בלאט 3 פון 6

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 8:18 pm
דורך chusid
פארוואס איז געשען די שוידערליכע ערדציטערניש אין נעפאל? דא האט איר די ביאור פון הגאון ר' משה שטערנבוך.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 9:43 pm
דורך שמעקעדיג
נעבעך. אלו הגויים מה חטאו.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 10:30 pm
דורך petergrifin
שוין װער בין איך זיך אן צי ריפען. אבער איך װיל פארשטײן װעלכע קאנעקשען האט דער פאלנע גוי פון צװה
מיט דער ערד ציטערניש אין נעפאל? אונז װײסן אז אלעס מײנט מען אונז און אז א רב א יר׳ש א גרויסע פוסק
זאגט אזוי מײנט עס עפעס אבער װאס אדער װי אזוי האט עס א שײכות?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:08 pm
דורך ציבעלע-קיגל
הוגה האט געשריבן:[justify]ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

.[/justify]


אלץ איז דער עירוב אין וויליאמסבורג שולדיג

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 1:25 pm
דורך שמעקעדיג
דיין סענס אויף הומאר איז געוואלדיג! עס פילט ממש ווי פרישע ציבעלע קוגל.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 5:51 pm
דורך chusid

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 9:22 am
דורך הוגה
שנה לאסון 'מדרגות המוות': תחקיר 'בחדרי חרדים' בדק מי אשם ומדוע

איבערקוקנדיג די ווידיאו פון די לויה דאס הארץ גייט אויס. ווי ווייניג שכל, ווי ווייניג אחריות, ווי ווייניג אכפתיות. דער עיקר איז כבוד התורה און שוין. לאמיר האפן אז מ'האט זיך געלערנט ולא ישמע עוד וכו'.


.

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פיהל האט מען שוין געשריבען דא, אבער איך וויל עפעס צוליייגען.
ווען דער ערך עליון, דער הויפט וויכטיגע זאך אין די וועלט, איז דער מענטש'ס לעבען, קען מען פרעגען מה פשעו ומה חטאתו פון דער וואס איז געשטארבען אויף אן עבירה וואס ער האט ניטאמאל געחלומ'ט דערפון. אבער די לעבען פון א מענטש'ן איז נאר א היכי תימצי פאר עפעס אנדעריש, און דער טויט איז טאקע נישט דער ענדע פון די סיסטעם. ס'איז דא עפעס נאך דעם, וואס הייסט חיי עוה"ב. דאס אנקוקען דער שטארבען אלס אזא אכזריות איז נאר ריכטיג פון א גשמיות'דיגע שטאנדפונקט. ווען מ'שטארבט פאר עוה"ז'דיגע סבות, איז עס אן אכזריות, אבער נישט פאר עוה"ב'דיגע. דאס קען זיין אן אנהייב פון א פשט פאר די גמרא'ס.
איך האב געליינט פון א. מרקוס וואס האט פארציילט אויפ'ן בעש"ט אז ער האט אמאל געזען ווי מ'נעמט א שטיר לשחיטה, און יענער האט געיאוועט כדרכו. האט דער בעש"ט מגלה געווען אז אין יענע מינוט נעמט מען ארויס ערגעצוואו א איד לטבח על קידו"ה, פאר'ן נישט וועלען זינדיגען. יענער איד פיהלט ביי זיך צופרידען 'אה! בייגעשטאנען דער נסיון פון בכל נפשך'. דער שטיר האלט איהם פאר, פונקט ווי א שטיר טוט קיינער קיין טובה נישט פאר'ן ווערען געשאחטען, ווייל לכך נוצר. אזוי אויך א איד וואס לאזט זיך געהארגעט ווערען עקידו"ש. לכך נוצר, זיין גאנץ לעבען איז באשאפען געווארען פאר דעם.

הרב וואזנער'ס דרשה איז נאך אלס פראבלעמאטיש. ווען מ'שטייט פאר א ציבור וואס ניינציג פערצענט האבען נישט די כלים מכלים שונים און מ'וויל מעורר זיין לתיקון המעשים, דארף מען זוכען פרצות וואס איז זיי נוגע, חיזוק בתורה חיזוק בתפלה חיזוק במוסר חיזוק בבין אדם לחבירו, כל או"א כפי דרגתו ומצבו, וואס ער טרעפט ביי זיך אין דעם א פעלער. דאס רעדען פון א זאך וואס איז זיי נישט נוגע איז א וועג פון זיי אויסרימען און אויפהייבען אז יעדער איינער קען זיך בארואיגען אז 'לא בשלי הסערה הזאת'.

וה' יגדור פרצות עמו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:32 pm
דורך קאווע טרינקער
אז ס'נישט קיין טראגעדיע, פארוואס זיצט מען באבילות?

