בלאט 3 פון 7
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:50 pm
דורך מרקד אתלת
אפשר רעדט ער פון א אנדערע ווידאו גאר...
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:56 pm
דורך ישראל קאפקע
בר דעת האט געשריבן:וואס זאגן זיי?
פופקא זאגט אזויווי ער האט געזאגט אייביג אז דאס איז זיכער יא דער חפץ חיים. זיין טאטע האט געלערנט ביים ח"ח פאר יארן, און אהיימגענומען דעם בילד וואס איז גענומען געווארן אין תרפ"ו פאר א פאספארט.
דער ליאזשנער האלט זיך ביי זיינער אז די בילד איז נישט די חפץ חיים, די קליפ איז יא. לויט אים איז עס אינגאנצן אנדערש. הערשט יעצט איז קלאר געווארן אז דאס איז נישט די חפץ חיים.
ער זאגט גאר 'אין שמחה כהתרת הספיקות'!
איי די קליפ און די בילד זענען דאך באשיינפערליך די זעלבע מענטש????
לויט אים נעמט זיך די טעות ווייל די קצב פון ראדין האט געהאט א קוזין אין ווארשע ביים אגודה הויפטקוואטיר, און ער האט געשיקט א בילד קיין ווארשע צום קוזין וואס מחמת סיבה האט מען געמיינט אז די שיינע בילד וואס איז אנגעקומען פון ראדין איז די ח"ח.
איי פארוואס האט די אגודה פארשפרייט דעם בילד אלס די ח"ח שוין נאכן זען אז די חפץ חיים וואס האט זיך באטייליגט ביים כנסיה איז א צווייטער????
פארוואס האבן זיינע תלמידים וואס האבן געלערנט ביי אים פאר פינף צען יאר נישט באמערקט אז דער איז גארנישט זייער ראש הישיבה זאגאר דער קצב אין שטעטל????
ציווישן גיט ער א ווארף אריין א שטעך קעגן די ליובאוויטשער רבי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:59 pm
דורך ברסלבער
נו וואס דען זאל ער זאגן? עס איז זייער שווער מודה צו זיין על האמת.
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:05 pm
דורך בר דעת
דער ליאזנער איז מלא סתירות און שקר, א מאדנער וואזשנער אידל, האלב פוןן זיין מוזעאום איז שקר און דמיון
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:06 pm
דורך בר דעת
א חידוש ווי דער דרעזנער קען מאלן וואסער פאר פופצען מינוט מיט איינעם וואס זיין טאטע איז געווען א תלמיד פוון חפץ חיים, איבער די פילם צו וואס ער האט קיין קשר. דער פופקא פרובירט זיך אפשאקלען אבער דער קלעבעדיגס נערווירט מיט פול ענערגיע
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:26 pm
דורך ישראל קאפקע
דעצעמבער 22 לעצטע יאר.
איבער דעם קליפ איז ערגעץ אויך געווען א שמועה אז די הויעכן בחור מיטן פלאכן סאמעטענע הוט איז ר' שלמה מבאבוב.
טעמע: היסטארישע קליפס
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:19 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געהערט די מעשה פון דער פילם אזוי, איינער אין דער יוניוערסיטי וואס איז עוסק אין די ענינים האט געטראפן דעם פילם אונעם אריגינעלען קען פון וואס מען האט עס קיינמאל פריער נישט ארויסגענימען (דערפאר איז נישט מסתבר אז איינער האט שוין געוויסט פאר פיר יאר) און ער האט נישט געוויסט וואס פונקטליך דאס איז, און האט עס געשיקט מיט עטליכע וואכן צוריק צו א איד אין וויליאמסבורג - מר. מארך - מיט וועם ער האט א שייכות, און דער איד האט געזען די חשיבות שבו, האט ער פרובירט צו באקימען די רעכטן דערויף עס צו קענען פארקויפן, און האט שוין געהאנדעלט.מיט די אגודה און מיט דרשו אויף גרויסע סומעס,
למעשה האט יענער אים נישט געוואלט געבן די רעכטן און עס מפרסם געווען אויפן וועבסייט, און סאמהאו האט ונבנתה באקומען א לינק, און איינער פון אייוועלט האט 'אריינגעסניקט' אין ק''ש און עס אויך באקימן, אזוי האט.עס גאנץ קהל החרדי, און דער איד איז געבליבן נעבעך מיטן ציבראכענעם אייער...
