בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 10:58 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:מחכים בכליון עיניים, ממש מעניני דיומא, בפרוס חג הרביעי ליולי.
תמוז ר"ת תאין ומתכנשין זמני מנגל.
די מוט איז נישטא דערווייל אויף זיך אראפצוזעצן שרייבן א לענגערע ארטיקל, ווער וויל מיר ספאנסערן א מאטיווישען קאורס ביי האגער?
אבער עוד חזון למועד אי"ה.
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 11:36 pm
דורך געפילטע פיש
DotCom האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:מחכים בכליון עיניים, ממש מעניני דיומא, בפרוס חג הרביעי ליולי.
תמוז ר"ת תאין ומתכנשין זמני מנגל.
די מוט איז נישטא דערווייל אויף זיך אראפצוזעצן שרייבן א לענגערע ארטיקל, ווער וויל מיר ספאנסערן א מאטיווישען קאורס ביי האגער?
אבער עוד חזון למועד אי"ה.
טאמער איז דיר שווער צו שרייבן א גאנצע מגילה אויף איין מאל קענסטו שרייבן אן הקדמה, און דער עולם וועט שוין צולייגן די זאלץ און פעפער (אדער בב"ק זאפט), ווען ס'קומט צום הקטר חלבים ואיברים רעדט זיך יערער איין אז זיי זענען עקספערטען, נא, וועט שוין זיין א שקלא וטריא וועט יעדער קענען נאשן עצות.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:08 pm
דורך שמואל הלוי
DotCom האט געשריבן:אבער עוד חזון למועד אי"ה.
דאס מיינט אז בערך אין די טעג פון שבת "חזון" אדער תשעה באב דאיקרי "מועד" וועט זיין די קומענדיגע ארטיקל אי"ה, לאמיר האפן.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 7:43 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:DotCom האט געשריבן:אבער עוד חזון למועד אי"ה.
דאס מיינט אז בערך אין די טעג פון שבת "חזון" אדער תשעה באב דאיקרי "מועד" וועט זיין די קומענדיגע ארטיקל אי"ה, לאמיר האפן.
אדער חול "המועד" סוכות...
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 7:59 pm
דורך שמואל הלוי
ער זאגט אבער "חזון"
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 8:47 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:ער זאגט אבער "חזון"
תיקו
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:35 pm
דורך חייםהערש
העכטס אינטערסאנט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:50 pm
דורך גוטזאגער
נאך א מעשה איבער קאווע - דוכט זיך מיר ביים בעל חוות דעת זי"ע. איינמאל איז אריין צו אים איינער פון די גרויסע גבירים פון זיין קהילה, דער גביר האט באמערקט ווי דער רב איז זייער פארטראכט, אויף זיין אנפראגע וואס עס קוועטשט דעם רב אזוי שטארק? האט אים דער חוות דעת געענטפערט אז ער האט היינט באקומען א בריוו פון עפעס א געוואלדיגע גרויסע חריף און איך פלאג מיך צו פארשטיין זיין בריוו.
וויאזוי הייסט ער? גיט דער עושר א פרעג,
ענטפערט אים די רב: ער איז נאך אומבאקאנט, כ'גלייב נישט אז דו האסט שוין געהערט פון אים, זיין נאמען איז (ר') עקיבא אייגער.
ווי נאר דער עושר האט געהערט אויף וועמענס בריוו זיין רבי דער גדול הדור פלאגט זיך צו פארשטיין, איז ער צוזאמגעפאלן. ווען מען האט אים דערמונטערט האט ער דערציילט אזוי:
ער האט א טאכטער, און ווען זי איז אנגעקומען אין די יארן איז ווי פארשטענדליך וויבאלד ער פארמאגט געלט האט מען אים אנגעטראגן פונעם שענסטן און בעסטן. האט מען אים אנגעטראגן דעם מורא'דיגן און באקאנטן עילוי, דעם בחור עקיבא. דער בחור איז געקומען צום גביר'ס הויז האט מען אים מכבד געווען מיט די נייע און טייערע משקה קאווע (מסתם נישט לויט די פארשריפטן).
און דער בחור'ל עקיבא האט נאך קיינמאל נישט פארזוכט פון דעם משקה, וויבאלד ער איז געקומען פון אן ארעמע שטוב און ער האט ניטאמאל געוואוסט וויאזוי מען דארף זיך באגייין דערמיט, האט ער גענוצט די ידיעות וואס ער קען יא, האט ער קודם אויפגעגעסן די צוקער, ווייל לויט די גמרא קומט אוכלין פאר משקין, די שוארצע קאווע האט ער אויסגעטרינקען בעפאר די מילך וויבאלד ביי יודען איז לילה קודם, און דערנאך האט ער פארענדיגט צו טרינקען די מילך.
