יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
ביסט דאך סתם א שלעכטער. מאכסט חוזק פון מיין אפגאט און לאזט מיר נישט אוועקגיין? יעצט בין איך סתם דיפרעסד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מיר האבן שוין כמעט א גאנצע מנין פון ציונים.... מען קען שוין באלד זאגן הלל מיט מנין....... מאשזר וועט זיין דער חזן....... קללה וועט זיגען אויף הללו הוה נגילה...... און מאטי (אויב ער האט זיך נאך נישט פורש געווען ממינות ומ.... ) ןןעט זונגען אויף פתחי לי שערי צדק ירושלים של זהב פון עפרה חזה...... דער נאך וועט מען זונגען דעם הייליגען התקוה.. נישט סתם אזוי זינגען, נאר מיט אזא סקווירא התלהבות ווי אונזער מנשה לוסטיג זאל לעבן..... דערנאך וועט מען זיך שטעלן ביים פענסטער און ווארטן אז פון די התחלתא דגואלה זאל שוין קומען א פולשטענדיגער גאולה, און וראו כל עמי הארץ אז אלע צדיקים וואס האבן געדינט דעם אייבישטען מיט מס''נ זענען נישט גערעכט, אבער די קדושים ווי הערצל, נארדו, סעקעלאוו, זאבאטינסקי, קוק, מאשזר, אלי וויזעל, מאטי, בעגין און קללה האבן געהא אפענע אויגן, זיי זענען געווען ארויס פון די באקס... זיי האבן תיכף געכאפט... אז יא אז דער קינדער שמד'ער מדינה איז די התחלתא דגאו....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מאטי האט געשריבן:ביסט דאך סתם א שלעכטער. מאכסט חוזק פון מיין אפגאט און לאזט מיר נישט אוועקגיין? יעצט בין איך סתם דיפרעסד.
זאג די ווילסט שוין גיין פון דער וועלט? תורת הציונות מה תהא עליה? ווער וועט ווייטער פארטיידיגען דיין אלטער פערד בן גוריון? פאר ציונות סעיק.... טייל דיך נישט אפ פון מינות בלייב לעבן.... אזוי וועט ווייטער זין אן המשכה אויף די הייליגער לערע פון זאבאטאבסקי ובעגין....
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
צו איז פארהאן די מעגליכקייט פאר אן אמאליגן סאטמאר-לשעבר זיך צו פרייען און חג עצמאות בלויז מיט די ניסים וואס הקב"ה האט געטון פאר זיין פאלק אנדעם וואס ער זאל טראכטן פון סאטמאר?
און אנדערע ווערטער צו די שמחה קען זיין בשלמות אן די אמאליגע נעגאטיוועטי
אדער צו איז עס אן ענדליכע שמחה (אויף א מיקראסאקאפישן אופן פארשטייט זיך) וואס א האלאקאוסט געראטעוועטער האט בזה היום?
אדער ווי מיר טרעפן אין עזרא
ורבים מהכוהנים והלויים וראשי האבות הזקנים, אשר ראו את-הבית הראשון ביוסדו--זה הבית בעיניהם, בוכים בקול גדול; ורבים בתרועה בשמחה, להרים קול. יג ואין העם, מכירים קול תרועת השמחה, לקול, בכי העם: כי העם, מריעים תרועה גדולה, והקול נשמע, עד-למרחוק

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חסידי לאומי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
- האט שוין געלייקט: 111 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
קאך_לעפל האט געשריבן:מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......
איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....
יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.
נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........
לאמיר דיר אויפקלערן אביסל.
קיינער דא איז נישט קיין ציוני. די חילוק צווישן די סאטמארע אין די גאנצע וועלט איז אז אין סאטמאר לערנט מען פין ווען מאיז קליין אז אידישקייט שטייט אויף די רביס טרעין (וואס די ציונים האבן ערלעדיגט) אין ציוני פוי. אין דעס פרעדיגט מען טאג אין נאכט ווען סאיז בכלל נישט נוגע.
