בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 7:02 am
דורך געוואלדיג
אה הא, אויב קעמפט מען כלוימערשט פאר זיך דאן טאר עס נישט קאסטן קיין פרייז, אבער אויב איז מען משליך נפשו מנגד צו אראפרייסן א מנהיג א נואף פאר כלל ישראל׳ס וועגן אן קיין אייגענע בענעפיט דאן דארף ער וויסן אז עס קאסט א פרייז.
איך בין נייגעריג צו דאס איז שטודירטע חכמה אדער אייגענע טיפע קלוגשאפט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 8:10 am
דורך אישתישבי
והאמת?
אלעס קאסט א פרייז, אפילו אראפרייסן אנדערע דא אויף קאווע שטיבל, אבער עס מאכט נישט דער נוקם ונוטר מער גערעכט, ווייל מען האט אים מגלה פנים געווען.
Re: וועט הרב ברלנד גיין יושב'ן ?
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:27 am
דורך טרויבן88
2 וואכן צירוק איז א געווען א מחאה פון ברלנד'ס אנהענגער אנטקעגן אנטקעגן ברסלב אויף מאה שערים און סאלאנט ווי זיי האבן צעבראכן פענסטערס און אריינגעשפריצט פעפער ספרעי און זיך געשלאגן דארט
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 5:44 pm
דורך Interesting man
איך האב געהערט אז ס'נישט געווען קיין לאנגע מעשה, נאר א האלבע שעה אזוי ביז די ציונישע פאליס האט זיך ארויסגעווארפט...