבוש במבואר במקרא בתיאורים גרפיים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס הייסט לא היה ולא נברא? דאס זענען דאך עניינים וואס זענען פארגעקומען במעשה, און ס'איז זיכער געשריבן געווארן מקיים צו זיין בפועל ממש.
לויט ווי ס'איז מבואר אין סנהדרין דף עא איז נישט שייך די דין (לויט איין מאן דאמר) וויבאלד מ'קען נישט מקיים זיין די ואת כל שללה תקבוץ ושרפת ווייל ס'איז דאך אוואדאי דא דארט מזוזות,
נאר פאר וואס שטייט די פרשה דרוש וקבל שכר, ווי די מהרש"א איז מסביר אז מ'דארף זיך ארויסלערנען עפעס א לימוד פון די הלכה (וכ"ה בבן סורר ומורה).
די מדובר דא איז נישט פון עיר הנדחת, עיין למעלה
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:00 am
דורך kliger
Kool man האט געשריבן:נאכאמאל, אפילו פאר די שוואכע קעם וואס פארשטייען נישט אפילו נאך דריי מאהל קלאר מאכען.
די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי עטליכע פון אונזערע רעליגיעזע שרייבער האבען שוין געענטפערט, די הויפט חילוקים פון די הייליגע תורה וואס דרכיה דרכי נועם:
ס'יז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה,
1. נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות,
2. ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים
3. און מיט התראה פון די צוויי עדים [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה אין פראנט פון צוויי עדים כשרים??]
4. מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער,
5. און מ'האט אפילו נאכ'ן פסק דין געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה,
6. יד העדים תהיה בו בראשונה, צו פארמיידען פאלשע עדות.
7. און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
7. און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
קומען דא עטליכע גאר תמימות'דיקע שעפעלעך, אפילו נאך וואס אזויפיהל חברים האבען זיי שוין אפגעענטפערט, וועלען זיי שטעלען נאכאמאהל און נאכאמאהל זייער שאלת תם ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו וואס פארשטייט בכלל נישט וואס מ'האט גערעדט צו אים, סיכום:
א תורה וואס פאדערט רחמים בעפאר און נאכדעם, א תורה וואס גיבט נישט קיין געווער פאר יעדען שוטה צו קענען אומברענגען וועמען ער האלט אז ער שטייט אים אין וועג, אדער ווען ער איז הונגעריג פאר 200 מיליאן דאלער שאנטאזש, די פראצעדור פון די תורה איז אז דער מענטש זאל ציטערען צו טוהן אן'עבירה, דעטס איט, אבער ווען ס'יז געקומען דערצו האט מען געזוכט אלע אופנים נישט אויסצופיהרען, נישט צו דארפען אומברענגען א מענטש, און מיט אלעם אויב האט א בי"ד מיט די אלע אויבענדערמאנטע תנאים יא אויסגעפירט טויט שטראף מער ווי איינמאהל אין זיבעציג יאר זענען זיי געווארען באטיטעלט בי"ד קטלנית!, דאס איז די תורה.
להבדיל אלף אלפי הבדלות די פינסטערע בלוט דורשטיגע רוצחים וואס זוכען וואו און ווען מ'קען הרג'ענען, וואו זיי זענען שחט'ן זיי זיך אויס אפילו צווישען זיך, אין אלע לענדער, אין די לעצטע דריי יאר זענען טויזענטער פון זיי געהרגעט געווארען צווישען זיך, קל וחומר א פרעמדער, יעדער וואס גלייבט נישט ווי זיי איז ביי זיי חייב מיתה, און אויף די ברוטאלסטע אופנים,
צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז פאנאטיש און גאר גרויסע טיפשות, דאס קען נאר זאגען איינער וואס איז טיף טיף אין די פארמאכטע באקס, צוגעקלעבט מיט שטארקע דאקט טעיפ.
דין ארבעה מיתות בי'ד לא בטלו
יעדן טאג ווערן געהארגעט און פארברענט אויף דער וועלט אסאך מענטשן מיט אלע מיני מיתות משונות אן עדים און התראה
ביסט א רחמנות פארשטייער ????
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:04 am
דורך kliger
און וואס טוט זיך מיט אלע עונשים פון ראשית חכמה און קב הישר ? איז דעס אויך איינמאל אין זיבעציג יאר ?
