בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 4:03 pm
דורך שמעקעדיג
כ'בין זיכער די נשמה איז זיך מחי' אין גן עדן.
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:56 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'בין זיכער די נשמה איז זיך מחי' אין גן עדן.
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
העסקן עזרא פריעדלאנדער, ווי אויך האט ער געארבעט פאר דער "ראעול וואלענבורג וועי" וואס לויפ דורך 13 עוו.
זיין קומענדיגע אויף דער רייע איז דער "קארל לוץ וועי" ער איז געוועהן דער וואס האט געראטעוועט טויזענטער אידן מיט דער באקאנטער "גלאז הויז" אין בודאפעסט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:46 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'בין זיכער די נשמה איז זיך מחי' אין גן עדן.
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
שמעקעדיג: כ'ווייס נישט וועגן די נשמה. אבער א פאר גופים פון שוויצערס בעולם הזה האבן זיך זיכער מחיה געווען. מ'האט געקענט מאכן פיקטשערס צוזאמען מיט עטליכע פאליטישנס...אויך האט מען נישט געדארפט צו זוכן אן אמת'ע דזשאב...
Re: סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די כשרונות און כוחות וואס דארפען זיך צוזאמענקומען אין א מענטש כדי ער זאל זיין אן אויסגעהאלטענע מנהיג און חכם זענען פילזייטיג. אמת, אז הרב אהרן קוטלר'ס 'שיקען שבת פעקליך קיין שאנחיי' איז א קליינעקייט כלפי הערצל'ס חלום פון א גאנצע זעלבסטשטענדליכע מדינה. אבער אין די כשרון פון אפלערנען די ברייטקייט פון א סוגיא עד הלכתא און די שטארקקייט פון זיך אוועקשטעלען מיט א נייעם גאנג אנטקעגען די אמעריקאנער שטראם און די מדות טובות זיך צו קענען פיהרען מיט אנדערע, איז ער, אין זיין באגרעניצטע וועג, געווען אן אויסגעהאלטענע מנהיג און חכם.
ר' מיכאל בער, מיט זיין אומפראקטישע גאונות פון קאוד"ס, זיין דמיון פון בויען אן מיטלע'ן, זיין ברייטע קענשאפט אין שפראכען און זיין אומדערזעטיגטע דארשט פאר נייע וויסענשאפטען, איז טאקע א 'מענטש צום טיש', אבער ער באלאנגט נישט מיט א חזו"א ר' חיים עוזר און סאטמאר רב (יא, אין כושר הנהגה איז ער יא א זאך, הגם נישט מיט די אנדערע אין חכמת התורה און אויסגעהאלטענקייט) אין איין אטעם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:56 am
דורך שמעקעדיג
There we go again
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:40 am
דורך [NAMELESS]
@ליטוואק ביי זיין ישיבה האט ער גאר שטארק מצליח געווען און א שיינע צאל תלמידים זענען אמתע גדולי התורה ווי הגאון רבי יצחק מאשקאוויטש שליט"א הגאון רבי אברהם חיים שפיטצער ז"ל ועוד ועוד וואס האבן זיך נישט צו שעמן פאר תלמידי רבי אהרן, אפילו די וואס זענען געווארן בעה"ב זענען אויך שיינע תלמידי חכמים וואס ליבען די גמרא און כאפן זיך צו צי א גמרא בכל עת מצוא, וואס אין יענע יארן איז דאס געווען א חידוש אין אמעריקא בפרט ביים חסידישער ציבור.
און אפילו די גאר אינגערע דור זענען גאר איידעלע יונגעלייט גיי אריין אין ביי וועלכע נייטרא ביהמ"ר און באטראכט די אידען פון 40 יאר ארויף און איבערצייג זיך אליינס
Re: סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליין איבער פון אנהייב אשכול. אין קורצ'ן, מ'רעדט פון דער וועלט'ס גלויבונג אז רמ"ד איז א וועלט'ס בעל כשרון געווען. דער פותח האשכול האט געבעטען א ראיה. לעיקוואוד האט צוגעשטעלט די הצלה פון ר' אהרן קוטלר צו דער פון רמ"ד און צו דעם האב איך זיך באצויגען. וויבאלד מיר האבען נישט קיין תשובות פון רמ"ד, ס'איז נישט מעגליך איהם צו באטיטלען אלס א וועלט'ס מנהיג, בלייבט דער פותח האשכול מיט'ן קשיא, און אלע לעגענדע'ס ווייזען גארנישט אויף.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:27 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
ווי גרויס איז דער ישוב איין מאנט קיסקא?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:11 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:ווי גרויס איז דער ישוב איין מאנט קיסקא?
די לעצטע צענדליגער יארן וואוינען דארטן אכציג פאמיליעס, סוואקסט נישט אבער סבלייבט די זעלבע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 3:47 pm
דורך יעקב מענטש
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:ווי גרויס איז דער ישוב איין מאנט קיסקא?
די לעצטע צענדליגער יארן וואוינען דארטן אכציג פאמיליעס, סוואקסט נישט אבער סבלייבט די זעלבע.
בעיקר וואוינען דארט קרית שמונה אידן, וואס זוכן צו פלאצירן דעם אכטער.
Re: סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 4:53 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
דקארט איז גרינגער צו באקומען דעם אכטער?
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:27 pm
דורך כפתור
[quote="יום טוב ליפמאן צונז"]דקארט איז גרינגער צו באקומען דעם אכטער?
מ'קען רעדן אפן. איך גלייב נישט אז די עף בי איי לייענט ק"ש, ספעציעל די אלטע אשכולות
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:23 am
דורך שעפטאל
אויב זיי האבן חברה וואס ליינען, ווייסן זיי אפשר אויך וואס די אכטער איז...
פון זייער שרייבן א עם הארצישע אידיש (פון טרענסלעיט ארויס) קוק'ט אויס ווי זיי האבן נישט קיין אידישע שרייבער שטאב.
אבער ס'נישט קיין ראי' אויף א ליינער שטאב.
--
ס'גראדע דא אין ק"ש מער ווי איין ניק וואס ארבעט פאר זיי.
לאמיך שרייבן קלארער, זיין געלט (וואס ער ארבעט צו באקומען) גייט פאר זיי...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:07 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
כפתור האט געשריבן:יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:דקארט איז גרינגער צו באקומען דעם אכטער?
מ'קען רעדן אפן. איך גלייב נישט אז די עף בי איי לייענט ק"ש, ספעציעל די אלטע אשכולות
איך האב גארנישט באהאלטן. איך האב נאר געניצט די זעלבע לשון ווי א תגובה פריער. חןץ פון דעם וואס אלע היימישע וואס איך קען האבן סעקשען עיט ליגעל, סא נישטא וואס צו באהאלטן.