בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 8:23 pm
דורך שלמה המלך
ואם ללצים הוא יליץ

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:מיין שאלה איז למאי נפקא מינא צו פאפא איז יא אין התאחדות צו נישט?
נפקא מינה למקח וממכר..

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:53 pm
דורך smart
די ערשטע בריוו פון די קהלה זעעט אויס עכט אבער די בריוו פונעם רבין זעעט אויס געפעלשעוועט

קען איינער פליז קלעריפייען

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 11:40 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ביידע פאלש אדורך אין אדורך

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 8:45 am
דורך איחוד פעלד
נעה, קענישט זיין, צו גוט צו זיין פאלש...

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 9:21 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
עס איז קלאר פאלש
מען ווייסט מבטן מי יצא הפאשקווילען אלו דאס איז זיכער אז יענע האט פיינט פאפא

נאר מחמת לשון הרע גיי איך נישט דא ארויס פאקן דער נאמען

ויצאתי בזה

א גוט פורים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 5:32 pm
דורך berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עס איז קלאר פאלש
מען ווייסט מבטן מי יצא הפאשקווילען אלו דאס איז זיכער אז יענע האט פיינט פאפא

נאר מחמת לשון הרע גיי איך נישט דא ארויס פאקן דער נאמען

ויצאתי בזה

א גוט פורים

ס'איז אבער א וואונטש וואס א יעדער נארמאלער ערליכער איד האפט אז ס'וועט אי"ה מקויים ווערן בקרוב בימנו. און זיי (די פאפא'ער קהילה) וועלן מקיים זיין וואס ס'שטייט אין פסוק...ווען משה רבנו האט געזאגט פאר די אידן ..."היבדלו מתוך העדה הרעה הזאת...! און לאזן איצא שייגעץ מיט זיינע פאר אלטע באטשי'ס ווייטער אנגיין מיט זייער קארופשן, עם הארצות און רשעות...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 10:47 pm
דורך בן תמליון
אינטערסאנט יעצט געווען דא צוויי פאפא בחורים נאך געלט איינער איז דעם רבינ'ס אייניקל. כ'האב געפרעגט זיי זאגן דער בריוו איז אויטענטיש נישט קיין שפיל.

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2015 1:21 am
דורך ישמעאל הכהן
עס איז פאלש. איך האב עס באשטעטיגט ביי פאפא רביס משב''ק האפפמאן.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:55 pm
דורך געוואלדיג
סא די ערשטע פון די קהילה איז יא אויטענטיש אדער ביידע פאלש?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
ביידע פאלש

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 6:09 pm
דורך Kool man
ווי ס'קוקט אויס איז דאס א געניאלער איינאפהל פון התאחדות אדער פון פאפא צו באקומען אביסעל פעים..

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדעריש, לדעתי דאס איז געווען דער ציל פון ביבי מיט זיין דרשה.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
שמעתי אז דאס איז א שטיקל פון שמו' וו' . אויב איינער קען דאס באשטעטיגן ביטע ,

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 5:04 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך האב געהערט א אנדערע נאמען ע' ט'

איך בין נישט זיכער איך האב נאר נאכגעהערט ממילא שרייב איך נישט ארויס ...

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 11:23 am
דורך מור וקציעה
בילד
בילד

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 12:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער איינער האט א דין תורה, צו ער איז גרייט א טובה צו טוהן און זיך גט'ן אדער סיי וואס פאר אן אקיופעישי"ן פאר'ן התאחדות הרבנים זאל זיך ביטער שוין מעלדען.
#הבטלה_מביאה_לידי_שיעמום

פאפא שטעלט וועד הכשרות דהתאחדות אין א קלעם

נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm
דורך שת.אדמזאהן
אסרו חג פסח תשע"ו לפ"ק

מ'האט געבעטן נישט צו מאכן א שטינק וועגן דעם אין יום טוב, וישת"ו ענוי"ם וישבעו. איצטער אז דער יום טוב איז פאריבער, איז צייט מגלה צו זיין קלונם פון די הדיוטים בראש "וועד הכשרות" פון התאחדות הרבנים.

כידוע, לייגט מען פסח נישט אריין ווייטאמינען אין די מילך, צוליב חששות פון געוויסע זאכן וואס ממישט אריין אין זיי. היי יאר האט מען יא, און לויטן פארלאנג פון פאפא רבי שליט"א, איז געווארן א "אינוועסטיגעישען", וואס פונקטליך ליגט טאקע אין די ווייטאמינען, חמץ אדער חשש חמץ, קטניות, אדער גאר כשר למהדרין.

די פאפא דיינים האבן פארלאנגט א תשובה ברורה, איינמאל צוויימאל דריימאל, אין קול ואין עונה. די וועד הכשרות ענטפערט נישט - האט פאפא רבי פארלאנגט אז מ'זאל מפרסם זיין אז היי יאר איז יא דא דעם תערובות אינעם מילך.

פלוצלינג באקומען זיי צעקות און קללות פון די וועד הכשרות התאחדות, היתכן מ'האט זיי נישט געפרעגט פארדעם...

Re: פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?

נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 10:25 pm
דורך דעת תורה
וואס איז פשט פון איצו'ס בריוו וואס מ'ברענגט דא פריער?

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 8:10 am
דורך וויל קענען
ביטע מאך נישט אזא עסק פונעם vitamin D שאלה
עס איז בסך הכל קטניות בתערובת וואס באמת ע"פ הלכה מעג מען עסן קטניות בתערובות. נאר משום חומרא דפסח האט מען זיך מונע געווען דערפון אלע יארן. ......

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 9:47 am
דורך גר ותושב
איז וואס איז יעצט געשען אז מען איז שוין נישט מחמיר?
און פארוואס איז מען נישט מודיע פארן עולם אז עס האט שוין נישט די חומרא? איך פארשטיי נישט, די התאחדות איז דער וואס איז מחליט וועלכע חומרות יודן זאלן האלט לחומרא אדער לקולא?

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 11:39 am
דורך וויל קענען
די סיבה פונעם שינוי איז ווייל ס'האט באקומען א פרישע מענעזשער...

איך האף אז איר פארשטייט אז די גאנצע ארויס נעמען פונעם vitamin איז נישט לעגאל. און קיינער האט קיינמאל נישט געשריבן אז זיי נעמען עס ארויס פסח...
ולפי ידיעתי, אנדערע קאמפעניס נעמען עס בכלל נישט ארויס...

בדרך אגב פאפא בי"ד האט געזאגט אז מ'קען עס רואיג טרינקען. ס'קוקט נאר אויס אז זיי פארשטייען נישט אז נישט אלעס דארף געזאגט און געשריבן ווערן ברבים, מכ"ש אזא אומלעגאלע זאך וואס גרעניצט זיך נישט מיט קיין שום שאלה להלכה.
און לגבי די שאלה צו התאחדות איז די מכריע, אודאי ניין, מ'פראבירט נאר די בעסטע וואס שייך. אבער מ'גייט ח"ו נישט אסר'ן צו טרינקען משום חומרות בעלמא.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 1:03 am
דורך ליפא
פאר הערינג נעמט מען נאך התאחדות הכשר...
rps20160510_001115.jpg