נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:49 pm
פארוואס? האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]ער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.
.[/justify]
דער מקור פון'ם מג"א, איז דאכט זיך א תשובת הריב"ש, (און א חינוך?) אז בזמן הבית, ווען דער מולד האט נאכנישט געהאט קיין קביעות, און ניסן האט געקענט זיין חסר, האט שבועות געקענט געפאלן אויף ה' סיון. און ס'האט טאקע נישט מיט זמן מתן תורה.
דאס אז עס האט געקענט פאלן אין אנדערע טעג, איז אן אפענע גמרא.
(חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז זיי שרייבן אז מ׳זאל נישט זאגן זמן מתן תורתינו).
יא, דער ריב"ש ברענגט טאקע דער גמרא, און ער רעדט אויך פון נישט זאגן זמן מתן תורתינו. אבער ס'דארף צוגעצייכנט ווערן, אז ס'דא אסאך גמ' וואס זאגן אז שבועות האט דייקא יא מיט מתן תורה. און די צל"ח און פסחים ס"ח ע"ב פארענטפערט אז אלע 3 טעג ד"ה ה' ו' ז' ווערן אנגערופן זמן מתן תורתינו. ווייל לויט א מאן דאמר איז נעשה ונשמע געווען אויף ה' און ו' וז' איז דא דער תירוץ פון בכוח און בפועל (שוין כאב שוין נישט קיין כח, גיי זיי מסביר).