בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:34 pm
דורך ביבער
[tag]מאטי[/tag], ס'דא א דריטע אפציע, מ'נעמט מיט די ווייב אויך און דעמאלטס פאלן אלע אנדערע פראבלעמען ממילא אוועק.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:36 pm
דורך מאטי
ביבער האט געשריבן:[tag]מאטי[/tag], ס'דא א דריטע אפציע, מ'נעמט מיט די ווייב אויך און דעמאלטס פאלן אלע אנדערע פראבלעמען ממילא אוועק.


ס'איז נישט קיין דריטע אפציע, ס'איז נאך א צווייגעלע אין דעם צווייטן אפציע.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:48 pm
דורך ביבער
ר' יצמח, ס'איז בכלל נישט ווי דו זאגסט, רוב מאל האט דער מענטש נישט קיין סאך ברירות, א מענטש וואס איז געצווינגען צו לעבן פארקערט ווי ער וויל לעבן באמת, פאלט אריין אין א דעפרעסיע אסאך מאל עד סואיסייד ממש, ער וואלגערט זיך טאג און נאכט אין יסורי הנפש און ער טראכט נאר ווען די צרות וועלן זיך שוין ענדיגן, אין אזא מצב איז זייער לאגיש צו טראכטן אז אזוי ווי איך בלייב יעצט איז נישטא נישט איך און נישט קינדער, ווען איך וועל זיך מסדר זיין וועל איך ווערן מסודר און האפענטליך קענען קעיר נעמען פון די קינדער אויך.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:44 pm
דורך yatzmachp
זעהט אויס אז איך מוז נאכאמאל איבערזאגן. וואס איך האב געשריבן איז נאר געווען פאר די וואס האבן טענות אויף זיין געוועזענע ווייב אז טענות קען מען אויך האבן אויף אים. וועלכע זייט עס איז ''גערעכט'' איז א זאך וואס איך וויל נישט אריינרעדן ווייל דעס ווענדט זיך אין השקפה פונעם מענטש וואס זיכט גערעכטיגקייט.

אין דעם פאל וואס דו האסט געשריבן, יעדער מענטש זאל מאכן זיין דעסיזשן און מען דארף געדענקען אז אין לעבן דארף מען אסאך מאל אויסוועלן פון אפשענס וואס איינס איז ווייניגער שלעכט פונעם צווייטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:58 pm
דורך ביבער
פון האבן טענות ביז באשולדיגן אלס אכזר איז פאלג מיר א גאנג.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:50 pm
דורך הקטן
אויב אינזער שלום איז אינטערעסירט און טובת הילד וואלט ער נישט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן האלטן "בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ" און זיכער נישט "בשביל תורה שנקראת ראשית" און "בשביל ישראל שנקראו ראשית."
אין אדם מוריש שקר לבניו!

אין אז די קינדער וועלן גיין מיט א קיפה סריגה איז ער דען מסכים אז זיי זאלן האלטן אז ער איז אפגעפרעגט?
וויל ער אז זיי זאלן האלטן אז גאט איז גומל טוב לשומרי מצוותיו, ומעניש לעוברי מצוותיו
איך פארשטיי נישט וואס מען מיינט מיט א פשרה