בלאט 3 פון 6
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 12:14 pm
דורך כוכב
א ישר כח פאר אור מופלא רום מעלה הרב יצחק לאווי פאר'ן אנטראגן צו שרייבן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר עזריאל און א איד פארן אפפערן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר געפילטע פיש פאר אייער גרייטקייט צו שרייבן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר'ן מייסטער רעדאקטאר און נחשון לדבר מצוה פישלע העררינג פארן אונז געבן דעם כבוד צו פאבליצירן זיינע טאלאנטפולע ווערק.
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 12:37 pm
דורך פישלע העררינג
לץ. קומט נישט צו צו א "אור מופלא, רום המעלה", אבער כ'על סעטטלען אויף דעס.
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 2:24 pm
דורך כוכב
ניין. סורפרייז.
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 3:57 pm
דורך געוואלדיג
ווילאנג איך בין מיך נישט מגלה בין איך נישט אור מופלא רום מעלה און איינמאל יא ווער איך דעמאלטס, וויאזוי ארבעט דאס?
בקשה צו די טייערע מיטגלידער פון קאווע שטיבל, כאבה"י!
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:19 pm
דורך פישלע העררינג
ידידנו רעב [tag]כוכב[/tag] איז אונטער אומגעהויערע סטרעסס מפני כובד המלאכה, נעם איך איבער זיין מעגאפאן פאר אפאר מינוט, בשליחותו.
1) די פה-סח רעדאקציע איז גרייט אנצונעמען אנאנסען, פאר א מיניאלע אפצאהל.
- די עד וועט געזעהן ווערן דורך פי-עשר פון וויפיהל באזוכער עס זענען דא.
- די עד מוז נישט קומען דוקא פון א קאווע שטיבל עפיליעיט... קענסט איינער וואס זוכט עקספאוזשער ביים עולם? רעד איהם צו!
- די אינקאם וועט גענוצט ווערן צו שענקן א מתנה פאר'ן גראפיקער, און צו פארשענערן און פארבעסערן די ניווא פון די סחורה.
- די רעדאקציע איז פלעקסיבל, שיק א אישי אדער אימעיל פאר כוכב'ן און ער וועט זיך דורכקומען מיט דיך.
2) מיר בעטן נאכאמאהל פון די חשוב'ער חברים וועלכע קענען האלטן א פעדער, און האבן שיינע עניינים צו באשרייבען, אל תמנע טוב, נעם זיך די פאר מינוט אפצושרייבען עפעס שיין און שיק עס אריין.
- די רעדאקציע האט א שטאב פון רעדאגירער וועלעכע וועלן דיך צוהעלפן אז אפילו דאס ואס דו שרייבסט שנעל זאל אויסגעפוצט ווערן לבסוף.
- די סחורה וואס אי שוין אריינגעקומען זענען העכסט אינטרעסאנט, שיין, באטעם'ט, און רואיג. נישטא קיינע רענטס, באקגלאגענישן און אזוי ווייטער. עס וועט זיין א שטארקע נשיאת חן אי"ה, און ווער א חלק דערפון וואס פריער.
הכו"ח בשם כוכב
פישלע
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 3:01 pm
דורך כוכב
ישר כח סמבטיון פאר אננעמען אן ארטיקל.
חברה, מרעדט דא פון סיריעס ביזנעס, דער גראפיקער מאכט אן ערשט קלאסיגע ארבעט, סקוןמט אריין הערליכע סחורה.
איילט אייך צו מיט אייער ארטיקל צו פארזיכערן א פלאץ אינעם מעגא מאגאזין פה-סח.
[tag]יאיר[/tag]
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
[tag]מאראנצןזאפט[/tag]
[tag]גימפל[/tag]
[tag]איך אויך[/tag]
[tag]מאטי[/tag]
[tag]יואב[/tag]
[tag]הציץ ונפגע[/tag]
[tag]ראשעקאל[/tag]
[tag]שפתים ישק[/tag]
[tag]מוזיקאנט[/tag]
[tag]נח געציל[/tag]
[tag]יין שרף[/tag]
[tag]רוח קדים[/tag]
[tag]מצטמק ויפה[/tag]
[tag]הערשי[/tag]
[tag]מנחם[/tag]
[tag]גנדי[/tag]
[tag]נהורא נפישא[/tag]
פארוואס איז אייער נאמען נאכנישט אין דעם אשכול?