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז א טראגעדיא פאר אונז, אבער אכזריות איז עס ווייניגער ווען ס'איז נישט קיין סוף פסוק. פונקט ווי מיר באקלאגען דאס פארלירען אן אבר ווייניגער ווי פארלירען דער לעבען, אפילו מיט'ן גשמיותדיגען בליק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 1:48 pm
דורך ביבער
C/P When the 3 boys in Israel got killed R'L Ahron Teitelbaum said it's because they were in the wrong place so it's thier own fault. Let's see if he will stand up now and say that his Rush Hakuel was by the beach and it's his own fault for being by a beach

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 1:52 pm
דורך לית דין בר נש
דער בלוט איז נאך הייס Please not now
איך ווייס אז דעמאלס איז אויך די בלוט נאך גיוועהן ווארעם אבער two wrongs doesn't make one right!

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:09 pm
דורך שמעון וואלף
ביבער, הער אויף ווייל אז נישט וועסטי פארשריבן ווערן אויף איין פעיזש מיט מהר"א

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:11 pm
דורך געוואלדיג
געוואלדיג האט געשריבן:יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה, פארוואס קענען נישט אידן רחמנים בני רחמנים ווארטן מיט זייערע גאר גאר הארבע שאלות אביסל, לכה"פ ביז עס וועט נישט זיין מתו מוטל לפניו???

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:29 pm
דורך אינטערסאנטער
געוואלדיג האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה, פארוואס קענען נישט אידן רחמנים בני רחמנים ווארטן מיט זייערע גאר גאר הארבע שאלות אביסל, לכה"פ ביז עס וועט נישט זיין מתו מוטל לפניו???


די קשיא האבן אסאך אידן דאן געפרעגט פון מהר"א טייטלבוים

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:33 pm
דורך געוואלדיג
און וועגן דעם???

לית דין בר נש האט געשריבן:איך ווייס אז דעמאלס איז אויך די בלוט נאך גיוועהן ווארעם אבער two wrongs doesn't make one right!

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:41 pm
דורך אינטערסאנטער
קיינער זאגט נישט אז עס איז גערעכט, אבער מענטשן האבן זיך פון דעים ליידער אויסגעלערנט אזוי זיך אויפצופירן

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:44 pm
דורך שמעון וואלף
איין זאך איז זיכער. די היינטיגע טראגעדיע איז נישט צוליב די טריפענע כלים ווייל די בלאט האט געהאט א קלארע בילד ווי ר' חיים רעדט אויף א כשר'ע פליפ פאון

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:48 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:54 pm
דורך דולה ומשקה
געהערט דעם הספד פון טענקא רב שליט"א ווי ער האט מספיד געוועהן מרת קאסטין ע"ה (בת איצקאוויטש) פארגאנגענע וואך, האט ער גאזאגט אז דאס איז געקומען צוליב 'סמארטפאונ'ס', אבער זעהט אויס אז עס איז דארט געוועהן א מחלוקות הפוסקים ווייל א אנדערע האט געזאגט אז דאס איז צוליב פרויען וואס גייען נישט געהעריג בצניעות.

ביסטו פון קאפ געפאלען?!? זיצט א משפחה ארום און ארום מתם מוטל לפניהם האסטו נישט עפעס בעסערס צו זאגען, קענסט זאגען אז 'מ'זאל זיך מקבל זיין וכו' וכו' - אבער אז דאס איז צוליב דאס? און פון וואנעט ווייסטו בכלל? איז דיר ג-ט געקומען אריין רוימען דעם סוד אין אויער? ווי איז דיין רגש - רחל האט א סמארטפאון ממילא דארף לאה שטארבן? לשיטתך, ווען לאה האט ווען א סמארטפאוהן בלייבט זיך דאך לעבן...?

דער טענקער האט האט יעדע פינעף יאר א אנדערע פירצה, אבער הצד השוה שבהן אלעמאל ווייסט ער פונקטליך צו זאגען על מה עשה ה' ככה, ווייל אין דער פארגאנגענהייט עטליכע יאר צוריק האט ער 'מספיד' אז דאס איז געוועהן מחמת ה'אינטערנעט' פינעף יאר שפעטער האלט עס ביים סמארטפאוהן.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:23 pm
דורך שמעקעדיג
בקיצור די רבנים זאגן קלאר אז דער באשעפער איז שולדיג אין אלע טראגעדיעס (כאילו כ'וואלט נישט געוואוסט) ווייל ער האט באשאפן סמארטפאונ'ס מיט אינטערנעט. כ'הער.

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:35 pm
דורך קל וחומר
און פון קומט די טראגעדיע פון האבן רע-בנים אויף אונזערע קעפ, וואס זענען זיך משתלט אויפן ציבור שלא לש"ש???

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:36 pm
דורך אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין