בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:41 pm
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:עס מאכט מיר נישט צופרידן אז די לעצטע תגובה אין די אשכול איז איבער א יאר אלט, עס מאכט מיר יא צופרידן ווען איך האב געפילט היינט אז איך האב געהאט עפעס א געוויסע צורך און עס איז מיר געווארן מסודר עפעס אויסטערליש, השי"ת אהבה האב איך דאן געפילט.


וכאן צריך לסיים מיט'ן באקאנטען נוסח איך האב ציגעזאגט מפרסם צי זיין..

אפשר איז דא עפעס א קונטרס נחלת שבעה אויף סגולות?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:57 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: היינט דארף מען שוין נישט קיין קונטרס. די באבא'ס טיילן סגולות לרוב, פאר די וואס גיבן דאלארן. נאר פרוביר נישט צו געבן געלט...עסטו שוין הערן פון די זאק פון קללות וואס זיי האבן. ס'איז נאך גרעסער ווי די זאק פון ברכות און סגולות...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:31 pm
דורך אייז קריעם
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך עס מיך דאס געזונט מיט צפון קארעא. יא יא, לאכט נישט. וויפיל איך לייען צוזאם פון די שרעקליכע רשעות וואס גייט דארט פאר אונטער דעם רעזשים, ווי מען פייניגט מענטשן אויף שטותים והבלים, דורך דעם וואנזיניגן קים איל יאנג פאנג (עפעס אזוי) וואס גייט בדרכי אבותיו בלי שום שינוי כל דהוא ח"ו, זיינע מענטשן הונגערן אוועק בשעת דער גראביטשקער אנגעפרעסענער טונקט זיך איין אין תאוות אכילה, מען ציטערט פון אים ווי פון די מלאכי חבלה, איך מיין אז מען דארף נישט צופיל שרייבן, המפורסמות אין צריך באשרייבונג, וכבר אמר הצייטונג, קאמענטארן זענען איבריג.

איז מיר געווען א נחת צו ליינען אינעם 'שטערן' אז מאחורי הפרגוד זענען פאראן פאררעטער (בעיקר אנטלאפענע און געפייניגטע פונעם רעזשים) וועלכע טוען אריינשמוגלען אויף פארשידענע אופנים מערב וועלט פראפאגאנדע און לייען מאטעריאל, און טוען אויפקלערן די פאנאטישע יושבי חושך אז זיי זענען בכלל נישט די גליקליכסטע אין די וועלט ווי מען פרובירט זיי אראפמאלן, נאר אדרבה, אינדרויסן פון זייער באקס מאכט מען א לעבן, און זיי לעבן גאר אונטער א דיקטאטורישע הערשאפט וועלכע וועט פריער אדער שפעטער מוזן צוזאמפאלן, און וועט גיין אין די זעלבע וועגן פון זייערע פארגייער, אנדערע דיקטאטורן וועלכע זענען סוף כל סוף פארפאלן געווארן... זיי שאצן אז ארום 30 פראצענט (!) פונעם לאנד איז שוין באוואוסטזיניג דערצו, און עס פארשפרייט זיך אלס מער, און זיי גיבן עס מאקסימום א 10 יאר, זיי גלייבן אז ביז דאן וועט די רשעות'דיגע מלוכה זיין א פארגאנגענהייט.

פארשטייט זיך אז די חברה ביים רעדל זיצן נישט שטיל, זיי פרובירן מיט אלע זייערע כוחות צו כאפן די יעניגע, און באשטראפן די וועלכע מען כאפט ליינען די מאטעריאל, און דערווייל ברעינוואשן די אונטערטאנען ווי גליקליך זיי זענען... אבער די שמוגלער זאגן אז עס וועט זיי ווייניג וואס העלפן, און בקרוב וועט מקויים ווערן וכל הרשעה בעשן תכלה... כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

How has this been working in Iraq, Libiya etc.

Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 6:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באקומען א בריוו פון די קינדער׳ס חדר. ס׳שטייט דארט פוסטע אויסדרוקען אויך, אבער צווישען די שורות זעט מען א פיינעם צוגאנג צו די חינוך און קינדער. דער חדר האט אין זיך א געמיש פון קינדער, און זיי מוטשען זיך יערליך מיט דער superbowl. נארמאל איגנארירען זיי, אבער פאראיארנן האבען זיי עפעס געזאגט פאר די עלטערע כתות, דוכט זיך געמאכט עפעס א לערנען פארמעסט יענעם טאג.