איך האב נישט קיין צייט זיך צו ווענדן צו יעדן פערזענליך. איך בעט אייך ברחמים חוסו על כוחי ועל זמני און זייט מקיים דעם טרם יקרא ואני אענה.
א דאנק פון פאראויס.
ווער עס קען ארויסהעלפן מיט די פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן, אפילו א קליינע נדבה, זאל זיך ווענדן אין אישי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:48 pm
דורך כוכב
פון הינטער די קוליסן קומען פאר העפטיגע אנטוויקלונגען., עס איז שוין אריינגעקומען א שיינע צאל ארטיקלען, די גראפיקס טים ארבעט פעסט, די רעדאגירונג טים ארבעט פעסט, ס'זעט אויס ווי מיר וועלן אי"ה האבן א שיינע זאך אויף יו"ט.
מיר בעטן בכל לשון של בקשה די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען צו שרייבן אן ארטיקל אדער די אלע וואס פלאנען זיך אונטערצונעמען אדער די אלע וואס פלאנען צו פלאענען. ביטע ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט. ויפה שעה אחת קודם.
גלייכצייטיג נויטיגן מיר זיך אין נאך רעדאגירער כדי נאכצוקומען די ארבעט. אויב זענט איר באהוונט אין די כללים פון אידיש גראמאטיק, ביטע קומט צו מיר אין אישי.
נאך איין זאך, ווער עס איז וויליג צו מנדב זיין א פופציגער אדער מער פאר די הוצאות זאל זיך ביטע ווענדן אין אישי.
און ווי געזאגט קען מען אדווערטייזן אדער ספאנסארן די אויסגאבע און אייער ביזנעס וועט געזען ווערן דורך הונדערטער און אפשר טויזנטער פאר אויגן.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:46 pm
דורך כוכב
דער דעדליין וואס איז אפיציעל (דא דארף מען לאכן...) דעם קומענדיגן מיטוואך ריקט זיך אלץ נענטער און עס הערט נישט אויף צו שטראמען מאסיווע חומר צו דער רעדאקציע.
פון דער אנדערער זייט בעט איך די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען אן ארטיקל, גלייבטס מיר איך האב נישט קיין צייט אייך נאכצולויפן, די ארבעט זיצט איבער מיינע אקסלען, טוטס מיר א פערזענליכע טובה און קומטס מיר אנטקעגן מיט אייערע ווערק ווי אמשנעלסטנס.
און צו די אלע וואס האבן זיך נישט אונטערגענומען אן ארטיקל, זייט נישט קיין צועק לשעבר (קרעדיט: קול מבשר) שרייבט אפ א רייכער קאלום היינט און פארזיכערט אייך אן ארט אין פרעסטיזשפולער ליטערארישער "פה-סח" אויסגאבע.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:16 pm
דורך קאווע טרינקער
שמים וארץ וועלן זיין עדות אז מיין ארטיקל איז שוין גרייט, אבער איך שיק עס נישט אריין ווילאנג [tag]גנדי[/tag]'ס אשכול איז צוריק כבתחילה.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:01 am
דורך שמעקעדיג
שבר על שבר השברנו. נישט גענוג גנדי'ס ארטיקל פעלט, וועלן מיר נישט האבן קאווע'לעס ארטיקל! לקינו בכפליים, אוי מה היה לנו. אנה אני בא מצערו של ...?
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:04 am
דורך נופת צופים
אפשר האט מען פארשפארט @גנדי'ס אשכול פשוט ווייל עס גייט אריין אינע'ם פה-סח און מ'נעמט נישט אהן חומר וואס איז שוין פון פריער אויפ'ן נעץ?
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:10 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איך האב נישט אנגעגרייט קיין ארטיקל מחמת חוסר הפנאי, אבער די בארד און די פאות זענען עדות אז אויב לייגט מען צוריק גאנדי'ס ארטיקל וועל איך עפעס שרייבן.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:12 am
דורך [NAMELESS]
איך קוק אויף דיין בילד, אזאנע שוואכע עדות נאך נישט געטראפן
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:14 am
דורך איך אויך
בעל המאה הוא בעל הדעה ,רעספעקט ביטע!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:15 am
דורך שמעקעדיג
עזריאל...
