בלאט 3 פון 7
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:56 pm
דורך חקרן
ווער האט אנגעהויבן? - ס'איז געשען ווען דער רבי איז ארויס פון קלאס און ער האט גע'... - ניין, ער האט קודם אנגעהויבן, ווייל ער האט געציפט, ווייל ער האט נישט געוואלט געבן ריסעס...
דער רבי אין חדר וואלט געזאגט: גייט'ס ביידע צוריק אויפן פלאץ...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:59 pm
דורך גאנצל
חקרן האט געשריבן:ווער האט אנגעהויבן? - ס'איז געשען ווען דער רבי איז ארויס פון קלאס און ער האט גע'... - ניין, ער האט קודם אנגעהויבן, ווייל ער האט געציפט, ווייל ער האט נישט געוואלט געבן ריסעס...
דער רבי אין חדר וואלט געזאגט: גייט'ס ביידע צוריק אויפן פלאץ...
דעס איז א גאנגבארע תגובה אין איי וועלט......
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:59 pm
דורך אפטעמיסט
איך אויך,

שכויח, כאטש איינער מאכט זיך וויסענדיג פון מיר. אגב, ווארט איך נאך פאר דיין ענטפער. כ'האב גענומען א בענקל.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:01 pm
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:אדער ברענגטס ארויס אלע געמעקטע תגובות זיינער פון מיסט קאנע. לאמיר אלע האבן א גוטן לאך.
יעפ ברענג ארויס אלעס ב''ה כ'האב מיך נישט מיט וואס צו שעמען. ואגב עס איז מיר אינטרעסאנט אויב אפטער רב גייט באקומען א אזהרה פאר זיין עקלדיגע אישי ווייל איך האב נישט לאנג צוריק באקומען איינס ווען ניטאמאל בין איך געווען דער אינציאטער נאר יענער האט געשיקט עפעס ענליכס צו וואס אפטע האט יעצט געטוהן און אויף מיין 'תשובה' האב איך באקומען א ווארענונג בעוד יענער האט מען גארנישט געטוהן.
און יע 'קעלנער' איז געווען דער ווארענער ,איך וואלט געוען מער ווי גרייט ארויסצושטעלן אונזער אישי אויסטויש וירא הקהל שוחרי האמת וישפוט (דער וואס איז סתם געטריבן פון שנאה זאל עס ביטע איגנארירן).
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:03 pm
דורך טאמבל סאס
דו חולם, איך האב געזען דו ווילסט אזוי שטארק זיך טרעפן האב איך געזוכט א תירוץ פארוואס איך קען דיר געטרויען; צוריקקומענדיג יעדע פאר מאנאטן א קוק טאן אויב קאווע הויבט שוין אן ווייזן צייכענעס. אבער וואס, א נעכטיגן טאג.
ווער דו ביסט - האב איך דאך געקענט ווארטן ווען מ'טרעפט זיך. וואס דו ביסט? - דאס יא... איך דארף נישט אז מארגן זאלסטו מיר אריינרופן אין הנהלה אפיס און ארויסווארפן מיינע קינדער פון חדר וויבאלד איך האב די זעלבע סמארט פאון ווי דיר - אין טאש.
אט אזוי - [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויף'ן טיש, ביצה אויפ'ן קערה.
קענסט מיר רופן ידידי, וואטעווער דעט מיענס פאר א פריינדשאפט צווישן צוויי ניקס אויף א אנליין פארום.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:04 pm
דורך אפטעמיסט
איך אויך האט געשריבן:ב''ה איך האב גענוג אויפריכטיקייט אין מיר צו אויסדרוקען הסכמה און לייקן אפילו אזא איינער מיט וועם איך אגרי זעלטן (אינקלודינג אפטע).
מיט וואס דיסעגריסטי למשל?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:07 pm
דורך גנדי
איך בין פשוט צומישט.
לכתחילה האב איך עס געשריבען און די לאנגע אשכול פון אכשר דרא מוסדות צעטליך.
נאכדעם האב איך זוכה געווען ס׳זאל ווערן א נייע אשכול. (כ׳האב נאך קיינמאל נישט אנגעהויבען א נייעם אשכול און באקומען תגובות)
נאכדעם האט מען פארשפארט פאר נייע תגובות.
און יעצט איז עס פארשווינדען געווארן.
זאל איך מוחה זיין? אדער מען וועט מיר זאגן אזוי ווי די מוסדות׳ער. געפעלט דיר נישט החלטות פון די הנהלה. זוך דיר א נייעם פלאץ...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:11 pm
דורך איך אויך
יע זעהסט דאך וואס מען טוהט מיט מיר. עפעס זאכליך תשובה איז נאכנישט געשריבן געווארן אפילו א האלבע ווארט אבער אפפערס איך זאל נעמען א הייק עיניך רואות וויפיל כ'האב אריינגעכאפט.
