בלאט 3 פון 10
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 5:08 pm
דורך ישראל קאפקע
קענסט פשוט עפענען א צווייטן אשכול, און איבערלייגן דארט אלע טיילן פון דיין ארטיקל ביז אהער. דערנאך לייג צו דאס ווארט 'דיסקוסיע' צום קעפל פון דעם ארטיקל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:00 am
דורך שמעון וואלף
ווידיא פון די ליעווער, ס'איז לכאורה נישט אמת אבער דאך אינטערעסאנט [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=53Uoc8FBwtk[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:15 am
דורך ונבנתה העיר
דאס איז פונעם פילם 'דיבוק'.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:40 pm
דורך חקרן
אויף די שאלה איבער מיינע מקורות: קודם כל איז וויכטיג צו באמערקן, אז עס איז פאראן ממש ווייניג מקורות איבער די געשיכטע פונעם לעווער. פון חסידי'שע מקורות איז כמעט נישט דערמאנט געווארן, אויסער אין קליינע רמזים דא און דארט, און טאמער איז יא ערגעץ דערמאנט געווארן איבער די געשיכטע, האט מען דאס שוין לאנג מעביר געווען אז עס איז נישטא צו געפינען. די עיקר מקורות וואס מיר האבן היינט איז פון די משכילים, דעריבער האב איך זיך געמוזט באנוצן בעיקר פון זייערע שרייבונגען, וואס איז אגב - אין גרעסטן טייל - גאנץ נאטראל.
די וויכטיגסטע מקור איז לדעתי פון משה אורנשטיין, דער משכיל וואס האט נאכגעשריבן די מעשה לויט וואס דער לעווער האט אים אליין דערציילט. פון איין זייט האבן זיינע ווערטער א שטארקע נאמנות, וויבאלד דאס איז נאכגעשריבן געווארן פונעם לעווער, מאידך גיסא איז ער פארט געווען א משכיל, בנוסף דערצו וואס ער ברענגט ארויס בלויז דער צד פונעם לעווער, ווייל ער שרייבט דאס נאך פון זיין מויל. מען דארף געדענקען אז אורנשטיין האט נישט איבעריג ליב געהאט דעם לעווער, נאך וואס ער איז אנטלאפן פון די משכילים און געפארן קיין סאדיגורא. עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז דער באקאנטער בריוו פונעם לעווער, וואס איז געשריבן געווארן אין טשערנאוויץ, איז געשריבן געווארן דורך משה אורנשטיין, דאס זעט מען קלאר פון די לשונות און משה אורנשטיין זעלבסט באשטעטיגט דאס, נאר ער טענה'עט אז דאס זענען געווען די מיינונגען פונעם לעווער וואס ער האט מנסח געווען. משא"כ דער לעווער זעלבסט האט גע'טענה'עט שפעטער, אז מען האט אים מחתים געווען דערויף בערמה, אזוי אז עס איז מעגליך אז מען קען נישט גלויבן אורנשטיין. ווער רעדט נאך אז בסוף ימיו האט אורנשטיין נישט געוואלט רעדן פונעם לעווער בכלל, עס איז פאראן א צד אז די משכילים האבן אים בידים איבערגעגעבן פארן סאדיגורער, פאר גוט באצאלט. בקיצור, טראצדעם וואס מען קען מפקפק זיין אויף די נאמנות פון אורנשטיין, איז דאס פארט דער ערשטער און נאנסטער מקור צו די מעשה און עס טראגט א וויכטיגער געוויכט.
איך האב אויך אסאך גענאשט פון די באשרייבונג פון יצחק רפאל, א בריוו וואס א סאדיגורער חסיד האט געשריבן צו ניסן באק קיין ירושלים, דארט ווערט געברענגט אלעס וואס עס האט זיך אפגעטאן אין הויף, הגם עס איז אויך פיל מיט דמיונות און שקרים. עס איז אויך דא א ספר פון הרב מתתיהו יחזקאל גוטמאן, מיטן נאמען 'רבי דוב מליאובה: חייו, אישיותו ותורתו' - טראצדעם וואס ער פארגלייכט ר' בערניו צו ר' נחמן ברסלבער און צום חוזה מלובלין, מיט נאך פילע גוזמאות און הגזמות, איז ער פארט גאנץ אמת'דיג און פראבירט נישט צו באהאלטן זאכן. איך האב אויך גענומען זאכן פון בית רוז'ין, אויסער דעם האב איך גענומען א שמעק פון דא און א שמעק פון דארט, פון פארשידענע אנדערע פלעצער.
