בלאט 3 פון 8
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:16 pm
דורך פישלע העררינג
איין הערה, [tag]מה הוא[/tag]:
די פארזוך פון [tag]ונבנתה העיר[/tag] צו דערגיין ווער משה רבינו און בתיה בת פרעה זענען, דורך קארעלירען מיט די מצרי'שע געפינסען, נאכדערצו ווען עס קומט באגלייט מיט לעבעדיגע בילדער, וואלט באלאנגט באמבאסטיש אויפ'ן דעקל: "איז דאס ווירקליך משה רבינו'ס צורה?! זעהט פעידזש 55"... ס'איז א מייסטערהאפטע פארש ארבעט.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:23 pm
דורך כוכב
סאיז מיין טעות, א פארזעעניש ולונבנתה הסליחה. איך עס מיך שוין דערויף אפאר שעה...
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:31 pm
דורך אפטעמיסט
חברה, אין אזא טאג ווי היינט לויפן מיר דורך מחשבות אין קאפ: רבונו של עולם, ווען נישט קאווע שטיבל, וויפיל טאלאנט, חומר און אינפארמאציע וואלטן געגאנגען לאיבוד? וויפיל מער משוקע במ"ט שערי קרומע וואלטן מיר געווען? וואויל איז אונז אז מיר האבן אזא בית וועד לחכמים, וואויל איז אונז אז באריסטא ודעימי' זענען געבוירן, וואויל איז דער חלק פון כוכב'ס מוטער פארן אים טראגן ניין חדשים, און וואויל איז איר חלק פאר'ן אים ארויסשיקן צו אונז אויף דעם כדור הארץ!
און פארשטייט זיך, אשריך כוכב! טוב לך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:32 pm
דורך אחד העם
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ריה"ל האט געשריבן:אין שמש לסהר וכוכ"ב מאיריך
עמנואל הרומי האט געשריבן:מי ככוכב על הכתב והמכתב ידו הויה
ומי ככוכב שבט סופר בתומכו
ומי ככוכב אצבע אלהים לחרות דברות עשרה
ומי ככוכב על הצאן והעדרים
חיים נחמן ביאליק האט געשריבן:גם-כוכ"ב אחד שם עוד יקרץ עינו,
ושאר העולם שותק כאלו אינו –
מפה והלאה ומפה ומעלה
רק לילה, לילה, לילה...
רבי חיים נחמן'ס ז"ל איז נאך די בעסטע, וגם מתאים ביותר.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:36 pm
דורך כפתור
איך וועל מיך ענדערש איינהאלטן און עס ליינען אויף יו"ט, אז ס'זאל זיין א ריכטיגע שמחת יום טוב. ס'ליגט שוין ביי מיר שיין אנגעפאקט (סארי, כאב נישט קיין "פ" מיט א פינטעל אויף מיין קיבארד) און א פאלדער רעדי טא גאו. די ביסל וואס כ'האב אריינגעגנבעט א בליק, איז " אויסערגעווענליך!"
איך פיל גילטי צו בייקומען אזא מתנה אומזיסט.
א ריזיגע שכוח פאר אלע וואס האבן צוגעלייגט א פלייצע ארויסצוגעבן אזא דבר השלם.
אן א דאנק פאר ק"ש פארן געבען די אכסניה
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס איז שייך צוצוצולייגן? ס'איז שוידערליך אומגלויבליך וואס די צוויי האבן באוויזן. דער גרעסטער אטאאיסט קען זיך יעצט נישט פארמעסטן מיט מיין אומגלויב.
א דאנק כוכב און מה היא און פאר אלע שרייבער און שטיצער פאר אזא, נישטא קיין ווערטער, ארבעט!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:25 pm
דורך ונבנתה העיר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ריה"ל האט געשריבן:אין שמש לסהר וכוכ"ב מאיריך
עמנואל הרומי האט געשריבן:מי ככוכב על הכתב והמכתב ידו הויה
ומי ככוכב שבט סופר בתומכו
ומי ככוכב אצבע אלהים לחרות דברות עשרה
ומי ככוכב על הצאן והעדרים
חיים נחמן ביאליק האט געשריבן:גם-כוכ"ב אחד שם עוד יקרץ עינו,
ושאר העולם שותק כאלו אינו –
מפה והלאה ומפה ומעלה
רק לילה, לילה, לילה...
בא עמוס והעמידן על אחת:
כּוֹכַב אֱלֹהֵיכֶם
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
אחד העם האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ריה"ל האט געשריבן:אין שמש לסהר וכוכ"ב מאיריך
עמנואל הרומי האט געשריבן:מי ככוכב על הכתב והמכתב ידו הויה
ומי ככוכב שבט סופר בתומכו
ומי ככוכב אצבע אלהים לחרות דברות עשרה
ומי ככוכב על הצאן והעדרים
חיים נחמן ביאליק האט געשריבן:גם-כוכ"ב אחד שם עוד יקרץ עינו,
ושאר העולם שותק כאלו אינו –
מפה והלאה ומפה ומעלה
רק לילה, לילה, לילה...
רבי חיים נחמן'ס ז"ל איז נאך די בעסטע, וגם מתאים ביותר.
אמת, דאס בעסטע. אבער אויך דאס שארפסטע.
כוכבים המאירים בעי שבוחי (פסחים ב)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:01 am
דורך גאנצל
אין איין ווארט מ'האט געוואוסט אז עפעס גייט זיין עפעס א פה סח
אבער אויף אזאנס האט זיך קיינער גערישט
שכוח כוכב זאלסט לייכטן און ס'זאל דיר לייכטן ביז'ן טאג פון משיח
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:35 am
דורך פישלע העררינג
איז מעגליך אז די אלע אידן וואס זייערע פילטער לאזט נישט אדורך "קאווע שטיבל", זאלן נישט קענען דאונלאוידען דעם פה-סח פי די עף וויבאלד עס ליגט אויפ'ן קאווע שטיבל סערווער?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:13 am
דורך [NAMELESS]
ידידינו [tag]פליקער[/tag] האט שוין מזכה געווען די יושבי חושך וצלפילטער מיטן ארויפלייגן די פה-סח בלעטער אויף
דראפבאקס (שאא... זאג נישט הויך, פאר זיי גייען נאך לייגן גאנץ דראפבאקס אויפן רויטן ליסטע)
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:23 am
דורך נופת צופים
אוי, צרות ישראל. זענען דא אזוינע פילטערס וואו דראפ באקס איז שוין אינגאנצן פארשפארט. יא יא אזויווי איר קוקט מיך אן.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:47 am
דורך טאמבל סאס
וואס איז מיט אויטאמעיטעד אימעיל?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:28 am
דורך Big Boy
Didn't read yet but looks like an amazing job. Thanks for all of you that were involved in this project. Can't wait to read about R' Efroyim Zlaznik,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:14 pm
דורך אפטעמיסט
אין אנדערע ווערטער, כדי זאלסט טון א טובה און שרייבן א ווארט מוז ארויס קומען א גאנצע גליון. נישט שיין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:17 pm
דורך כוכב
אפשר קען איך אויך האבן דעם קאנטאקט נומער פון דעם קארל און אים א טעקסט טון ווען איך בין אין דער גיסטע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:50 pm
דורך מה הוא
איינער טעקסט מיר יעצט אזוי:
please go on
http://www.kaveshtiebel.com and download the pay each gilyin you will see it there on the main page
and print it out for me tnx
אוי ווי זיס איז דאס ניטאמאל ווייסט ער צו וועם ער רעדט ער דארף מיר מסביר זיין וואס דאס איז
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:55 pm
דורך הוגה
מה הוא האט געשריבן:איינער טעקסט מיר יעצט אזוי:
please go on
http://www.kaveshtiebel.com and download the pay each gilyin you will see it there on the main page
and print it out for me tnx
אוי ווי זיס איז דאס ניטאמאל ווייסט ער צו וועם ער רעדט ער דארף מיר מסביר זיין וואס דאס איז
יעצט ווייסט איך שוין.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:26 pm
דורך שמעקעדיג
קיינמאל נישט געהערט דעם טייטש אויף פסח (pay each), עס איז א גוט פאסיג ווארט...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:40 pm
דורך מה הוא
באמת האט ער געמיינט pay sach
בלשון פה-סח
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
ואת עלית על כולנה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:16 pm
דורך מצטמק ויפה
[tag]אבטולמוס[/tag] טייערע
מיין דאנק ווערטער פאר דיין ארטיקל זענען עפעס וואס איז אומבאשרייבליך, איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געליינט נאכדערצו אין א אידישע שפראך, שכח פאר דיין ארבייט נהנתי מאוד מאוד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:17 pm
דורך אפטעמיסט
דו לייענסט עס פאר פסח? איך האלט עס פאר'ן סדר נאכט