בלאט 3 פון 94
נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
די בחירות הקדושות לויט ווי עס האלט יעצט:
אויף די רעפאבליקאנע זייט-
טעד קרוז
ראנד פאול
מארקאו רוביא
בען קארסען
קארלי פאארינע
מייק האקאבי
-לויפן
ריק פערי
דאנעלד טראמפ (אזא דורך געטראכטע מענטש ווי אים האב איך דאכצעך נאכנישט אנגעטראפן, וד״ל

)
סקאט וואלקער
באבי דזשינדאל
דזשעב בוש (גייט מעלדן אנפאנג יוני-June בלע״ז)
ריק סענטארעם
קריס קריסטי
לינדזי גרעם
דזשאן קעיסיג
-טראכטן פון לויפן
איך ווייס טאקע נישט וויאזוי איך האב פארגעסן פון אים, אונזער באליבטע יודען פריינט-
דזשארדזש פאטאקי (געוועזענע גאווערנער פון ניו יארק סטעיט)
-דארף צו מעלדן אז ער לויפט גאר בקרוב
{דרך אגב: ס׳איז געווען לעצטענס גאנץ א שיינע ארטיקל/אינטערוויא מיט אים אין די עמי ami מאגאזין}
נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
אויף די דעמאקראטישע זייט-
הילערי קלינטאן
בערני סאנדערס
-לויפן
אליזאבעט ווארען
דזשים וועב
דזשאו ביידען
מארטין א׳מאלי
-טראכטן פון לויפן
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:07 am
דורך ימי קדם
chusid האט געשריבן:היינט האט א ברוקלין געבוירענער איד מיטן נאמען
בערני סענדערס אומאפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט אויפן דעמיקראטישן טיקעט- אויבן אויף געפעלט ער מיר.. כ'האס געמיינט אז עס איז די ערשטע מאל א איד לויפט פאר פרעזידענט אבער גוגל זאגט אנדירש אז אין 1964 איז שוין געלאפן א איד בערי גאלדוואסער וואס האט געווינען די נאמינאציע פונעם רעפאבליקאנער טיקעט
אידן זענען שוין געלאפען כמה פעמים, און גאנץ לעצטענס דזשאו ליברמאן.
ליבערמאן איז אויך געווען די ערשטע איד צו זיין אויפן פיינעל שטים צעטל, אלס ווייס פרעזידענט קאנדידאט פאר די דעמקראטישע פארטיי אין 2000. אין מציאות האט די דעמקראטישע טיקעט אויך געווינען די פאפולערע שטימען. סך הכל האבן שוין רוב אמעריקאנע געשטימט אויף א פרעזידענטליכען טיקעט מיט א (אפענער ארטאדקסישער) איד דערויף!
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:11 am
דורך [NAMELESS]
לייג צו פאטאקי צו די ליסט
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:30 am
דורך וויל קענען
אזויפיל חברה גייט מען לייגן אויפן סטעטש סוועט נישט זיין קיין נארמאלע דיבאטע
אויב איינער פון ק״שטיבעל וויל לויפן קען נאך
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:לייג צו פאטאקי צו די ליסט
א דאנק, שוין צוגעלייגט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:00 pm
דורך [NAMELESS]
וויל קענען האט געשריבן:אזויפיל חברה גייט מען לייגן אויפן סטעטש סוועט נישט זיין קיין נארמאלע דיבאטע
אויב איינער פון ק״שטיבעל וויל לויפן קען נאך
דאכצעך אז פאקס נועז (זיי גייען אנפירען די ערשטע דעבאטע) האט געמאלדן אז זיי גייען ארויפלאזן אויפן סטעידזש נאר קאנדידאטן וואס האבן שוין א געוויסע מאמענטום (דהיינו געלט, געלט, און נאכאמאל געלט)
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:57 pm
דורך פרייוויליג
ברוך השם אז חכם סענטארום איז אריינגעשפרינגען אינעם פארמעסט. דער קארטאן נאז גייט ווייטער משאיב זיין ממעון חכמתו און איבערשרייבן די ווארט לוזער, אז עס מיינט נישט פארלירער, נאר א טיפישע בהמה וואס לויפט אין וואנט אריין. אן די מינדערסטע טשאנס אז ער קען אמאל זיין פרעזידענט. בו בזמן ווען אלע אנקעטעס ווייזן אים די אלס די סאמע שוואכסטע קאנדידאט. אבער, ער רעדט שוין פון זיין Day one אלס פרעזידענט.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:31 am
דורך יענער פויגעל
מארטין אמאלי דער געוועזענער מערילאנד גאווערנאר האט היינט שב״ק געמאלדען אז ער וועט לויפען פאר פרעזידענט אויף די דעמאקראטישע זייט
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:38 am
דורך [NAMELESS]
יענער פויגעל האט געשריבן:מארטין אמאלי דער געוועזענער מערילאנד גאווערנאר האט היינט שב״ק געמאלדען אז ער וועט לויפען פאר פרעזידענט אויף די דעמאקראטישע זייט
ענדליך האבן די דעמאקראטן כאטשיג 3 פאר מזומן.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:38 am
דורך יענער פויגעל
סענאטאר לינזי גרעהעם וועט אריינשפרונגען אינעם פארמעסט אויף די רעפובליקאנע זייט אין געציילטע מינוטען
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:11 am
דורך [NAMELESS]
ברוך השם, שוין דא 10 צום מנין, מען קען זיך שוין שטעלן דאווענען,
געוועזענע גאווערנער פון טעקסעס ריק פערי האט יעצט געמאלדן זיין קאנדידאטאר פאר פרעזידענטשאפט אויפן רעפאבליקאנע טיקעט, און גייט היינט געבן א רעדע פאר זיינע שטיצערס אין טעקסעס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:42 pm
דורך יענער פויגעל
דזשעב בוש וועט מעלדען June 16 זיינע פלענער
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
יענער פויגעל האט געשריבן:דזשעב בוש וועט מעלדען June 16 זיינע פלענער
וועט ער זיין א ריכטיגע חלבנה, (חוץ אויב איינער וועט אים אויסכאפן)
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:51 pm
דורך יענער פויגעל
דאכצעך אז דאנעלד טראמפ האט אויך פלענער צו מעלדען ערגעץ יענע צייט
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 6:36 pm
דורך [NAMELESS]
יענער פויגעל האט געשריבן:דאכצעך אז דאנעלד טראמפ האט אויך פלענער צו מעלדען ערגעץ יענע צייט
וואס גייט ער מעלדן? אז ער גייט מעלדן אז ער גייט מעלדן אז ער גייט מעלדן....................