און וואס איז מיטן זיך דארפן לאזן הארגענען אויף די שלש עבירות נישט קיין חילוק מיט וועלכע מיתה משונה ?
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:54 am
דורך chusid
יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.
אזוי ווי קליגער זאגט:
היינט איז עס טאקע נישט דא בעולם הזה אבער בעולם הבא אויב ביסטו א מאמין ווייסטו אז מען טוט שרעקעדיגע זאכן דארט, יארן צירוק האב איך געזען אין די מוסר ספרים אז אויפן חטא הידוע גייט מען הענגן דעם מענטש פון שטריק עפעס זייער שרעקעדיג (דאכט זיך ראשית חכמה) .
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 1:46 am
דורך kliger
ברענען אין גיהנם איז לענגער פון 5 מינוט
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.
די שאלה איז ווען מ'לערנט מיט א קינד, אדער אפילו פאר זיך אליינס
די פסוקים און מאמרי חכמינו ז"ל בנוגע עניינים אלו, דארף מען עס לערנן ווי אן אלט פארצייטישע צוריקגעשטאנענע אומצוויליזירטע בארבארישקייט, אדער ווי עפעס א העכערע אידילאגיע וואס דארף ווען נאך היינט אזוי צו זיין לולא חטאינו גרמו לנו, ועינינו צופיות וכלות כל היום אז תשוב הממלכה און מיר וועלן צוריקשטעלן עטרה ליושנה?
איך פארשטיי אז אן ארטאדאקסישע ייד זאל זיכער קלויבן די צווייטע ברירה. פארדעם פאלט פארן ארטאדאקס א פעקל פון מיישב זיין און מחלק זיין בין הדומים/הנראים דומים ולהפריד בין הדביקים.
קיין איינס נישט. מ'לערנט עס ווי א טרוקענע הלכה. ווי א טעארעטישע זאך וואס לא היה ולא נברא. ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
[tag]יאיר[/tag] פונקט די שאלה פין אלע שאלות האסטו מורא צו קיקען אין פנים?
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:22 pm
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'בין מסופק וואס מען וואלט געטון היינטיגע צייטן. למעשה זעהען מיר אז חז"ל האבן היבש רעדוצירט שטראפן וואס האט אויסגעקוקט בארבאריש לויטן פשוט'ן פשט, ווי יד תחת יד און עין תחת עין און נאך אסאך אנדערע, (הגם אין די אראבישע לענדער פירט מען זיך יא לויטן פשוט'ן פשט, און מען האקט הענט, פוס, אויערן, מען שניידט אראפ צונגען, מען פארט איבער מענטשן מיט טראקס, און נאך גרויזאמע מיטלען ואכ"מ),
אז די חז"ל האבן געקענט מאכן פון א דאורייתא ארבעים א חסר אחת, אתי רבנן ובצרו חדא, פאר סיי וועלכע סיבה, איז קלאר פשט אז כאטש די תורה איז א נצחיות און זאת התורה לא תהא מוחלפת, האבן די חכמים געקענט אנדערש פארטייטשן און נאך זאגן אז דער פשט האט דער פסוק געמיינט.
סך הכל פון די אלע טענה'ריי איז אזויפיל, אז כאטש מען זעהט אז די תורה האט געהייסן טון געוויסע פעולות וואס קוקט אויס עקסטער גרויזאם היינטיגע צייטן (אבער נישט בעת ההוא), איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין בזמנינו געטראפן א וועג ארויס נישט צו דארפן מקיים זיין די מיתה אויף דעם אופן, נאר מער פראקטיש; אבער אפילו אויב וואלט עס יא געבליבן אויפן אלטן שטייגער, איז עס נאך אלץ א קינדער שפיל אקעגן די רשעות פון די אראבישע קולטור, ווייל אין די תורה האט מען געזוכט צו מינימיזירן דעם שטראף ווי ווייט מעגליך, ברור לו מיתה יפה, און להבדיל די רוצחים זענען פונקט דאס פארקערטע, און זיי זוכן ווי מער יסורים אנצוטון להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נאך אלעם מיין איך אז מען וועט עס נישט קענען גענצליך פארשטיין מיט אונזער היינטיגע שכל, אבער עכ"פ א היבשע חילוק זעהט מען קלאר און אפן.
חז"ל האבן גארנישט רעדוצירט, זיי האבן געוויסט בקבלה אז יד תחת יד מיינט געלט און ארבעים יכנו מיינט ניין אין דרייסיג