און ווי נאר מיין טאכטער האט דאס באמערקט - דערציילט דער עושר ווייטער - האט זי אנגעהויבן צו פארפירן אז זי דארף נישט א מאן וואס איז אזא בטלן, און פארשטייט זיך אז דער שידוך איז געווארן אויס. און יעצט ווען איך האב געזען אויף וועמענס בריוו דער רב האט זיך געפלאגט צו פארשטיין איז מיר פשוט שלעכט געווארן.
האט זיך דער בעל חוות דעת אנגערופן: איך אויף דיין פלאץ וואלט נאכאמאל געפאלן אין חלשות! אז צוליב א פשוט'ע קאווע זאל מען אויפגעבן צו האבן אן גדול הדור פאר אן איידעם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
אויף אייוועלט, שרייבט יגר'ל ווי פאלגענד:
יגרסהדותא האט געשריבן: [איך בין היינט געוואויר געווארן..] ..אז די ברעקעלעך קאווע - טעיסטער טשויס אדער אנדערע - באקומען אן אנדערן טעם ווען די וואסער איז מער קאכעדיגער.
פון די זעלבע טעיסטער טשויס, האב איך היינט געמאכט צוויי קאוועס, די צווייטע איז געווען א בחינה פון "ואת עלית על כולנה", און דער עלעקטערישאן טענה'ט ווייל דער פעסל הייס-וואסער [האַט-וואָטער בשפת המדינה - נישט צומישן מיט וואט-עווער, ווייל די צוקער איז שוין סייווי געווען אויסגעמישט וואטעווער..] האט מען ארויפגערוקט צו אן העכער נומבער.
דאס איז מיר א שטיקל פליאה.
איך האב זיך אלץ געוואנדערט אז די קאווע טעם טוישט זיך אינדערהיים און אין יעדן ביהמ"ד און אין דער ארבעט, על אף וואס איך נוץ נעסקעפעי איבעראל, און גאלדן פלאו מילך, און זיך געוואונדערט וואס איז דער חילוק אין טעם?
ווייסן מיר אז יעדנס'ס חלות איז אנדערש, יעדנ'ס פיש, און אלע אנדערע געקעכטס, כאטש מען מאכט נאך יענעמ'ס רעסעפי אויפן האר. עס מאכט א חילוק וועלכע וואסער, וועלכע טאפ, וועלכע אויוון.
איז דאס די זעלבע סיבה פאר קאווע?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:45 am
דורך לעמיל
DotCom האט געשריבן:כעת האב איך אנגעפאנגען צו שרייבן א ארטיקל איבער 'וויאזוי צו מאכן א געלונגענעם בארביקיו גריל', אויפ'ן זעלבן גאנג ווי די קאווע ארטיקל, ווייל עס איז דאך מענינא דיומא, דערנאך וועל איך גיין צו פראגרעמינג אי"ה.
איך האב נאר א פיצקעלע צייט יעדן טאג צו שרייבן, אויך נישט יעדן טאג, אבער איך וועל טרייען מיין בעסט בעז"ה.
DotCome
מיר האפען אז אויף דאס יאר זומער וועט ארויס קומען דו ארטיקעל וויאזוי צו מאכן א געלונגענעם בארביקיו גריל
מיר ווארטען מיט שפאנונג
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:25 am
דורך סאשי פיש
א k-cup מאשין לוינט זיך צו קויפען?
אדער א נארמאלע מאשין איז בעסער?
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:22 am
דורך געוואלד געשריגן
סאשי פיש האט געשריבן:א k-cup מאשין לוינט זיך צו קויפען?
אדער א נארמאלע מאשין איז בעסער?
ס׳איז גרינגער און ס׳איז דא א סאך פלעיווערס. מאכט א פיינע געשמאקע קאווע.
Go for it
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:53 am
דורך פרענטש וואנילע
כ'אב געהערט פון גרויסע עקספיריענסד קאווע טרינקער, אזעלכע וועלכע האבען שוין פארזוכט פון אלע מינים קאווע הנמצאים ושאינם נמצאים בעולם, און כולי עלמא מודי אז באדעם ליין: ס'נישטא בעסערס ווי א "פרענטש וואנילע" קאווע..