איך האב א חבר וואס דאווענט נישט ווי גרויס די יאהר. זיין תפילין איז שוין געלעגן ביי מיר אין קאר פאר אפאר וואכן, אבער יעדעס מאל איך רעדט צי איהם פין ציונות גייט קולות.
חברה דא קענען רעדן אין בארעדן אלעס אבער ווען עס קימט צי ציונות שטערט עס זיי?
אין אנדערע פלעצער לייגט מען די פאקוס אויף זאכן וואס קען אביסל מער צוניץ קימען אין זענען וויכטיגער צו לייגן א דגוש אויף. אין יא ווען מקען נעמן געלט וועט מען נעמען וויפיל סגייט פינקט ווי אמעריקע. אויב דורכן אריינגיין אין כנסת וועט מען אויפטיהן וועט די רבי מיט אלע חסידים לויפן וואוטן פינקט ווי אמעריקע.
בד"ו ווען סקימט צי נעמן געלט פאר זיך קימען די סאטמארע צי לויפן אויף אלע פיהר. קען מיר איינער מסביר זיין די חילוק צו נעמן פאר אינדערהיים אדער פאר די מוסדות? ווייל פאר די מוסדות האסטי נדבנים? #היפעקריטס
איז לאמיר הערן נאכאמאל ווער זענען די שוטים?
האלטסט ענק שטארק אין גייט ווייטער מיטן קאפ אין וואנט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מרדכי האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......
איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....
יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.
נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........
לאמיר דיר אויפקלערן אביסל.
טוה מיר א גענאדע און לאמיך פלאטשיק שכוח.... עס איז מיר גוט אזוי.....
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואו זענען די אלע סאטמארע אידן 'וואס לעבן' נאר אויף זייער אנטי ציוניזם?
און פון וואו קומען אפיר די אלע גלויביגע אין אן אידעאלאגיע וואס איז 'שוין טויט פופציג יאר'?
1 נישטא אזא מציאות, דאס איז בלויז א חוזק קארטאן וואס די וואנע בי ציונים האבן באשאפן, אין ריאלעטעט איז נישט בנמצא אזא מציאות.....
2 נישט ווייל זיי זענן ציונים זענען זיי שוטים. נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים. אלזא ווי קומט דא אריין די ווארט אידילאגיע? טיפשות מיט אידילאגיע איז קיינמאל נישט געווען קיין שידוך.....
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
חסידי לאומי האט געשריבן:צו איז פארהאן די מעגליכקייט פאר אן אמאליגן סאטמאר-לשעבר זיך צו פרייען און חג עצמאות בלויז מיט די ניסים וואס הקב"ה האט געטון פאר זיין פאלק אנדעם וואס ער אל טראכטן פון סאטמאר?
און אנדערע ווערטער צו די שמחה קען זיין בשלמות אן די אמאליגע נעגאטיוועטי
אדער צו איז עס אן ענדליכע שמחה (אויף א מיקראסאקאפישן אופן פארשטייט זיך) וואס א האלאקאוסט געראטעוועטער האט בזה היום?
אדער ווי מיר טרעפו אין עזרא
ורבים מהכוהנים והלויים וראשי האבות הזקנים, אשר ראו את-הבית הראשון ביוסדו--זה הבית בעיניהם, בוכים בקול גדול; ורבים בתרועה בשמחה, להרים קול. יג ואין העם, מכירים קול תרועת השמחה, לקול, בכי העם: כי העם, מריעים תרועה גדולה, והקול נשמע, עד-למרחוק
האסט בארירט אן אינטערסאנטע נקודה. איך געדענק אין ישיבה האט עימיצער געזאגט; "ווען ווייס איך אז מ'איז אדיקטעד צו רייכערן, ווען בשעתן רייכערן שמועסט פון אנדערע טעזע'ס.
ווילאנג מ'איז חוגג און מ'שפירט א געוויסע נקמה/חופשית, אזא להכעיס צום יוגנט אויפברענג, זאגט דאס אן אז די קייטן זענען נאכנישט גענצליך באפרייט. ווען מ'הייבט אן שעצן קעגנער אדער אפילו מענטשן וואס האבן דיך ב'עוול'ט און אזוי איז מען חוגג דאן האט דאס א משמעות " עיין בחתמתי"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יעדע פסח ביינאכט זענען מיר מצווה מיט והגדת לבנך, פארציילן דעם סיפור יציאת מצרים.
כאטש די מעשה קוקט אויס פון אויבן אויף אביסל באארינג, יעדער קען עס שוין, מיט די שיינע מדרשים, עכ"ז איז פאראן א חיוב, כדי דאדורך אריינצוברענגען די אמונה אין די קינדער.
אבער יעדע ה' אייר (און כל עת מצוא) נאכאמאל איבערקייען און איבערדרעשן די זעלבע נושא, סאטאמר נטורי קרתא בעק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אראבער מזרחי ציוני יא גוט נישט גוט שגץ צדיק ווייסט נישט וואס דו רעדסט OH NO דו ווייסט נישט....
זאג, וואס ווילסטו דא? ס'איז נישט קיין חיוב דאורייתא. נישט פאר דער איד און בלאט, און זיכער נישט אויף קאווע שטיבל. וויפיל מאל קען מען הערן די זעלבע אויסגעדראשענע נושאים??
קיינער האט דערווייל נישט געטוישט מיינונגען דורך די טענה'ריי, און עס איז נישט אין פלאן אז איינער זאל זיך אמאל טוישן.
עס איז סתם יעדער גרעבצט ארויס וואס ער האט אין בויך.
אודאי מעג מען שמועסן פון אלס און אלעמען, ס'איז נישט אקעגן די תקנות, דא איז נישט אייוועלט, ווי אויך האט יעדער א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, אבער רבותי, ס'שוין נמאס, לאזט שוין אפ די טעמע!
פאר א גוט יאר, מיר האבן געלונגענע חברים מיט אזויפיל טאלאנטן, און מען ענדיגט נישט מעלה גרה זיין די זעלבע קריגעריי 101 מאל.
וואס קען זיין א גוטע טאפיק צו שמועסן נעקסט? אפשר וואו זענען דא שיינע ביימער פאר ברכת אילנות?

וירח ה' את ריח הניחוח
מאטי האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:בין איך געקומען צום החלטה, אז ס'מוז זיין אז די סיבה איז ווייל:
וזרעו מבקש לחם - נאר פון דעם האט סאטמאר א כח הישרדות. נאר צוליב דעם מדינה הטמאה. נאר וויבאלד דער באשעפער האט נאך איבערגעלאזט ברוב רחמיו וחסדיו אפאר ציונים אויפן וועלט, קען סאטמאר נאך האבן א תירוץ פארוואס צו האבן א קיום. שטעלטס ענק פאר משיח קומט מארגן. וויזשניץ גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'שבת קודש'. גור גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'קדושה'. באבוב גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'נגינה'... חב"ד גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'חסידות'. און אזוי מיט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס קענען זיך באהאלטן אונטערן גרויסן פארטוך וואס רופט זיך תורת החסידות [איין גאט ווייסט וואס דאס באדייט...].
צו דארפן בוחר זיין רע במיעטו איז סאטמאר פון די ליבעראלסטע קלאבס פאר חסידים זיך צו צושטעלן צו קאפריזן און מוח וואשערייען, א גרויס חלק סאטמאר איז שוין בעצם בכלל נישט פארנומען מיט קנאות בעת אין די אנדערע קלאבס פייניגט מען די אינטערטאנען צו גלייבן אז איר פירער פליעט אין הויעכע ספערן.
די אלע דינאמיקס וואס דו האסט ארויסגעהויבן ביי א יעדן איז לגמרי נישט דאס וואס קלעבט צוזאם די פארטיי, איגנארענץ, פונדאמענטאליזם געמישט מיט אביסעלע סאציאלאגיע און רעסיפראציטיע, איז וואס האלט צוזאמען דעם מאדנעם קלעבאכץ וואס רופט זיך "א חסידישע הויף", און מיט דעם זענען זיי אלע מער ווייניגער גלייך, און סאטמאר איז בעצם אויבן אויף די ליסטע וואס פארלאנגט די ווייניגסטע.
