בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 5:32 pm
דורך בן ישי
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:12 pm
דורך ברוך בער
שוין אויסגעהערט לויטן ערשטן חצות זמן פון גר"א. דער ניגון "ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות, אפשר דאס וואס דו גייסט יעצט אריבער איז די סיבה פארוואס דו ביזט דא" האט מיר אינערליך צושאקלט. קיין גרויס מוזיק מבין בין איך נישט אבער דער ניגון רירט די סטרונעס ווי מען זאגט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:15 pm
דורך קאצקע ציקער
בן אדם האט געשריבן:יעצט איז ס'ערשטע מאל וואס איך טרעט אריין אין דעם אשכול, היות דעם וואס איך ווייס נישט וואסערע דברי חכמה איז דא פארהאנען נאך אזעלכע גרויליגע תגובות וואס ער האט שוין איבערגעלאזט אין אייוועלט עם ניקיו הרבים, ובתוכם א באוואוסטע ראסיסטישע תגובה מיט'ן תגובה זיינער 'אנעים זמירות' וואס האט דעמאלטס אנגעמאכט א גרויסן חילול ה'.
א מדרש פליאה
Re: מיילעך קאהן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:36 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
די גאנצע סידי א שאד געוואלט ווען בעסער ווען מאכט סינגעלס יעדער שטיק צייט.
סאיז אפשר 2 3 שיינע ניגונים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:52 pm
דורך נאטירליך
איך האב זייער הנאה, זייער שיינע unique ניגונים.
ייש"כ מיילעך & גערשי
Re: מיילעך קאהן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:13 am
דורך סאשי פיש
נאטירליך האט געשריבן:איך האב זייער הנאה, זייער שיינע unique ניגונים.
ייש"כ מיילעך & גערשי
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:16 pm
דורך פעינטער
די סידי שרייט מיילך
א פיינע ווארעמע הארצרייסענדע געשמאקע פאני לעבעדיג קאלירפולע סידי.
סעלוינט זיך אלע געלטער
לאנג נישט געווען אזא סידי אויף די מארקעט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:16 pm
דורך פעינטער
.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:55 pm
דורך כלבאשבוע
אנבעליוועבעל אלבוים, שוין לאנג נישט געווען אזא פענאמענאן אין אידיש מוזיק!
דיס איז די ריעל דיעל
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 11:30 pm
דורך שמעקעדיג
איך קען נאך נישט דעסיידען צי דער עולם דא איז ערנסט אדער סארקאסטיש
Re: מיילעך קאהן
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:29 am
דורך סאשי פיש
ערענסט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 4:39 pm
דורך Chasidishmashpia
זייער א שיינע דיסק!!!!! (ערנסט)
Re: מיילעך קאהן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:31 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
די קודשא ברוך היא אחד ניגון הערט נישט אויף איבערשפילן ביי מיר
כקען יס זעהן ווערן אויף געכאפט אפי סאיז אביסעל א שווערע ניגון
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:18 am
דורך וואלווי
שבת ניגון duet: ר' מיילעך קאהן & ר' חיים אלעזר שפירא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 4:38 pm
דורך ראוונע
קודשא בריך הוא
שבת
יומם
הערליכע ניגונים
שיינע ארבייט רבי מיילעך הגם איך בין נישט פון זיינע גרויסע חסידים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 5:26 pm
דורך איסר האטלקי
דער שבת ניגון האב איך נאכנישט געכאפט, איך שפיל איבער ביי מיר אלע טענער בשעת'ן הערן דעם ניגון, איך קען עס נישט צוגלייכן צו קיין איין עמטליכער טאן...
אבער "מי יודע" האט מיך שרעקליך געכאפט. זייער א פיינער נקודה און ווארים ארויסגעברענגט.
Re: מיילעך קאהן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 6:20 pm
דורך ביליג
מי יודע איז א היט ! מען קען עס זינגען שטייט און שנעל פערפעקט פאר חתונות
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:49 pm
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:דער שבת ניגון האב איך נאכנישט געכאפט, איך שפיל איבער ביי מיר אלע טענער בשעת'ן הערן דעם ניגון, איך קען עס נישט צוגלייכן צו קיין איין עמטליכער טאן...
צו וואס דארף מען עס צוגלייכען? גאנץ מיילעך קאהן מיוזיק איז יוניק און אריגינעל מיט זיין אייגענארטיגע סטייל. געראדע איז שבת פון מיין פעוואריטס. ס'איז אויך יוניק אז אז די ניגון איז עט ליסט פיר פעלער א יעדעס איינס אויפ'ן גאנג פון די פאל פאר דעם, און א יעדעס איינס איז ציטיילט אויף דריי, שלא כרגיל ביי רוב געהעריגע ניגונים וואס זענען ע"פ רוב 4 און אמאל 6.
Re: מיילעך קאהן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:19 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ראוונע האט געשריבן:קודשא בריך הוא
שבת
יומם
הערליכע ניגונים
שיינע ארבייט רבי מיילעך הגם איך בין נישט פון זיינע גרויסע חסידים
איך בין חולה פאר קודשא בריך הוא ניגון ווי שוין דערמאנט אין אנדערע אשכול.
ווי אויך די יעדער איינער ניגון איז א שטארקע ניגון ווי אינזער גאנצע משפחה קליינע קינדער האפקנען אוועק יעדער שבת אויף ״ער וועט נאר קומען ווען מיר פארטראגן זיך״
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:12 pm
דורך נעגעל וואסער
גם אני מצטרף בדברי שבח אויף מיילך'ס יוניק סי. די.
באופן כללי איז עס א הערליכע ארבעט. חוץ די ברעכעריי ביי אבי יתומים.
כ'גיי ניסלעך פאר "כגוונא דיליההההה למהוויייייי".
און פאר "ומי יודע" אם לעעעעת כזאת.
כ'גלייך זייער זיינע צוויי שטימעס. כ'ווייס נאר נאך נישט וועלכע איז שענער, די נידעריגע אדער די היי פיטש.
די עיקר האב איך הנאה אז ס'שוין לאנג נישט געווען א נייע היימישע זינגער וואס האט א אייגן סטייל, אז מ'זאל דערקענען אויף זיינס א ניגון אז דאס איז זיינס.
היינט ווערט יעדער שמויגער - וואס זיין קול האט זיך נאך נישט דעוואלעפט אינגאנצן און האט נאך א יונגערע קול - א זינגער. אהן קיין אייגענס אהן קיין חידושים.
מיילעך איז יוניק, פריש, גוט און משפירט זיין נשמה בשעת ער לייגט עס אראפ.
א לימוד פאר אונז אלע דא, א מענטש קען האבן א טאלאנט פאר יארן לאנג און עס נישט ארויסגעבן לאור עולם, ווייל מענטשען מיינען אז די ביזסט משוגע.
כ'ווייסס נישט ווער עס האט אנדעקט מיילעך קאהן לעצטענס, אבער ער האט באוויזן צו איבערהיפן זיין אויסזעהן און זיין מצב און מגלה געווען פיור טעלענט, פון וואס אזוי פיל מענטשען האבן הנאה.
מ'דארף אין זיך גלייבן. און קיינמאל אויפגעבען!
שקויעך מיילעך.
Re: מיילעך קאהן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:46 pm
דורך קל וחומר
אבי יתומים איז פון מיינע פעוואריטס.
ס׳איז אן עמקות אין פשטנות.
Re: מיילעך קאהן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:37 am
דורך קל וחומר
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:32 am
דורך נעגעל וואסער
אין בין נאך נישט אזוי טיף אין די אדמה צו פארשטיין דעם עמקות...