כ'וואלט'ס נישט איבערגעזאגט כדי נישט צו מאכען אויסזעהן ווי גיאות ח"ו, אבער כ'זאג בלויז נאך ברוב ענוה ושפלות וואס כ'אב געהערט פונ'אנדערע, דבר בשם אומרם, דאס איז אויכעט וויכטיג כדי נישט עובר זיין חלילה אויף יהללך זר ולא פיך..
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:57 am
דורך שמעקעדיג
קענסט בעטן "זר זהב" זאל דיך אויסלויבן, אזוי וועט מקויים ווערן "יהללוך זר".
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 6:16 pm
דורך סאשי פיש
DotCom האט געשריבן:כאב אויך געוואלט אנפרעגן דעם דעת הציבור איבער וואס מיין נעקסטע ארטיקל זאל זיין, כאב די פאלגענדע זאכן אויפן טיש:
וויאזוי צו קויפן און וויאזוי צו נוצן א דיזשיטעל קעמרע.
וואספארא לעפטאפ זאל איך קויפן?
וואספארא דעסקטאפ זאל איך קויפן?
ענדרויד ווס. אייפאון ווס. בלעקבערי.
אלעס ארום פייל שעירינג.
די הקדמה צו פראגרעמינג.
ווער סהאט אנדערע איידיעס זאל פליז שעירן.
[tag]DotCom[/tag] ביסט שוין געקומען צו אן החלטה?
אונז ווארטען צו הערען פון דיך
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 6:54 pm
דורך DotCom
כבין געקומען צום החלטה אז קיין ארטיקל שרייבער בין איך ליידער נישט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:05 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל קויפען יעצט א קאפי מאשין וועלכע מאשין האלסטו זאל איך קויפען?
ווי מער איך האב געקוקט אלס מער צומישט בין איך געווארען
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:11 pm
דורך DotCom
די נייע סעריע VUE מאשינען פון Keurig
למשל דאס, קענען קאכן צו א מאקסימום פון די פארלאנגטע 210-195 דעגריס, מען דארף צו עס נוצן די נייערע V קאפס נישט די באקאנטע K
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:22 pm
דורך סאשי פיש
DotCom האט געשריבן:1. דריפ ברעיו Drip Brew
היינט איז שוין דא גוטע עספרעססא מאשינען פאר מענטשן אינדערהיים, אויך איז שוין דא צו באקומען פערטיגע דין געמאלענע קאווע מיט אלע מינע פלעיוואר'ס ווי למשל די באקאנטע keurig k-cup,
אלע K CUP מאשינען מאכען עקספרעססא?
עס איז א חילוק צווישען די K מאשין און די V מאשין?
ווי זעסטו ווי הייס די וואסער ווערט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:19 pm
דורך DotCom
איך קען נישט אלע KEURIG מאשינען אבער זיכער נישט אלע מאכן עספרעסא.
די V מאשינען זענען די נייערע סארט וואס לאזט אויסוועלן סיי די דעגרי און סיי די שטארקייט, נישט קיין פארגלייך צו די K מאשינען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:25 pm
דורך סאשי פיש
קודם א גרויסע ישר כח
איך האב מיך אביסעל אינטעריסירט אויף די keurig מאשינען און זיי מאכען זייער גוטע קאפי
איין חיסרון איז אבער דא אז עס איז טייער למשל די קליינע k cups קאסטען בערך .50 . 60 סענט א שטיקעל און די v cups קאסט נאך מער
וועגען דעם וויל איך וויסען וועגען אן אנדערע מאשין?
איב איך מעג פרעגען וועלכע מאשין האסטו?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:47 am
דורך נולד מאוחר
סטארבאקס האט יעצט זייער מאשין וואס זיי פארקויפן אזוי ווי קאריג
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב אקארשט געענדיגט ליינען די מאסיווע ארטיקל אינעם בליץ (לעצטן חודש) פון די געשמאקע סטארבאקס קאווע. עס האט מיר גוט אנגעגלוסט!
פון די אנדערע זייט זעה איך א נייע שטודיע
(איך ווער שוין צעדרייט פון די שטודיעס וועלכע טוישן זיך יעדן חודש) אז קאווע איז נישט געזונט פאר יונגע מענטשן, און קען גאר פארקורצערן זייער לעבן.
http://healthyliving.msn.com/nutrition/ ... =anshlth11