איך האלט פונקט ווי דיר מיט יעדן איינציגסטן ווארט!
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די וויזשניצע מיט אלע אנדערע זענען נישט נעראו מיינדעט אפגעריסענע וואס נוצן נאר דעם 'שבת קודש' אלס בארעכטיגונג פאר זייער חסידות. אבער למעשה אין פאקט, גייט די בעלאוני נישט באנקראט, ווייל זיי בעיסן זייער אגענדע אויף עפעס וואס איז א בר קיימא. און דאס זעלבע מיט די אנדערע חסידות'ן הנ"ל.
אבער סאטמאר - טאקע די אויפגעקלערסטע חסידות [און א גרויסע חלק אין דעם האט געהאט סאטמארער רב, וואס איז געווען גאר שפיציג אין געוויסע נושאים, ואכמ"ל] - איז פארט א חסידות מבוסס אויף עפעס וואס האט נישט קיין המשכה. מ'פרעדיגט קנאות אן קיין חשבון, ווען ס'דארף זיין עפעס מער פון דעם וואס איז א בר קיימא. כלומר, לו יצויר ס'איז קיין מדינה ורעיון הציוני נישט פארהאנען, דארף מען פארקויפן אנדערע לאקשן אזויווי די אנדערע חצרות. וק"ל.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
מ'האט געפרעגט צוויי אינגלעך, א סאטמאר און א מזרח'ניק די פאלגענדע שאלות.
ווער איז אויפגעקומען מיט דעם חלום צו מאכן א מדינה?
סאטמאר אינגל: הערצל.
מזרחי אינגל : הקב"ה.
ווער האט אנגעפירט די מלחמת השיחרור און איר געווינען?
ס. א. בן גוריון
מ. א. הקב"ה
וועם דארף מען פארדאנקן פאר אלע שלעכטע זאכן וואס די מדינה האט געברענגט?
ס. א. די ציונים.
מ. א. אלעס קומט פון אויבן
וועם דארף מען דאנקן אויף אלע גוטס וואס די מדינה האט געברענגט?
ס. א. אלעס קומט פון אויבן.
מ. א. אלעס קומט פון אויבן.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
קאך_לעפל האט געשריבן:מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......
איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....
יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.
נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........
תשובה: משום מה זעסטו ווי יעדער דערקלערט זיך פאר א ציוני. סארי, כ'האב מיט ציונות גארנישט איינגעשטויסן, כ'קען שרייבן גאנצעטע אשכולות צו צוקנאקן דעם רעיון הציוני. מיין מאמר איז נישט מער פון סאטירע אויב דו פארשטייסט דעם באדייט. א צינישע וועג ארויסצוברענגען א וועליד פוינט. און דאס איז, אז 'סוויטש די סאבדזשעקט'! גענוג צו האקן קאפ אין וואנט בנוגע איין שטות והבל. און סארי, אבער איינער וואס האלט ווי רוב רובם של גדולי ישראל ווערט נישט קיין אפיקורס, גלייבט נאכנישט אין ז'בוטינסקי און הרצל, און מוז ניטאמאל זיין ארויס פונעם באקס.
און נאך עפעס: דיין שפראך דערמאנט מיר אין עפעס... אה כ'האמיך דערמאנט: אין א סאטמארער!
קאך_לעפל האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:און איך האב געהערט אז ער האט נישט תיכף אנגעהויבען יתגדל ויתקדש.... נאר קודם ארויסגענומען ס'טאשטיכל, געגעבן א בלאז, און דאן אנגעהויבן יתגדל....
אזוי? קיינמאהל נישט געהערט?! די מיינסט דאס אמת'דיג? וואס פאר א קאליר האט דער טאש טיכל געהאט? אזא רויטליכע מיט קעסטליך? אדער אזא בלוי-און ווייסע? אה? זאג צדיק וואס נאך האסטו אלס געהערט? האסט אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס? זאג נאר מאטי זאג אונז אלעס וואס די האסט אלס געהערט? און אויב קענסטו נאך אויפקומען מיט א בא'טעמ'ערע לייצנות אויפן חשבן פון הייליגען נסודער רב זי''ע שיק עס זאפארק פאר מאשזר'ען מיט קללה אויף משלוח מנות...