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 10:15 am
דורך יענער פויגעל
זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 11:48 am
דורך גאנצל
יענער פויגעל האט געשריבן:זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן
טאמער איז ער א שטארקער אוםבויגזדמער פירער ווי דער ברודער זאל ער נאר ווערן פרעזידענט און טון צו דער זאך טאמער איז ער א פחדן און ער גייט שטענדיג זיין פארנומען זיך צו דערשרעקן פון די פחדני מלחמה זאל ער טאקע באשליסן זיך צו צולייגן
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:יענער פויגעל האט געשריבן:זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן
טאמער איז ער א שטארקער אוםבויגזדמער פירער ווי דער ברודער זאל ער נאר ווערן פרעזידענט און טון צו דער זאך טאמער איז ער א פחדן און ער גייט שטענדיג זיין פארנומען זיך צו דערשרעקן פון די פחדני מלחמה זאל ער טאקע באשליסן זיך צו צולייגן
מען רעד דא נישט פון דזשעב בוש, מען רעד דא פון דעם מייסטער טיפוש דאנאלד טראמפ לרפואה שלימה.
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:וויל קענען האט געשריבן:אזויפיל חברה גייט מען לייגן אויפן סטעטש סוועט נישט זיין קיין נארמאלע דיבאטע
אויב איינער פון ק״שטיבעל וויל לויפן קען נאך
דאכצעך אז פאקס נועז (זיי גייען אנפירען די ערשטע דעבאטע) האט געמאלדן אז זיי גייען ארויפלאזן אויפן סטעידזש נאר קאנדידאטן וואס האבן שוין א געוויסע מאמענטום (דהיינו געלט, געלט, און נאכאמאל געלט)
CNN וואס גייט אנפירען איינס פון די פרעזידענטליכע דעבאטעס האט געמאלדן אז זיי גייען אויך נישט ארויף לאזן אויף די סטעידזש נאר קאנדידאטן וואס האבן א געוויסע מאמענטום אין די פאולס.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
געוועזענע גאווערנער פון פלארידא דזשעב בוש ענדיגט היינט א גאר געלונגענע רייזע אין אייראפע און עס איז ערווארטעט אז ביים צוריק קומען וועט ער מעלדן זיין קאנדידאטאר פאר די פרעזידענטשאפט, און כדי צו אנהייבן מיט א שטארקע מאמענטום איז ערווארטעט אז ער גייט מעלדן אז זיין סופער פעק האט אויפגעטריבן איבער 100 מיליאן דאלער אין די פארגאנגענע חדשים.
אין אייעווע האבן די רעפאבליקאנער ענדליך מבטל געווען די נערישע אייעווע סטרו פאול (אדער בלשון זלמן ווידער און יוסי געשטעטנער, די אייעווע שטרוי אנקעטע) כדי עס זאל נישט שאדן מאכן פאר געלונגענע קאנדידאטן וואס וואלטן דארטן שוואך אנגעצויגן.
אין אנדערע נייעס האבן פאקס ניוז און c.n.n. געמאלדן אז די מערסטע קאנדידאטן וואס זיי גייען ארויפלאזן אויף די סטעידזש גייט זיין 10 (וואס שוין ווי פריער געמאלדן גייט עס גיין לויט די שטארקייט אין די פאולס).
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 1:00 am
דורך [NAMELESS]
ענדליך האבן די מעריצים גע׳פועל׳ט און מורינו ר׳ דזשעב בוש האט היינט בערך 4pm געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, ווערענדיג דערמיט די 11׳טע קאנדידאט אויף די רעפאבליקאנע זייט.
אז מען רעדט שוין פון אנאנצירענדיגע דרשות קען מען אנמערקן אז הילערי קלינטאן האט נעכטן, זונטאג, געגעבן איר ערשטע גרויסע רעדע זייט זי איז אריין אינעם פארמעסט אויף די דעמאקראטישע זייט, די רעדע האט זי געגעבן אין ניו יארק (איר אפיציעלע אנאנס האט זי געטון דורך א ווידיאו).