סאו היזהר לך פן.
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:14 pm
דורך שמערל
פופציג פראצענט פון דיינע אשכולות האבן תגובות
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:39 pm
דורך חקרן
נו, עטס זענט איינגעשלאפן? - איך האב זיך געהאלטן ביי די זייטן, זיך מחיה געווען... וואס וועט מיר יעצט אויפהאלטן?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:42 pm
דורך איך אויך
סאררי כ'האב הויך פיבער ,מארגן עלעווע איז דיר אויך גוט?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:57 pm
דורך petergrifin
@איך אויך יעצט אז דו האסט סטרעפ מיט פיבער און מען באפאלט דיך פון אלע זײטן, ביזט שוין אלמאסט אינגאנצן
אינטן גײט זיך די ראד אבער דרײען און דײן מזל װעט אן הײבן צי שײנען.
א רפואה שלימה. סיריעסלי.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:01 pm
דורך אסף המזכיר
א גוטן כבוד חברי "קאווע שטיבל"
מיר שפירן א פליכט אויסצוקלארן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין שטיבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס פולסטער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.
ווי איר ווייסט זענען לעצטנס אריינגעקומע פרישע כוחות אין דער פירעשאפט פון קאווע שטיבל. באלד מתחילה האבן מיר געשטעלט אלס א הויפט ציל נענטער צו ברענגען "קאווע שטיבל" פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, און זעען מיט וואס מ'קען העכערן אונזער ניווא אז אונזער בית וועד לחכמים זאל זיין א דבר השוה לכל נפש וואו יעדער חרדישער איד זאל זיך קענען טרעפן דאס פלאץ.
א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו [tag]גנדי[/tag] האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.
מיר זענען דא צו ערמעגליכן א שופר פאר'ן יעדן חרדישן איד און מיר זוכן ווי ווייניגער צו צוימען דאס פרייהייט פון אויסדרוק, אבער אין דער זעלבע צייט דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר האבן גענומען אויף אונז דעם ציל צו פארזיכערן א העכערער ניווא פאר'ן שטיבל וואס זאל גאראנטירן אז דאס פלאץ זאל האבן א קיום לאורך ימים, און זאל ווערן אקצעפטירט ביים ברייטן אלגעמיינעם ציבור, און ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. דעריבער האבן מיר אויף צייטווייליג אראפגענומען דעם אשכול. מיר האבן נאך נישט באשלאסן קיין ענדגילטיגע החלטה אויף דער טעמע און וויאזוי מיר וועלן באהאנדלען ענליכע פעלער אין דער צוקונפט. מער דעטאלן וועלן מוזן נאכפאלגן בקרוב, ווי נאר עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס צווישן די מנהלים.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס מיינט מער אקצעפטירבאר, אז משומר וועט מער נישט בלאקן ק''ש?
און איז דאס דען די ערשטע מאל וואס א אשכול רייסט אראפ אדער מאכט חוזק פון מוסדות אדער רבנים? פארוואס פונקט יעצט הערן זיך מחאות
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:07 pm
דורך קאווע טרינקער
ברייטן אלגעמיינע ציבור???? זייט ווען איז דער אלגעמיינע ציבור ברייט?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:10 pm
דורך טאמבל סאס
יא, ס'הויבט שוין ענדליך אן צו ווערן א פאני וויץ.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:10 pm
דורך חקרן
מאכט א פי די עף פון אספ'ס ווערטער, מען זאל עס נישט קענען פארלייקענען.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:10 pm
דורך petergrifin
It's the beginning of the end...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:11 pm
דורך חקרן
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברייטן אלגעמיינע ציבור???? זייט ווען איז דער אלגעמיינע ציבור ברייט?
קאווע... איך ווארן דיר, לייג צוריק דיינע פריעדיגע ווערטער...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:12 pm
דורך אפטעמיסט
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאללאלאל!!!!!!!!
וואס מיינסטו, מ'קען דא טרייבן אפריל פולס ליצנות מיט'ן עולם?! גיהנום נישט!!!
viewtopic.php?f=4&t=6205&p=193930#p193930
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:17 pm
דורך טאמבל סאס
מזמור לאסף, אלקים, באו גוים בנחלתיך, טמאו את היכל קוויך...היינו חרפה לשכינינו, לעג וקלס לאיבה"לטיינו.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:18 pm
דורך קאווע טרינקער
קינה לאסף מבעיא לי'
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:19 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.