תשובה: כנ"ל, קיינער דא גלייבט נישט אין בן גוריון, און פון האלטן אז סאטמארער רב האט גערעדט שטותים בנוגע זיין שטיה הקדושה, מאכט נאכנישט דעם מענטש פאר א ציוני. ס'מאכט אים א גלויביגער אין רוב גדולי ישראל.
און דיין שפראך, געבט נישט צו קיין כבוד צו סאטמאר. ס'געט אודאי נישט צו קיין כבוד אין ק"ש, אין אייוועלט קענסטו גרעפצן הויעך אויפן קול און דער עולם וועט מיט פארגלייזטע אויגן ענפערן "אמן". דא, נישט.
קאך_לעפל האט געשריבן:מיר האבן שוין כמעט א גאנצע מנין פון ציונים.... מען קען שוין באלד זאגן הלל מיט מנין....... מאשזר וועט זיין דער חזן....... קללה וועט זיגען אויף הללו הוה נגילה...... און מאטי (אויב ער האט זיך נאך נישט פורש געווען ממינות ומ.... ) ןןעט זונגען אויף פתחי לי שערי צדק ירושלים של זהב פון עפרה חזה...... דער נאך וועט מען זונגען דעם הייליגען התקוה.. נישט סתם אזוי זינגען, נאר מיט אזא סקווירא התלהבות ווי אונזער מנשה לוסטיג זאל לעבן..... דערנאך וועט מען זיך שטעלן ביים פענסטער און ווארטן אז פון די התחלתא דגואלה זאל שוין קומען א פולשטענדיגער גאולה, און וראו כל עמי הארץ אז אלע צדיקים וואס האבן געדינט דעם אייבישטען מיט מס''נ זענען נישט גערעכט, אבער די קדושים ווי הערצל, נארדו, סעקעלאוו, זאבאטינסקי, קוק, מאשזר, אלי וויזעל, מאטי, בעגין און קללה האבן געהא אפענע אויגן, זיי זענען געווען ארויס פון די באקס... זיי האבן תיכף געכאפט... אז יא אז דער קינדער שמד'ער מדינה איז די התחלתא דגאו....
תשובה: דו קענסט שוין מאכן א מנין פון דיינע תגובות נאר צו באשמוצן אנדערע פערזענליך. כדרכם בקודש של הני ווילאי טיפשאי וואס ווען זיי בלייבן סטאק הייבן זיי אן צו שרייען 'אפיקורס', אבער דאס גייט דיך נישט מאכן גערעכט, דאס גייט מאכן מער מענטשן האלטן אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן חוץ פון א טוץ קללות. און נאך א נקודה: דיין סענס אף יומער איז אויסטערליש. דו זאלסט קאמפיטן מיט די טייערע ווערטלעך פון ימ"ס המכונה פיליפ-פלאפער, וואס מאכט אויך זיסע ווערטלעך אין די צייטונג.
און יא, ווען ס'וועט קומען דער פולשטענדיגער גאולה, וועט מען זען אז דער צדיק ר' יואלי'ש איז אפשר נישט געווען גערעכט, אבער דער בעלזער צדיק, וויזניצער צדיק, סקווערער צדיק, סלאנימער צדיק, גערע צדיקים, באיאנער צדיק, הוסיאטינער צדיק, און די צדיקים וואס זענען געווען ראשי ישיבות ומנהיגי הדת פון ר' זלמן סורוצקין, ביז הרב כהנמן, פון ר' יחזקאל סרנא, ביז ר' יחזקאל לווינשטיין, און גדולי הפוסקים ווי דער טשעבינער רב וכו' וכו' וכו' - זיי זענען יא געווען גערעכט.
פון רעדן קליינקעפיג ווערט מען נישט 'אין די באקס' - ווי שטארק דו ווילסט זיין אין די באקס...
