בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:26 am
דורך רביה''ק זי''ע
א מין מאדנע טענה'ריי דא, קודם לייגט מען אראפ אן הנחה אז מענטשן פארלאזן די געטאו ווייל זיי זוכן "הצלחה" און נאכדעם האט מען שוין קשיות אמער מ'זעהט נישט אז OTD חברה זאלן עפעס עקסטער מצליח זיין. מאך נישט קיין הנחות וועסטו נישט האבן קיין קשיות, זייער ווייניג מענטשן פארן אפ ווייל זיי זוכן "הצלחה" אין לעבן, די גרעסטע הצלחה וואס א מענטש קען האבן אין לעבן איז א ער פארלירט נישט די קשר מיט זיין משפחה, פאר גשמיות'דיגע הצלחה און תאוות קען מען בלייבן אינעווייניג און פירן א דאבל לייף. מענטשן וואס פארן אפ איז עס געווענליך ווייל די ארומיגע זייערע ווילן זיי זעהן אינדרויסן, מ'מאכט זיי ענג דאס פלאץ און מ'לאזט נישט לעבן און זיי פעקלען אפ בלית ברירה. אודאי נאכדעם וואס מ'איז שוין אינדרויסן פרובירט מען צו פארגיטיג די פארלוסט מיט אנדערע זאכן וואס זענען נישט דא צו באקומען אינעווייניג אינעם געטאו, צומאל געלונגט עס און צומאל נישט, אבער זיי וואלטן גערן מסכים געווען אויפצוגעבן די פרייע לעבן צו קענען צוריקקומען.