עס דארף באמערקט ווערן, אז עס איז פאראן ווייניג קלארע מקורות. דער אמת וואס דארט איז געווען ווייסן מיר מסתמא יעצט אויך נישט, אפילו פון די מקורות וואס זענען פאראן, איז דא דערין אזויפיל סתירות איינע צום צווייטן אז מען ווייסט שוין נישט וואס צו גלויבן, לדוגמא, א שרייבער מיטן נאמען יאסל דיק, וואס איז אנגעבליך געווען א נאנטער פריינד מיט ר' בערניו, שרייבט אז זיין ווייב שיינדל איז געווען א מיסע פרוי און ר' בערניו האט דאס נישט אויסגעהאלטן, לויט זיינע ווערטער האט ער שוין געהערט דערפון ווען ער איז געווען א חתן. למעשה שרייבן רוב שרייבער פארקערט, אפגערעדט פונעם פאקט אז דער זעלבער יאסל דיק שרייבט פיל אנדערע שטותים וואס שטימען נישט מיט די מציאות. דאס זעלבע איז מיט ר' בערניו זעלבסט, בשעת עס זענען פאראן וואס מאכן אים פאר א טיפער דענקער און טראכטער, די געלונגענסטער פון די רוזשענער קינדער, מאכן אים אנדערע פאר אן אומגעלונגענער שטיקל וואס איז בטעות אריינגעפאלן אין א רבי'שע משפחה. אויב איינער שרייבט אז ער איז געווען א תלמיד-חכם, שרייבן אנדערע אז ער איז געווען אן עם-הארץ. איינער שרייבט אז ער האט פיינט געהאט זיין ווייב, צוליב דעם וואס ער האט זיך געדרייט ביים פריץ אין שטוב און האט געווארפן אויגן אויפן טאכטער פון פריץ און אנגעקניפט אינטימישע באציאונגען מיט איר, קומט דער אנדערער און שרייבט פונקט פארקערט, אז שיינדל האט מזנה געווען מיט זיין גבאי... גראדע שרייבט אזוי אויך משה אורנשטיין, אז ר' בערניו האט אים געזאגט אז זי איז שטענדיג מזנה מיטן גבאי. בקיצור, אין די מעשה איז פאראן א געוואלד מיט ווערסיעס, איך האב סך-הכל פראבירט צו מאכן די בעסטע פון וואס עס איז דא.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:34 pm
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן:איך האב אויך אסאך גענאשט פון די באשרייבונג פון יצחק רפאל, א בריוו וואס א סאדיגורער חסיד האט געשריבן צו ניסן באק קיין ירושלים, דארט ווערט געברענגט אלעס וואס עס האט זיך אפגעטאן אין הויף, הגם עס איז אויך פיל מיט דמיונות און שקרים.
דו מיינסט פונעם ספר 'חסידים וחסידות'?
----
וואס איז מיט יהושע ראקער'ס ספר 'דער סאנזער צדיק'? ס'האט נישט קיין שום היסטארישע ווערט?
און וואס איז מיט יצחק אבן'ס ספר 'אין רבי'נס הויף'? און זיין אנדערע קונטרס 'מחלקת סנז וסדיגורה'? [כ'האב ביידע]. לדעתי האט ער מער נאמנות, זייענדיג אליינס א חסיד פון צאנזער חדר [-ראזוואדאוו], ווערנדיג א חסיד פון סאדיגורא, און ענדיגענדיג אלס משכיל. נישט אזוי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:44 pm
דורך חקרן
די אויבנדערמאנטע ווערק וואס איר ברענגט, קאנצערטרירט זיך בעיקר אויף די מחלוקת גופא, אבער נישט איבער דאס לעבן פון דעם לעווער זעלבסט. איך האב טאקע עטוואס גענאשט פון דארט, אבער נישט בעיקר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:לית דין,
היות דו ביסט דאך א באבובער האסטו אויך אן אגענדע, מיר איז אלעמאל אינטרעסאנט ווי די וואס פארופען זיך אלץ ממשיכי צאנז זיכען אלץ צו בארעדן ריזין נאך היינט כאטשיג זיי שטייען היינט קיינעם נישט אין וועג און בוהוש ברענגט שוין נישט היינט אריין עפעס מער מאדערנקייט אינעם כלל מער ווי באבוב
און אז מרעדט שוין...
דער בוהושער רבי שליט"א, איז א קנאי'שער טיפ, א פלאמפייערדיג איד, וואס דערמאנט ממש אינעם צאנזער חדר.
און פון די אנדערע זייט, איז 'משום מה' דא 'עפעס א חסידות', וואס דערמאנט מיר די מערסטע פון די רוזשינע אויסגעפוצטקייט. ווער קען 'געסן' פון וועלכע חסידות איך רעד?... [רמז: איך בין שטאלץ...].
אדנירם: דער רמז איז בפירוש...וואס א יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט וואס און וועם מ'מיינט. נאר אפילו אויף דעם ענין איז דא סיבות וטעמים. און מ'דארף קוקן מיט א ברייטערן קוק. און פונקט אזוי ווי די קאנטראווערסיעס וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין און ארום בית רוזשין/סאדיגורא איז דא אויך פאראן הסברים אויף די אלע קשיות וואס געוויסע חסידות'ן אדער קהילות (ווי זיי האבן ליעב זיך צו רופן) האבן און ווארפן עס פאר זיי אין פנים אריין...!