דער מנהל איז א זוהן פון דער באקאנטע אבי שולמאן, דער גרינדער פון דער life coach באוועגונג ביי חרדים.
בילד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:47 am
דורך שמעקעדיג
אבי גערעדט האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מיר מאכט צעפרידען אז אבאמא ווערט צוריק א פשוטע סיטיזען (אפשר דאס אויך נישט) אין ווייניגער ווי צוויי יאר

און מיר מאכט עס אומצופרידן, צו טראכטן אז ס'וועט נאך דויערן באלד צוויי יאר אז דער מטורף אבאמא זאל זיך אפטראגן פונעם שווארצן הויז.

און מיך מאכט באזארגט, טראכטענדיג אז אין בלויז 2 יאהר גייט מען זאגן, איי ווי נעמט נאך אזא אבאמא, קוק נאר וואס א חורבן דער נייער חכם ברענגט דא אן אויף אונז, אין אבאמאס צייטן איז אזוינס נישט געשען


איי, ניבא ו(לא) ידע מה ניבא.....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 4:23 pm
דורך קורקלענד
אונז צאלן איצט א פרייז פאר אבאמא'ס פראקראסטינאציע. זיין פלאן איז לדעתי געווען פשוט צו שטיפן די פראבלעם צום פאלגענדע אדמיניסטראציע. בנוגע אן אמת'ע לעזונג האט ער זיך בכלל נישט געקימערט.

סתם אזוי גערעדט, האב איך נאך דערווייל גארנישט פארלוירן זייט טראמפ איז אריין. אויב עפעס האב איך נאר פארדינט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 5:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוודאי נישט, ווייל זיין ערשטע זיג איז געווען דער פרייטיג צו נאכט. ביז דעמאלס האט ער גארנישט געקענט אויפטוהן. מ'עט נאך זע'ען צו וואס טויג זיינע געזעצען, וואס זענען באמת נישט זיינס נאר די חלום פון אלע רעפובליקאנער, צו מאכען די רייך רייכער, און מוסר זאגען די ארימעלייט.

די אלע ענווייראמענטעל זאכען וואס ער האט מתיר געווען נעמען דאך צייט ביז מ'ליידט דערפון. אבער דאס איז געבויט אויף סייענס, און די רעכטע האבען דאך מבטל געווען סייענס אויך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 7:23 pm
דורך שמעקעדיג
זאכן וואס איך בין צופרידן... אז דער אשכול וועט אי"ה פארבלייבן אויף די ריכטיגע רעלסן, און נישט פארפארן אין פאליטיק.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:16 pm
דורך קורקלענד
שמעקעדיג האט געשריבן:זאכן וואס איך בין צופרידן... אז דער אשכול וועט אי"ה פארבלייבן אויף די ריכטיגע רעלסן, און נישט פארפארן אין פאליטיק.

אוודאי! טראמפ מאכט מיר דאך צופרידן.............

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך בין געווען א בחור און א פרישע יונגערמאן, האט גע'שמ'ט אין דעם עולם הישיבות איין יונגערמאן, הרב א. י. (ער שטאמט פון א חב"ד'סקע משפחה אין מאנטרעאל, אבער נישט קיין באקאנטע משפחה נאמען). מ'האט געזאגט אויף איהם ריזיגע גוזמאות, וויפיהל ער קען און פארשטייט. איך האב געהאט איין מעשה מיט איהם, ווען איך האב איהם געפרעגט אויף א מלחמות ה' אין איזהו נשך, און ער האט נישט געדארפט קיין סעקונדע זיך ווידער אריין צו טוהן דערין, נאר גלייך געדענקט מיט אלע פרטים. מ'האט געזאגט אויף איהם אז ער האט אויסגעארבעט סוגיות אין גאנץ ש"ס, פון די גמרא ביז צו גדולי האחרונים, אלעס מיט די זעלבע עיון (געווענליך איז עס צוטיילט, דער האט תורה אויף די סוגיא און דער האט תורה אויף די 'הלכה'). די בית מאיר'ס א חידוש האט ער אויסגעארבעט צוריק דורך אלע שיטות, און דאס איז אין רוב סוגיות אין ש"ס.

שוין, א פאר יאר צוריק איז דער יונגערמאן געווארען א ראש ישיבה ערגעץ. און אין זיין חיצוניות האט זיך איין זאך געטוישט, אז ער גייט א נעק טיי.

היינט בין איך געגאנגען אין גראסערי איינקויפן, און ביים ארויסגיין זעה איך דער רשכבה"ג גייט אריין איינקויפן פאר זיין משפחה. ללא כחל וללא שרק וללא פירכוס, ויעלת חן.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 10:06 am
דורך Gimpel
אשרי חלקו

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:40 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך בין געווען א בחור און א פרישע יונגערמאן, האט גע'שמ'ט אין דעם עולם הישיבות איין יונגערמאן...

....היינט בין איך געגאנגען אין גראסערי איינקויפען, און ביים ארויסגיין זעה איך דער רשכבה"ג גייט אריין איינקויפן פאר זיין משפחה. ללא כחל וללא שרק וללא פירכוס, ויעלת חן.


און ער איז אהיים דערציילן אז ער קען א אינגערמאן וואס האט גע'שמ'ט אין עולם התורה איינער א ליטוואק פון בודאפעסט (הרב א.א.) און נישט מער נישט ווייניגער ער קומט אליינס איינקויפען...

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:46 pm
דורך [NAMELESS]
געיט אלעינס? אוואו איז דער כבוד התעירע?

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרעגסט אויף מיר? מיין באלד דריי יעריגע אינגעל איז געווען מיט מיר.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 7:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בן אדם האט געשריבן:געיט אלעינס? אוואו איז דער כבוד התעירע?

זיין גאנצע תורה איז גארנישט ווערד, ווייל ער איז נישט מחשיב כבוד התעירע.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:02 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין יארן וואס איך (און נאך מיליאנען פאסאזשירן) קריצן מיט די ציין אויף די שמאלע עירליין סיעטס וואס איז שוין באלד קלענער פון מיין בעבי'ס קאר סיעט, און אויסער דעם איז כמעט נישט פאראן קיין לעג-רום. ווער רעדט נאך אויב דער פאדערשטער פאסאזשיר איז מקיים הלילה הזה מסובין, דאן ביסטו ווי געבינדן אין קייטן ימה וקדמה צפונה ונגבה.

יארן לאנג וואונדער איך זיך פארוואס די גאווערמענט מישט זיך נישט אריין צו מאכן עפעס א גזירת המינימום בלע"ז, די גאווערמענט וואס נעמט קעיר פון 16 אונציגע סאדע גלעזלעך און נאך אזעלכע שרעקעדיגע סכנות, און ביי מיר אין די ביזנעס זענען זיי גוזר גזירות קשות ואכזריות אויף די בעלי בתים בלויז צו קענען בעסער מאכן פאר די פוילע ארבעטערס זיי זאלן קענען כראפעצן און נישט אריינקלאפן אין די טרעפ (האט איר שוין געהערט פון OSHA?) און איז נאך מחייב זיי צו באצאלן ווי טאטעלע אווערטיים ווען זיי זענען מ'כלומר'שט סיק, דערנאך זאלן זיי קענען קלאגן די קאמפאני אויף שטותים וכו', און פונקט ביי די עירליינס לאזן זיי צו אזא הפקירות, אלעס ווייל זיי האבן אפאר דאלער צו צאלן פאר לאביאיסטן.

עכ"פ בין איך צופרידן צו ליינען אז ענדליך האט זיך די זאך א שאקל געטאן און מען קוקט אריין דערין. ניין, נישט צוליב יושר און נישט פאר אונזער באקוועמליכקייט, זייט נישט קיין חושד בפסולים. נאר כלומר'שט אונטערן אויסרייד פון זיכערהייט, אז מען זאל קענען גרינגער ארויסלויפן אין פאל פון א סכנה ח"ו ווען דער שטן איז מקטרג.

לאמיר האפן אז די יעצטיגע "אריינקוקן דערין" וועט ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן.

ליידער האט זיך מיין האפענונג אויסגעלאזט מיט א דורכפאל.
(אריין אין אשכול פון זאכן וואס רעגן מיך אויף....)

https://www.usatoday.com/story/news/201 ... 755707002/

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:19 am
דורך וואלווי
אזוי זיך צו רעגן אין מיט'ן נאכט....

חוץ אז [tag]שמעקעדיג[/tag] זיצט יעצט אויף א פליגער...

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 7:11 am
דורך טוביה
Lufthansa יש לו אינטרנט

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:08 am
דורך שמעקעדיג
באמת? גם יש להם מקומות לישב?