קאך_לעפל האט געשריבן:מרדכי האט געשריבן:לאמיר דיר אויפקלערן אביסל.
טוה מיר א גענאדע און לאמיך פלאטשיק
דאס ערשטע זאך מיט וואס איך בין איינשטימיג מיט דיר.
הצלחה רבה!
און רעד מיט מער רעספעקט - וועט מען דיר אויך רעספעקטירן.
שמעקעדיג האט געשריבן:יעדע פסח ביינאכט זענען מיר מצווה מיט והגדת לבנך, פארציילן דעם סיפור יציאת מצרים.
כאטש די מעשה קוקט אויס פון אויבן אויף אביסל באארינג, יעדער קען עס שוין, מיט די שיינע מדרשים, עכ"ז איז פאראן א חיוב, כדי דאדורך אריינצוברענגען די אמונה אין די קינדער.
אבער יעדע ה' אייר (און כל עת מצוא) נאכאמאל איבערקייען און איבערדרעשן די זעלבע נושא, סאטאמר נטורי קרתא בעק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אראבער מזרחי ציוני יא גוט נישט גוט שגץ צדיק ווייסט נישט וואס דו רעדסט OH NO דו ווייסט נישט....
זאג, וואס ווילסטו דא? ס'איז נישט קיין חיוב דאורייתא. נישט פאר דער איד און בלאט, און זיכער נישט אויף קאווע שטיבל. וויפיל מאל קען מען הערן די זעלבע אויסגעדראשענע נושאים??
קיינער האט דערווייל נישט געטוישט מיינונגען דורך די טענה'ריי, און עס איז נישט אין פלאן אז איינער זאל זיך אמאל טוישן.
עס איז סתם יעדער גרעבצט ארויס וואס ער האט אין בויך.
אודאי מעג מען שמועסן פון אלס און אלעמען, ס'איז נישט אקעגן די תקנות, דא איז נישט אייוועלט, ווי אויך האט יעדער א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, אבער רבותי, ס'שוין נמאס, לאזט שוין אפ די טעמע!
פאר א גוט יאר, מיר האבן געלונגענע חברים מיט אזויפיל טאלאנטן, און מען ענדיגט נישט מעלה גרה זיין די זעלבע קריגעריי 101 מאל.
וואס קען זיין א גוטע טאפיק צו שמועסן נעקסט? אפשר וואו זענען דא שיינע ביימער פאר ברכת אילנות?
ביז גערעכט, און לא לזה התכוונתי.
דער ווילדער קאך לעפל האט טאקע באוויזן צו פארדרייען דעם שמועס כאילו מען דינגט זיך דא צו סאטמארע רב'ס שיטה איז ריכטיג אדער נישט, אבער מיין נקודה איז געווען אינגאנצן עפעס אנדערש. אז אפגעזען ווער ס'איז גערעכט בשיטה, איז אבער גענוג שוין מיטן האקן א גאנצן טאג קעגן דעם מדינה הציוני, און רעדן פון די צדיקים שלא כרעו לבעל. גענוג! ס'איז נישט מעלה און נישט מוריד בזמנינו, און אזויווי דו האסט גוט ארויסגעברענגט איז דאס אזוי אויסגעדראשן אז ס'שוין נישטא פארוואס און פארוועם צו פירן מערכות. איז פארוואס'זשע הערן די פיליפינען נישט אויף צו האקן א טשייניק איבער איין נושא, כאילו סאטמארע רב האט עפעס בעסער'ס נישט געהאט אין זיין לעקסיקאן.