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:51 pm
דורך גנדי
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:54 pm
דורך גנדי
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:54 pm
דורך מרקד אתלת
עס איז דא אסאך הערות והוספות בנוגע די רבנים וואס ווערן געזעהן אין אוצר החכמה און אין א"ו
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 6:04 pm
דורך גנדי
לינקס ביטע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 6:17 pm
דורך מרקד אתלת
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:40 pm
דורך איחוד פעלד
הייסט עס אז דער חפץ חיים פלעגט טראגען א דאשעק? היו לא תהיה
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:46 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
זיכער עס איז א דבר מפורסם מאוד אז ער איז געגאנגען מיט א דאשעק אין עס איז שוין דא עטליכע בילדער פין דעם
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:03 pm
דורך ישראל קאפקע
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:זיכער עס איז א דבר מפורסם מאוד אז ער איז געגאנגען מיט א דאשעק אין עס איז שוין דא עטליכע בילדער פין דעם
די שאלה איז וואס מען רופט אן א דאשיק.
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:13 pm
דורך שלמה המלך
פלאי פלאות!
איך דענק ווען די וועלט האט גע'רעש'ט מ'האט דערווישט א לעבעדיגען פילם פונען הייליגען מנחת אלעזר פון די גרויסע חתונה אום תרצ"ג...
ס'איז אפילו געוועהן גאר אינטערעסאנט די פילם פונעם עצרת גדולה תשי"ג אין אר"י ווי מ'זעהן ר' אהרעלע בעלזער און די חזון איש זצ"ל
היצטערט איז מען אויף מיט א גאר לעבעדיגען און קלארען פילם פונעם כנסיה גדולה און תרפ"ג
כ'האף מ'וועט אמאל טרעפען עפעס א לעבעדיג'ס פון ר' ישעי'לע קרעסטירער וואס איז אוועק הערשט אום תרפ"ה....
ונזכה ונחיה ונראה
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:39 pm
דורך געפילטע פיש
אויב דערווישט מען א ווידיא פון ר' ישעי'לע קערעסטירער וועלן מייז ווערן אן endangered species. מה דאך א בילד קען זיי פארטרייבן בן בנו של קל וחומר א ווידיא!
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:26 pm
דורך פרייוויליג
איחוד פעלד האט געשריבן:הייסט עס אז דער חפץ חיים פלעגט טראגען א דאשעק? היו לא תהיה
עס ציפט אביסל דעם הארץ אז עס איז ווירקליך געווען אזאנע ריזן, הא?
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 1:19 am
דורך גנדי
איך טראכט נאר אויב די חסידישע רביס וואלטן נישט געווען אזוי קעגן בילדער און ווידיאוס (פאר סאום אומקלארע קראנטע סיבה) וואלטן מיר געהאט היינט אוצרות. זיי האבן צוריק געהאלטן אוצרות פונעם דור.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 1:28 am
דורך שלמה המלך
wow די וועלט - עכ"פ דער עולם החרדי - איז אויף מיט דעם ווידיאו קליפ!
אויב איז אונזער @ונבנתה טאקע דער וואס האט דאס אפיר געברענגט איז איין לייק נישט גענוג! א טראק לויד מיט לייקס דארף ווערען דעליווערט.... שמו "ונבנתה העיר" נאה לו
למעשה נאכען פארברענגען א האלבער נאכט מיט דעם, און קולע זיין אל השערה ביזען גרינד שטעלט זיך ארויס קלאר:
1) דאס איז ווירקליך דער רשכבה"ג ונשיא הדורות מרן החפץ חיים זצ"ל!! (ער ווערט באגלייט מיט קונדער און איידעם הרב קפלן ז"ל הי"ד)
2) נישטא קיין ר' שלמה באבוב'ער דארט בכלל
5) דער טשורטקובער (א רעכטער אייניקעל פונעם הייליגען רוזשינער) האט גערעדט זייער שטיל אזש מ'האט געדארפט אינעם זאל עס איבער זאגען הויעך אויפען קול, (ער ווערט באגלייט מיט א קונד וואס איז געוועהן בעובי האגודה (מיטן ציקנייטשטען ביבער היט))
6) הר"מ שפירא האט געוואינען מאמענטום פונעם כנסיה מיטען געבען דעם ריכטיגען טאאן און גערעדט מלא תוכן, השקפה, דאגה על העתיד ועצות נכונות, וכדו' און האט אויך בשעת מעשה פראקלאמירט זיין רעיון פון דף היומי וואס לויפט נאך עד היום און איז מוסף והולך מיט יעדען פארביי גייענדעם טאג.
7) הר"מ ברלן (בר-אילן) איז בין השורות געווארען אראפגעריסען
8) דער ליזשנער קצב דארף א רופא נאמן
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:09 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:17 am
דורך אפטעמיסט
וואו איז דאס?
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:05 am
דורך [NAMELESS]
קול ברמה