בלאט 3 פון 5

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:25 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איך פארשטיי נישט, עס קוקט אויס אז נאר די עטליכע פאר קאווע-שטיבל שרייבער זענען פארווייטאגט אויף דעם מצב, משא"כ רובא דרובא פונעם היימישן ציבור זענען עס מקבל מרצון, נעשה ונשמע, הדר קבלוה באהבה, מען איז גרייט אלעס אויפצוגעבן אן קיין שום פראבלעם, פארוואס? כדי צו קענען קרוינען זייער רבי'ן אלס געווינער? אדער האבן זיי טאקע א קלענערע יצה"ר פון מיר?

ס'איז מיר א פליאה עצומה, פארוואס הערט מען נישט א אויסגעשריי פונעם עולם אז מען גייט שוין צו ווייט איבערצוציען דאס שטריקל? איך מיין, אין מלך בלא עם, דער רבי טוט נישט וואס ער וויל, נאר וואס דער עולם פארלאנגט, אז יעדער וועט זיך אנטקעגן שטעלן וועט מען דאך מאכן אנדערע, מער צוגעלאזענע, רעאליסטישע רעזאלוציעס? נישט אזוי?

אדער זענען זיי פשוט געצווינגען כדי נישט צו זיין לחוכא וטלולא ביי די צייטונג פונעם צד שכנגד?

אך, לאן הגענו.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:11 pm
דורך משכיל
עס איז א נייער מצב, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, אז די אזוי גערופענע קהילות וואס מענטשען האבען זיך פשוט אנגעשלאסען פאר באקוועמליכקייט אדער וועגען זייער מסורה, זאל ווערען אזוי עקסטרעם דיקטאטאריש, עס האלט זיך אין מיטען שאפען א מיטל ווי אזוי דאס צו הענדלען, רוב האלטען אז מען דארף עס פשוט איגנארירן און ווייטער טועהן וואס מען טוט, און בקרוב וועלען אויפקומען נייע פראבלעמען און צרות האחרונות משכחות את הראשונות,י

אבער אויב די דיקטעטארס וועלען ווערען ווילד מיט נאכשפיאנירן וכדומה, איז פאר די וואס לעבען אויף די אינערנעט וואס דאס איז גאנץ א גרויסע פראצענט זיי וועלען נישט אויפגעבען זייער וועג פון לעבען און אפילו ווען יא אויף א קורצע צייט דערנאך וועט ווערען צרות, און עס וועט זיך אנהייבען פארשידענע עקספאלשענס, און מען וועט נאך דא פארברענגען אסאך איבער דעם ענין,

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 5:13 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז מיר א פליאה עצומה, פארוואס הערט מען נישט א אויסגעשריי פונעם עולם אז מען גייט שוין צו ווייט איבערצוציען דאס שטריקל?

די עולם האט זיך שוין אויסגערעדט דא, דא, און דא, מ'איז שוין מיעד פון איבערקייען דברים פשוטים ומופשטים.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 5:22 pm
דורך outspoken
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז מיר א פליאה עצומה, פארוואס הערט מען נישט א אויסגעשריי פונעם עולם אז מען גייט שוין צו ווייט איבערצוציען דאס שטריקל?

די עולם האט זיך שוין אויסגערעדט דא, דא, און דא, מ'איז שוין מיעד פון איבערקייען דברים פשוטים ומופשטים.

ווארט צו, מ'האט נאר גערעדט, לאמיר זעען ווען מ'וועט אראפקומען צו מענטשען אין אפיס און פאטשקענען מיט זייער קאמפיאטערס, ימים ידברו

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
דורך ריק סאנטורעם
די אפיציעלע תקנות לדורות

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
א שיינעם דאנק. מעגליך צו מאכן אין א העכערע רעזאלוציע? אדער מוז איך צואווארטן ביז "דער איד" ערשיינט די וואך?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 12:45 pm
דורך ריק סאנטורעם
איך וועל עס באלד טרייען ארויפצולייגן אין העכערע רעזאלוציע

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 1:03 pm
דורך chasid
וואס איז מיט די עפפס למיניהם, מהאט נישט אויסגעזאגט פאר מהרז''ל דערוועגן?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 1:22 pm
דורך קלאר
קודם כל זיי רעדן שוין נישט פין קיין סאטמאר פילטער נאר פין שמירה פילטער
איז דאס די זעלבע אדער א צווייטע פראגראם?
ליבי אומר לי אז דאס איז די זעלבע קהילה פילטער וואס סקווירא אין בעלזא האבען וואס ווערט געפירט דורך זשעי נעט אין די ארונים גייען עס אויך מאכען (זיי זאגען אז זיי ווילן עס שוין לאנג מאכען נאר זיי ווארטען אז זאל זיין גענצליך דעוועלעפט)

אין וועגן די טעלעפאון'ס האט נישט געהייסן אז די זאליס גייען מאכען מען זאל נאר מעגן האבען אימעיל אויפן סעלפאון?
דא זעה אז זיי אדווערטייזן די פשוט'ע זשעי נעט צו וואס מען מוז האבען ענטערפרייז סערוויס

וואס עס ווייסט זאל מסביר זיין פינקטליך

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 1:48 pm
דורך גדעון
שמירה איז די שם הכולל פונעם פילטער, יעדע קהלה גייט אליין באשליסן וויפיל און וואס צו בלאקירן, און סאטמאר וועט אודאי אויך בלאקן ציוניסטישע וועבזייטלעך אא"וו

בנוגע די סעלפאונס, שטייט אויך אויפן צעטל אז מדארף אינגאנצן אוועקנעמן דעם אינטערנעט, איינער וואס האט אבער א צורך מעג האבן בלויז א ווייט ליסט.

לדעתי, איז נישט מעגליך אז ס'זאל זיך אויסצוארבייטן אלעס וואס שטייט אויפן צעטל, און אודאי נישט צו אינפארסירן, אבער וויפיל ס'וועט גיין - וועט אויך זיין גוט

ונזכה ונחי'

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
זיי שרייבן דא אז מען זאל נישט לאזן די נשים קויפן אנליין.

איך וואונדער מיך צי זיי טראכטן אויב ס'וועט זיך אויסארבעטן? אדער איז דאס פשוט א פארזעצונג פון "דער איד" אגענדע "פארוואס אנטלויפט מען" פון די היימישע געשעפטן?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 2:45 pm
דורך קלאר
שמירה איז די שם הכולל פונעם פילטער, יעדע קהלה גייט אליין באשליסן וויפיל און וואס צו בלאקירן, און סאטמאר וועט אודאי אויך בלאקן ציוניסטישע וועבזייטלעך אא"וו
אקעי, סוי סאטמאר פילטער איז נישט קיין נייע מין פילטער ווי די צעטליך האבען געלויטעט נאר א נייע נאמען פאר א אלטער פילטער
בנוגע די סעלפאונס, שטייט אויך אויפן צעטל אז מדארף אינגאנצן אוועקנעמן דעם אינטערנעט, איינער וואס האט אבער א צורך מעג האבן בלויז א ווייט ליסט.
דאס איז אנדערש ווי מען האט אויסגערופן פאר אקדמות אין ראדני
לדעתי, איז נישט מעגליך אז ס'זאל זיך אויסצוארבייטן אלעס וואס שטייט אויפן צעטל, און אודאי נישט צו אינפארסירן, אבער וויפיל ס'וועט גיין - וועט אויך זיין גוט
אויב די חסידים וועלן פאלגען קען זיך עס גיט אויסארבייטן
נאכדערצו אז מען וועט דאס פארלאנגען פין אלע עלטערן אין די מוסדות

ונזכה ונחי'

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 4:55 pm
דורך שרייבער
קלאר האט געשריבן:שמירה איז די שם הכולל פונעם פילטער, יעדע קהלה גייט אליין באשליסן וויפיל און וואס צו בלאקירן, און סאטמאר וועט אודאי אויך בלאקן ציוניסטישע וועבזייטלעך אא"וו
אקעי, סוי סאטמאר פילטער איז נישט קיין נייע מין פילטער ווי די צעטליך האבען געלויטעט נאר א נייע נאמען פאר א אלטער פילטער
בנוגע די סעלפאונס, שטייט אויך אויפן צעטל אז מדארף אינגאנצן אוועקנעמן דעם אינטערנעט, איינער וואס האט אבער א צורך מעג האבן בלויז א ווייט ליסט.
דאס איז אנדערש ווי מען האט אויסגערופן פאר אקדמות אין ראדני
לדעתי, איז נישט מעגליך אז ס'זאל זיך אויסצוארבייטן אלעס וואס שטייט אויפן צעטל, און אודאי נישט צו אינפארסירן, אבער וויפיל ס'וועט גיין - וועט אויך זיין גוט
אויב די חסידים וועלן פאלגען קען זיך עס גיט אויסארבייטן
נאכדערצו אז מען וועט דאס פארלאנגען פין אלע עלטערן אין די מוסדות

ונזכה ונחי'

פארלאנגען קענסטו ביז מארגן
די שאלה איז צו מען גייט עס אינפארסן
ונזכה ונחי'

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 7:42 pm
דורך דולה ומשקה
כמה וכמה מוסדות האבען שוין דאס פאר עטליכע יאר אויף דער אויספראגע צעטל וואס מ'פולט דאס אויס אנהייב יאר אדער ביים רעגעסטירען א נייע קינד,
האט איהר א קאמפיוטער יא אדער ניין
האט איהר אינטערנעט יא אדער ניין

וואס טוהן 90 פערצענט פון די עלטערן - בעל כרחם - שרייבען זיי אונטער דעם דעם מרסטע געזאגטע ליגענט "ניין" כלומר איך האב נישט קיין אינטערנעט, ושלום על ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 8:04 pm
דורך שמעקעדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:וואס טוהן 90 פערצענט פון די עלטערן - בעל כרחם - שרייבען זיי אונטער דעם דעם מרסטע געזאגטע ליגענט "ניין" כלומר איך האב נישט קיין אינטערנעט, ושלום על ישראל

לויט געוויסע שמועות פלאנט מען (עכ"פ אין טייל מוסדות) מהיום והלאה אויסצופרעגן די קינדער אויב דער צעטל אנטהאלט אין זיך א שמץ של אמת...

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 11:08 pm
דורך דבילה
שמעקעדיג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:וואס טוהן 90 פערצענט פון די עלטערן - בעל כרחם - שרייבען זיי אונטער דעם דעם מרסטע געזאגטע ליגענט "ניין" כלומר איך האב נישט קיין אינטערנעט, ושלום על ישראל

לויט געוויסע שמועות פלאנט מען (עכ"פ אין טייל מוסדות) מהיום והלאה אויסצופרעגן די קינדער אויב דער צעטל אנטהאלט אין זיך א שמץ של אמת...

די אינקוויזיציע איז אנגעקומען! צייט צו אנטלויפן, חברה! אויב די מאראלן פון אונזערע מוסדות פירער איז גענוק נידריג צו נוצן אונזערע קינדערלעך קעגן אונז אויף אזוין מיסען פארנעם, איז שוין העכסט צייט צו שיקן די קינדער אין אנדערע מער מעסיגע מוסדות!

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 1:44 am
דורך טעלעפאן
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט, עס קוקט אויס אז נאר די עטליכע פאר קאווע-שטיבל שרייבער זענען פארווייטאגט אויף דעם מצב, משא"כ רובא דרובא פונעם היימישן ציבור זענען עס מקבל מרצון, נעשה ונשמע, הדר קבלוה באהבה, מען איז גרייט אלעס אויפצוגעבן אן קיין שום פראבלעם, פארוואס? כדי צו קענען קרוינען זייער רבי'ן אלס געווינער? אדער האבן זיי טאקע א קלענערע יצה"ר פון מיר?

ס'איז מיר א פליאה עצומה, פארוואס הערט מען נישט א אויסגעשריי פונעם עולם אז מען גייט שוין צו ווייט איבערצוציען דאס שטריקל? איך מיין, אין מלך בלא עם, דער רבי טוט נישט וואס ער וויל, נאר וואס דער עולם פארלאנגט, אז יעדער וועט זיך אנטקעגן שטעלן וועט מען דאך מאכן אנדערע, מער צוגעלאזענע, רעאליסטישע רעזאלוציעס? נישט אזוי?

אדער זענען זיי פשוט געצווינגען כדי נישט צו זיין לחוכא וטלולא ביי די צייטונג פונעם צד שכנגד?

אך, לאן הגענו.