צום פינטל..!!!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:16 am
דורך איך אויך
ואגב ער האט חזוןאיש שיעור פיאות בשופי.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:21 am
דורך בן נריהו
אין פרעוואטע זענדונגען - דא אויף דער שטיבל בלאט - טוהן פריינט מיך איינמעלדן, דאס מיין אידיש - די אויסלייג? - אומלעזבאר זי איז. וועלן וועלט זיך שרייבן עפעס - כאטשיק וואס - די פראגע איז נאר צו וועט עס, דאס אבגעשריבענס, פערשטעהר האבן?
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:23 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האב נישט אנגעגרייט קיין ארטיקל מחמת חוסר הפנאי, אבער די בארד און די פאות זענען עדות אז אויב לייגט מען צוריק גאנדי'ס ארטיקל וועל איך עפעס שרייבן.
איך האב פארגעסען צו שרייבן אן אלטימאטים איך געב 24 שעה.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:34 am
דורך [NAMELESS]
בן נריהו האט געשריבן:אין פרעוואטע זענדונגען - דא אויף דער שטיבל בלאט - טוהן פריינט מיך איינמעלדן, דאס מיין אידיש - די אויסלייג? - אומלעזבאר זי איז. וועלן וועלט זיך שרייבן עפעס - כאטשיק וואס - די פראגע איז נאר צו וועט עס, דאס אבגעשריבענס, פערשטעהר האבן?
גראדע איך פארשטיי יא אייער אויסשפראך, נאר צוליב דעם אויסלייג נעמט עס לענגער צו לייענען, און איך האב מיר געלערנט אז אויף אייך איז געזאגט געווארן 'אל תסתכל בקנקנן אלא במה שיש בו' אייערע תגובות זענען אינטעליגענט קליג און צום פינטעל, א פארהעלטמעסיג נישט צו לאנגע ארטיקל פון אייך וואלט איך מיר אנגעשטרענגט צו לייענען,
אגב עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווי איר האט זיך געלערנט יידיש מיט אזא אויסלייג וואס איז נישט ביקרנו,
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:48 am
דורך יואב
זאל אבער זיין אז מ'שטעלט צוריק גנדי'ס ארטיקל; נו, מילא קאווע, ער האט שוין אפגעשריבן. עכ"פ אזוי זאגט ער. פון וואנען אבער, בענדשאמין, ביזטו זיכער אז דיין ארטיקל וועט די נייע פירערשאפט תחת השגחת ייטב לב נישט אראפרוימען? ס'מוז קלאר געשטעלט ווערן די גענויע וויזיע פון דער אסף-אדמינעסטראציע און אירע פלענער אויף דעם צוקונפט. וואס איז איר ציל, וועמען די אסף-אדמינעסטראציע האט אלץ אין פלאן צו צופרידנשטעלן און וואס די הנהלה איז אלץ גרייט צו טאן דערפאר. אשאד צו שרייבן. די הנהלה לדעתי מוז ארויסקומען מיט א לענגערן פסק, און נישט אריינשטופן נאך א פולן טאג פון וואונדער און אויפברויז א קליין תגובה'לע צווישן א מיני איך-אויך סאמאטוכע און אפריל-וויצן קאנספיראציעס.
# גנדי-געיט
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:14 am
דורך נופת צופים
@בן נריהו איך גיי פאר דיינע קורצע געשמאקע הודעות. עס איז נישט דער אויסלייג וואס שטייט אין וועג, נאר די פאעטישע שפראך, נו, דאס איז דאך די גאנצע שיינקייט פון זיינע תגובות.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:57 am
דורך כוכב
עס איז דער ווייל אויפגעטריבן געווארן 420$ פאר דע הוצאות. מ'קען נאך באשטייערן.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:38 am
דורך איך אויך
איך האב דערהערט כוכבל'ס טעג און כ'פלאן אי''ה צו שרייבן א מאמר. נאר קלארצושטעלן די דעדליין איז נעקסטע וואך מיטוואך?