דאס איז די פאנטש ליין, און ס'איז נוגע פאר סאטמארע, און בעלי שיטה הקדושה פונקט ווי פאר אנדערע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
- האט שוין געלייקט: 111 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
@קאך_לעפל @שש מוזר
אופס
גארנישט געמיינט. פרובירט צי פארשטיין געבן א פאונט
סאררי
אופס
גארנישט געמיינט. פרובירט צי פארשטיין געבן א פאונט
סאררי
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
נישט אז דו ביסט נישט גערעכט אין אסאך זאכען, נאר זאגען אז ס'איז נישט נוגע איז נישט אין גאנצען אין פלאץ. אפשר נאר ווייל ס'איז דא א סאטמאר אין דער וועלט איז געבליבען ביי פרומע אידען א געפיל פון פרעמדקייט פאר'ן מדינה. ביסט גערעכט אז 'דער מדינה' איז נישט קיין כפירה (וויאזוי וואלט עס יא געווען?) און גדולי ישראל האבען שטארק געהאלטען אז מ'דארף יא גייען אין בחירות וכדו', אבער מאכען כאילו דער סאטמארער שיטה איז אפגעפרעגט פונ'ם מציאות איז נישט אזוי אין פלאץ. ס'איז אפגעפרעגט פון תורה, וואס רוב זיין ראיות זענען נישט צו דער זאך, און ער בארימט זיך אלס 'אויפגעוויזען' זאכען וואס דער מקור איז גאר שוואך.
און דער מעשה מיט'ן נאסוידער רב איז טאקע צום לאכען. וואס עפעס דארף איך גלויבען אז ער ווייסט עפעס בעסער ווי דער סאטמארער רעבע? ער האט א שטערקערע תשובה ספר ווי דברי יואל וואס דארט זעט מען אמת'ער גדלות? ווייל ער איז א העלד ביים קנאיש'ע לאגער מיינט נישט אז ער איז עפעס צו ברענגען צום טיש.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
מרדכי האט געשריבן:@קאך_לעפל @שש מוזר
אופס
גארנישט געמיינט. פרובירט צי פארשטיין געבן א פאונט
סאררי
פארקערט, [tag]מרדכי[/tag] הצדיק, איך האב אין מיין לאנגן תגובה viewtopic.php?p=269107#p269107 פשוט געוואלט ארויסברענגען צום קאך לעפל, וואס דו האסט געשריבן אזוי קלאר און וואר דא viewtopic.php?p=269039#p269039.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט אז דו ביסט נישט גערעכט אין אסאך זאכען, נאר זאגען אז ס'איז נישט נוגע איז נישט אין גאנצען אין פלאץ. אפשר נאר ווייל ס'איז דא א סאטמאר אין דער וועלט איז געבליבען ביי פרומע אידען א געפיל פון פרעמדקייט פאר'ן מדינה. ביסט גערעכט אז 'דער מדינה' איז נישט קיין כפירה (וויאזוי וואלט עס יא געווען?) און גדולי ישראל האבען שטארק געהאלטען אז מ'דארף יא גייען אין בחירות וכדו', אבער מאכען כאילו דער סאטמארער שיטה איז אפגעפרעגט פונ'ם מציאות איז נישט אזוי אין פלאץ. ס'איז אפגעפרעגט פון תורה, וואס רוב זיין ראיות זענען נישט צו דער זאך, און ער בארימט זיך אלס 'אויפגעוויזען' זאכען וואס דער מקור איז גאר שוואך.
איך זאג, אז אפילו לו יהא כדבריך, נניח אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, 'גראו אפ'! גענוג צו רעדן פון א נושא וואס איז שוין נישט על השלחן און איז שוין נישט מעלה און נישט מוריד.
היינט צו טאגס דארף מען שוין נישט האקן קנאות לכולא עלמא, דער עולם איז סייווי פארפרעמדעט בשיטה ובמציאות פונעם רעיון הציוני, און ווער נישט וועט אים סאטמארע תורות נישט טוישן.
אפשר זאל איך ווערן א 'רבי סעדיה גאון'ניק', און זיך נעמען האקן אויף די קראים?! איי ס'שוין נישטא קיין קראים, און עכ"פ זיי האבן שוין נישט קיין השפעה אויף מיר? אבער למאי נפ"מ, ווען נישט דער רס"ג וואלטן זיי געהאט א שטערקערע השפעה אויף כלל ישראל!
ס'איז שוין נישט נוגע היינט צו טאגס, סאו מאוו אן טו די נעקסט פראדזשעקט פליז!