זייער פשוט... פון וואו זאל א מענטש נעמען די קוראזש ארויסצוזאגן עפעס דערקעגן....?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
פיקטשער'ס פון די מעמד
http://www.jdn.co.il/news/90808

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 11:38 pm
דורך פריינדליך
דבילה האט געשריבן:די אינקוויזיציע איז אנגעקומען! צייט צו אנטלויפן, חברה! אויב די מאראלן פון אונזערע מוסדות פירער איז גענוק נידריג צו נוצן אונזערע קינדערלעך קעגן אונז אויף אזוין מיסען פארנעם, איז שוין העכסט צייט צו שיקן די קינדער אין אנדערע מער מעסיגע מוסדות!

די ווייסט, עס איז דא הערליכע קהילות און מוסדות און כמעט יעדע סטעיט און אמעריקע, און קיינער וועט דיר דארט נישט איינטיילען קיין זאך, די וועסט קענן טיען מה שליבך חפץ, און אוואדי אוואדי האבן נישט מיזען האבן א פילטער,

עס איז א פחד און א שרעיק ווי אזוי מענטשן וואנען דא אינטער זייער אייגענע טעראר און האבן נישט גאסט צו פאקען פעק און גיין, און זיי רעדן זיך נאך אפ אז אנדערע מאכען זיי טעראר, שוין אפגעזען אז מאנכע פון וומסב"ג קענענן מופען קיין מאנסי אדער ניו דזשערזי ווי די - טעראר לשיטתם - איז זיכער פיל קלענער און עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון מוסדות, צו מופען קיין טעקסעס אדער לאס אנדשלעס אדער מאסטוטושעס אדער שיקאגו וכדומה מאן דכר שמיה,

חברה אויב עס איז דיר ענג דא, הייב דיר אויף און גיי אוועק פון דא, אמעריקע איז געניג גרויס עס איז דא קהילות און מוסדות כמעט איבעראל, וועט בעט דיר צו בלייבען דא?!

מען מאכט זיך א אייגענע געטא, און מען שרייט נאך אז יענער איז שולדיג! האב די גאוטס פאק פעק און גיי און לעב נישט אינטער קיין רעזשים,
פון איין זייט שרייט מען אז מען וויל נישט קיין סיסטעם, פון די אנדערע זייט קלאמערט זיך צו בלייבען אינעם סיסטעם, מען קריכט אויף גראדע ווענט דערפאר און מען צאלט ביטער טייער רענט דערפאר פאר פיצי לעכער צו בלייבען וואינען אינטער די טעראר,

לוזערעס פון אלע זייטען! געלט צאלט מען, צופרידען איז מען נישט, טעראר האט מען, און קיין גאוטס צו מופען האט מען נישט,

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 11:43 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:

מען מאכט זיך א אייגענע געטא, און מען שרייט נאך אז יענער איז שולדיג! האט די גאוטס פאק פעק און גיי און לעב נישט אינטער קיין רעזשים,
פון איין זייט שרייט מען אז מען וויל נישט קיין סיסטעם, פון די אנדערע זייט קלאמערט זיך צו בלייבען אינעם סיסטעם, מען קריכט אויף גראדע ווענט דערפאר און מען צאלט ביטער טייער רענט דערפאר פאר פיצי לעכער צו בלייבען וואינען אינטער די טעראר,

לוזערעס פון אלע זייטען! געלט צאלט מען, צופרידען איז מען נישט, טעראר האט מען, און קיין גאוטס צו מופען האט מען נישט,

wow פריינדליך, די ערשטע מאל איך עגרי מיט דיר wholeheartedly!

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:54 am
דורך געפילטע פיש
פריינדליך האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:די אינקוויזיציע איז אנגעקומען! צייט צו אנטלויפן, חברה! אויב די מאראלן פון אונזערע מוסדות פירער איז גענוק נידריג צו נוצן אונזערע קינדערלעך קעגן אונז אויף אזוין מיסען פארנעם, איז שוין העכסט צייט צו שיקן די קינדער אין אנדערע מער מעסיגע מוסדות!

