בלאט 3 פון 8

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:56 am
דורך יואליש
שאוטאוט לחביבי יצחק! ווען כ'קען ווען נישט פערזענליך יצחק וואלט איך דיסמיסט די אשכול אלס אייוועלט הייפ. אבער יצחק איז א פליאה פון א געניעס פארהוילן פונעם אויבערפלעכליכן אויג. מ'קען פאברענגן מיט אים פאר חדשים און ווי א גנב שטעלט ער זיך פאר ווי איינער וואס ווייסט נישט ווען די ברית וועט זיין. ווען די עסט מיט אים און דו פרעגסט, "יצחק טשיקען אר ביעף? זופ אדער סאלאט?" און ער קווענקעלט און זאגט "כ'ווייס נישט, ס'אלעס איינס" כאפט מען נישט אז ער רעדט פון א פיליזאפישע, פסיכילאגישע, עטישע, כעמישע פערספעקטיוו, אן השתוות וועלכע קומט ארויס פון זיין סאמע עקזיסטענץ. כ'בין גארנישט מגזם.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:17 am
דורך שמערל
פילאזאפיש ווייסעך נישט, אבער כעמיא קען ער זיכער נישט, ווי קומט טשיקען צו ביף?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:45 am
דורך יואליש
שמערל האט געשריבן:פילאזאפיש ווייסעך נישט, אבער כעמיא קען ער זיכער נישט, ווי קומט טשיקען צו ביף?


אז איך קען מאכן די קעיס וואלט מען מיך דא באזינגן. בין איך בלויז יואליש און יצחק איז יצחק.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:01 pm
דורך petergrifin
די נעקסטע מאל מען פרעגט דיך "טשיקען אר ביף" ענטפער פיש!!

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:15 am
דורך שלמה המלך
אבער וואס איז פשט פון די צווי בילדער?
BEFORE AND AFTER?
אדער מוחין דגדלות VS מוחין דקטנות?
דער פורים בילד מאכט א שטיקל קוגל צווישען ביידע....
אלענספאל דער גאנצער גילוי דא איז מדהים! מדהים!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:31 pm
דורך טאמבל סאס
כוכב האט געשריבן:אור מופלא רום מעלה הרב [tag]יצחק לאווי[/tag] אין א מצב פון שוועבנדער דביקות בין רומי השמים לעומקי התהום, מיט א פארפלאמטן געזיכט כולו אומר שלוות וחדוות הנפש בעת עבודתו בקודש דעם פארלאפענעם פורים תשע"ה.

בילד


וי להאי שופרא...ווי אזוי די רבי האט געזאלט אויסצוזען...אז מ'וועלמיר זוכה זיין.
19106_10153443808500839_8966751854640460471_n.jpg
19106_10153443808500839_8966751854640460471_n.jpg (74.77 KiB) געזען געווארן 2355 מאל

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 1:11 am
דורך [NAMELESS]
זעהט טאקע אויס ענדליך

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 8:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער וואס קען דער טאטע פון הרב יצחק קען זיך אביסל מנחם זיין. אויף איהם קען מען אויך שרייבען א לאנגער ארטיקל פון זיין גדלות און מעלות און ברייטקייט. און דערמיט א ריזיגע תלמיד חכם, קודם אין נגלה און סוגיות פון ש"ס און פוסקים, וואס ער ליגט דערין און איז מחדש דערין, און אויך אין 'טשיקאווע' עניינים, וואס ער פארשטייט און קענט און האט ליב צו הערען פון אנדערע. סתם א באליבטע מענטש.

איך האב אמאל צוגעשטעלט א ווערטעל צו איהם. אין די כתבים פון הרב משה מידנער ז"ל שטייט אזא מימרא, דוכט זיך בשם דער לעכאוויטשער. ווען א קעיניג דארף א מאל אויסטוהן זיין קרוין, האט ער מורא ארויפצולייגען אויפ'ן קאפ פון איינער פון די שרים, ווייל אויף מארגען וועט ער זיך איינרעדען אז ער איז גאר קעניג. דעריבער לייגט ער עס אויף א פשוט'ער טשוואק אין וואנט. כליל תפארת בראשו נתת לו, אז משה רבינו איז גאר געווען דער טשוואק.
ווען א רעבעלע האט גע'עפענט א שטיבל אין לעיקוואוד, און האט נאך נישט געהאלטען ביים שיקען א קינד צו זיין דומ"ץ ורב דארט, האט ער געמוזט נעמען א צווייטען וואס וועט איהם נישט שטייען אין וועג ווען ער דארף אן אייגען קינד שיקען. דער איינציגסטע אויף וועמען ער קען זיך פארלאזען איז געווען הרב שלום לאווי שליט"א, וואס פארמאגט טאקע א דרגא פון עניוות און פשטות פון משה רבינו.
אסאך נחת, און געדענק ר' יצחק, די נגלה פון תורה איז פונקט אזוי חכמהדיג על אף ס'גלאנצט נישט אזוי פיל ביים ערשט'ן בליק, און צוזאמען מיט עכטע יראת שמים האבען דיין חכמות אסאך מער חן און שיינקייט, פונקט ווי דיין טאטע.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:05 am
דורך יואליש
סארא אראגאנץ צו מוסר'ן איינעם אין פובליק אויף כתה ט' שפראך.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:58 am
דורך לעיקוואד
ב"ה יעצט ווייס איך מיין טאטע'ס ניק. ;) :lol: :oops:

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:01 am
דורך לעיקוואד
נעה, ער וואלט נישט אזוי געשריבען.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם כל, דיין טאטע איז א פולקאמער אונגארישער וואס האט מיט א ליטוואק גארנישט. איך וואלט קיינמאל נישט געקענט זיין דיין טאטע. צווייטענס, כאמור דיין טאטע איז א איד וואס עניוות און פשטות איז זיין מהות. ער מוסר'ט נישט אזוי און ער רעדט נישט אזוי וועגען זיך.
[tag]יואליש[/tag], פון וואנעט ווייסטו אז איך בין עלטער פון כתה ט'?

און ליהוי מודעי, אז מיין כוונה איז נישט געווען צו מוסר'ן רבי יצחק'ן. איך האב געמיינט דער ברייטערע נושא וואס אסאך מענטשען ווערען נתפעל פונ'ם ברק החידוש פון השכלה און מחקר, און ס'פליט פון זייער קעפ דער קלארער מציאות אז א תומים מיט א ר' עקיבא איגר האט מער חכמה און אינטעלעקטואלע"ר גלאנץ ווי די זאכען. ביים ערשטע בליק איז דאס פרייליכער, אבער פאר דער וואס שעצט חכמה, וואס געווענדליך איז ער דער וואס הייבט אן מיט די זאכען, איז וויכטיג זיך צו דערמאנען די מציאות.
נישט אלס וואס איז געשארען איז גלאט. ואני הראיה, וואס איך האב זיך געגאלט דער בארד פון דער זיבעצין ביז א שיינער פא ריאר נאכ'ן חתונה, און איך בין נישט גלאט.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:19 pm
דורך לעיקוואד
נו, וועגן דער ברייטערע ענין האבען מיר זיך שוין געשפארט, זאל יעדער זיך ציען זיינע מסקנות. אזוי אדער אזוי איז דאס אליינס א וויכוח און האט נישט מיט דער גלאטער בארד גארנישט.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיט מיר האסטו זיך געשפארט? ווען? ווי? ביטע צייג א מראה מקום, איך געדענק נישט אזוינס.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:13 pm
דורך טאמבל סאס
לעיקוואד האט געשריבן:נו, וועגן דער ברייטערע ענין האבען מיר זיך שוין געשפארט, זאל יעדער זיך ציען זיינע מסקנות. אזוי אדער אזוי איז דאס אליינס א וויכוח און האט נישט מיט דער גלאטער בארד גארנישט.

ליטוואק מיינט מסתמא, "אזוי אויך נישט אלעס וואס איז נישט געשארן איז מסובך - אזש מ'זאל ווערן איבערגענומען דערפון..." איא?

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:17 pm
דורך לעיקוואד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט מיר האסטו זיך געשפארט? ווען? ווי? ביטע צייג א מראה מקום, איך געדענק נישט אזוינס.

לדוגמא
viewtopic.php?p=252361#p252361

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט ממש דער זעלבע. דארט רעדט מען פון די פרט, און יעצט פון די כלל. דיין טאטע זז''ג איז א דוגמא פאר'ן כלל אבער מיט יענער פרט האט עס נישט.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 3:34 pm
דורך לעיקוואד
כבר איני יודע מה אתה שח, עכ''פ מפארשטייט אליינס די נקודה.

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 3:37 pm
דורך נופת צופים
כ'האב געמיינט זיכער אז מ'גייט יעצט ציען דעם שמועס ביז נאך מארגן.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 4:25 pm
דורך געוואלדיג
אין די אשכול דינגען ענק זיך :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 7:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער וויכוח האט זיך אויסגעלאזט מיט א קול רעש קטן, דעריבער איז דער אשכול נישט דער פאסיגער. עכ"פ דאס איז מיין מיינונג, והרוצה לחלוק יבא ויחלוק.
און הרב יצחק כה לחי, גיי ווייטער מיט דיין חכמה, און פארגעס אונז נישט אין דער rear-view mirror

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
פונקט איבערגעליינט.

אוי, וי להאי שופרא דבלי בארעא!
ענדליך שוין יא געווען א ריכטיגער עילוי אין שטיבל, ענדליך שוין יא געווען אן עילוי שנתגלה בשמו ברבים, האט ער זיך געמוזט צוקריגן מיטן הנהלה, און מיר האבן אלע פארלוירן דעם ענק שבענקים.

און אין איינוועגס, האבן זיך אלע זאפטיגע אשכולות געענדיגט, און רוב ריכטיגע גדולי חכמים וחוקרים במחנינו האבן איינגענומען א מער-ווייניגער שטילשווייגעניש. אותנו עזב לאנחות, ואתו נסתלקו ענני הכבוד.

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:21 pm
דורך ירא שמים
נו ר׳ שש אפשר נעמסטו עס אויף זיך עם משכנע זיין צוריקצוקומען ?