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:04 am
דורך berlbalaguleh
חקרן: ייש"כ פאר ברענגען די מעשה. איך האב איין לימוד פון די גאנצע געשיכטע. אז די ספוילד רעבישע קינדער פון אמאל זענען געווען די זעלבע ווי היינט. און ס'איז געווען לאוו סטאריס און אנדערע סקאנדאלן וואס מ'האט אייביג געטרייט צו לייגן דערויף א ספין אז דאס איז הייליגע זאכן, הויכע עניינים וואס אונז פראסטע מענטשן פארשטייען נישט. ואין להרהר אחריהם. די גאנצע חילוק איז אז היינטיגע צייטן מיט די (טמא'נע) אינטערנעט קענמען שוין נישט פארקויפן קיין לאקשן פאר'ן עולם...!
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:08 am
דורך חקרן
וואס איז טייטשט לאוו סטאריס? - אז דער לעווער האט געהאט שלום בית פראבלעמען? דאס קענסטו זען ביי אסאך רבי'ס...
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:11 am
דורך diff
אהא, יעצט מוזטו מודה זיין אז ס'געווען הסברים
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:12 am
דורך חקרן
דיף, כ'אב נישט פארשטאנען...
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:14 am
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן:וואס איז טייטשט לאוו סטאריס? - אז דער לעווער האט געהאט שלום בית פראבלעמען? דאס קענסטו זען ביי אסאך רבי'ס...
ס'איז א טעות הדפום.
צריך לומר 'לעווער' סטאריס נישט 'לאווער' סטאריס...
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:23 am
דורך diff
חקרן האט געשריבן:דיף, כ'אב נישט פארשטאנען...
נאך שימפן הונדערט יאר איז דער בעלעגלה ועוד, מודה אז ס'דא הסברים
אגב, וואס די בעלעגלות פלעגען דאן אפטוהן ווייס מען אן אונטערנעט
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 11:52 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 2:30 pm
דורך טאמבל סאס
וואו איז שוין א בילד פון דער לעווער'ס ווייב?
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:וואו איז שוין א בילד פון דער לעווער'ס ווייב?
ווער ווייסט צו איז זע נישט מגולגל געווארן און דיין אשת חיל...
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
דובר משרים האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:וואו איז שוין א בילד פון דער לעווער'ס ווייב?
ווער ווייסט צו איז זע נישט מגולגל געווארן און דיין אשת חיל...
גיי ווייס.
בין כך ובין כך קען מען זאגן אז ס'איז דיין ווייב:
איז זי שיין, איז דאס איר, איז זי מיאוס, איז דאס ווייטער איר.
איז זי קלוג, איז דאס איר, איז זי נאריש, איז דאס ווייטער איר.
האסטו שלום בית איז דאס איר, האסטו נישט - ווייטער איר.
איין וועג קענסטו געוואור ווערן דעם אמת, אויב זי איז גאר פרום און דו ביזט אויפגעקלערט, דעמאלס כולי האי ואולי... אבער דאס מיינט אויך אז דו האסט א ניצוץ הקדוש פונעם לעווער...
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 3:27 pm
דורך שבת אחים
טאמבל סאס האט געשריבן:וואו איז שוין א בילד פון דער לעווער'ס ווייב?
אפשר אין מאחורי , כ׳גלייב אז דו האסט א כרטיס כניסה
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 8:07 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
געזעהן שבת אין די בלעטל דברי תורה א אינטערסאנטער שטיקל איבער דער לעווע
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:חקרן האט געשריבן:דיף, כ'אב נישט פארשטאנען...
נאך שימפן הונדערט יאר איז דער בעלעגלה ועוד, מודה אז ס'דא הסברים
אגב, וואס די בעלעגלות פלעגען דאן אפטוהן ווייס מען אן אונטערנעט
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
דיףף: ביסט א רעביש אייניקל, און דו פילסט דיך געטראפן...? ס'דא בעלי עגלות (באלעגאלעס) וועלכע פאקן איין די רעבעס סיי אין יראת שמים און סיי אין וויסנשאפט...
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:געזעהן שבת אין די בלעטל דברי תורה א אינטערסאנטער שטיקל איבער דער לעווע
התם ומתמם עם תמימים" וואס האמיר פון די אלע מעשיות...? דו זעהסט דאך וואס ס'איז געווארן פונ'ם ליעווער...!
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:געזעהן שבת אין די בלעטל דברי תורה א אינטערסאנטער שטיקל איבער דער לעווע
התם ומתמם עם תמימים" וואס האמיר פון די אלע מעשיות...? דו זעהסט דאך וואס ס'איז געווארן פונ'ם ליעווער...!
ער וויל נאר ווייזען ווי גרויס ער איז געווען קודם. א מוסר השכל!