די ווייסט, עס איז דא הערליכע קהילות און מוסדות און כמעט יעדע סטעיט און אמעריקע, און קיינער וועט דיר דארט נישט איינטיילען קיין זאך, די וועסט קענן טיען מה שליבך חפץ, און אוואדי אוואדי האבן נישט מיזען האבן א פילטער,

עס איז א פחד און א שרעיק ווי אזוי מענטשן וואנען דא אינטער זייער אייגענע טעראר און האבן נישט גאסט צו פאקען פעק און גיין, און זיי רעדן זיך נאך אפ אז אנדערע מאכען זיי טעראר, שוין אפגעזען אז מאנכע פון וומסב"ג קענענן מופען קיין מאנסי אדער ניו דזשערזי ווי די - טעראר לשיטתם - איז זיכער פיל קלענער און עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון מוסדות, צו מופען קיין טעקסעס אדער לאס אנדשלעס אדער מאסטוטושעס אדער שיקאגו וכדומה מאן דכר שמיה,

חברה אויב עס איז דיר ענג דא, הייב דיר אויף און גיי אוועק פון דא, אמעריקע איז געניג גרויס עס איז דא קהילות און מוסדות כמעט איבעראל, וועט בעט דיר צו בלייבען דא?!

מען מאכט זיך א אייגענע געטא, און מען שרייט נאך אז יענער איז שולדיג! האב די גאוטס פאק פעק און גיי און לעב נישט אינטער קיין רעזשים,
פון איין זייט שרייט מען אז מען וויל נישט קיין סיסטעם, פון די אנדערע זייט קלאמערט זיך צו בלייבען אינעם סיסטעם, מען קריכט אויף גראדע ווענט דערפאר און מען צאלט ביטער טייער רענט דערפאר פאר פיצי לעכער צו בלייבען וואינען אינטער די טעראר,

לוזערעס פון אלע זייטען! געלט צאלט מען, צופרידען איז מען נישט, טעראר האט מען, און קיין גאוטס צו מופען האט מען נישט,

מארגן גיי איך זיך זעצן לעבען דיר אין ביהמ"ד און פראדעצורן א זאפטיגע נפיחה און דיר זאגן די זעלבע דרשה, די ביהמ"ד איז גרויס, גיי זעץ דיך אויף א צווייט פלאץ.
(איך עגרי גראדע מיט די איידיע פון אוועק מופן פון די גרויסע שטעט, אבער דו האסט נישט די רעכט מיר אומבאקוועם צו מאכן דא אז איך זאל מוזן אוועק מופן.)

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:30 am
דורך שמעקעדיג
פריינדליך,

הגם איך בין נישט אינגאנצן מחולק מיט דיר, וויל איך דיר פרעגן צי אפילו לויט דיינע ווערטער, ביסטו אבער מודה אז עס הערשט א אינקוויזיציע גייסט אין די היימישע מוסדות? איך פארשטיי אז מען קען אנטלויפן (טארקוועמאדא ימ"ש, להבדיל, האט אויך געגעבן צייט צו אנטלויפן פון שפאניע, נאר שפעטער איז שוין נישט געווען קיין ברירה), אבער אויב בין איך אין וויליאמסבורג אדער ק"י, אדער אפילו מאנסי אין ב"פ (די תקנות גייען דאך אן להורי התלמידים בכל אתר ואתר) איז אמת אז עס איז פאראן א קאמוניסטישן רעזשים, און די איינציגסטע עצה איז צו אנטלויפן?

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:44 am
דורך פריינדליך
איך ווייס נישט צי עס איז דא טעראר אדער נישט, איך ווייס איין זאך, און רוסלאנד איז פוטין בעה״ב און כינע איז לו טשענג בעה״ב און סירע איז אסאד בעה״ב און צפון קאריע איז לו הו פענג בעה״ב און וומסב״ג זענענן אחים סאטמער בעה״ב די זעלבע איז און קר״י אויך,

פון אלע אנדערע פלעצער וואס איך האב פריער אויסגערעכענט קען מען נישט אוועקמופען אויב מען איז נישט צופרידען, פון וומסב״ג און קר״י קען מען דערווייל יא, און דאס לעבן ווערט נאך ביליגער, אויב איינער איז נישט צופרידען זאל ער מופען, אז ער מופט נישט זאל ער זיך אליינס באשולדינגען פאר זיין מזל קיינעם אנדערש