בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:41 am
דורך יאיר
הוגה האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף
מור'ס געזעץ א.ד.ג.
לעיקוואד רעדט מסתמא פון קורצווייל וכת דיליה. חוץ מזה עקספערטן זאגן אז מורס געזעץ וועט בקרוב עקספייערן.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:44 am
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף
מור'ס געזעץ א.ד.ג.
לעיקוואד רעדט מסתמא פון קורצווייל וכת דיליה. חוץ מזה עקספערטן זאגן אז מורס געזעץ וועט בקרוב עקספייערן.
זענען די עקספערטן אפשר די וואס האלטן נישט פון AI?
למעשה מור'ס געזעץ האט זיך אביסל פארשטייטערט אין די לעצטע צוואנציג יאר. אבער עס מיינט נישט אז מקען נישט פרעדיקטן וואס מ'וועט קענען טון. עס מיינט אז מ'קען נישט פרעדיקטן ווען מען וועט עס קענען טון.
.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:50 am
דורך יאיר
ניין, דאס זענעם עקספערטן פון גאנץ אנדערע תחומים אין מדעי מחשב. עיין לדוגמא פה
http://www.seattletimes.com/business/the-prophet/בכלל דארף מען וויסן אז מור'ס געזעץ איז נישט א אמתע חוק במובן המדעי. סאיז א געוויסע קורץ טערמיניגע אנאליז.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:01 am
דורך סדרן
כפירה אין דעם פארום איז נישט ערלויבט. דעריבער, איז עס דער אחריות פון יעדן שרייבער צו שרייבן זיינע תגובות מיט א קלארקייט, אז זיינע ווערטער זאלן נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי כפירה און זאלן זיך נישט הערן ווי א משתמע לתרי אנפי פאר'ן פשוטן ליינער.
דער ארטיקל איז געווען אומקלאר געשריבן, און איז דעריבער באזייטיגט געווארן צו שבת אחים, ביז דער מחבר האט זיך אויסגעקלארט.
שבת אחים איז קיין שטראף בלויז א געלעגנהייט פאר דעם שרייבער קלארצושטעלן זיין אריגינעלע כונה. מיט אנטשולדיגונג פאר סיי וועלכע אומאנגענעמליכקייטן.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:09 am
דורך לעיקוואד
ווער גייט פונקט זיין דער שופט פון "אומקלארקייט"? דער גרעסטער טיפש אין צימער, וואס האט אין זיין לעבן נאכנישט געשריבען אן אינהאלטספולער תגובה אויף אן ערנסטע העמק דבר נושא?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:10 am
דורך לעיקוואד
און ר' סדרן, מיר אלע ווייסען איר האט א נארמאלער ניק מיט וואס איר שרייבט געווענטליך, אפשר אויך אין דער אשכול, אז איר ווילט עפעס מודיע זיין רעדט מיט אונז ווי א מענטש צווישען מענטשען, אנטלויף נישט צו עפעס אן אנאנימער גרינע ניק מיט וועם מ'קען זיך גארנישט טענה'ן.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:45 am
דורך יאיר
אין די פאר וואכן וואס איך בין געווען גבאי האב איך כסדר פארפירט אז מ'דארף האבן נארמאלע גדרים אויף וואס איז יא ערלויבט און וואס נישט. מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף א רענדאם אינטואיציע פון איינעם פון די גבאים וואס איז אידישליך און וואס איז נישט. אויב עפעס זאל מען שטעלן א באשטימטע בית דין המרוצה על שני צדדים (וועלכע קענען נישט אליין מעקן) וואס זאלן פסק'נען לכאן או לכאן ביי יעדן ספק. דער שוואכקייט פון דעם איצטיגן סיסטעם ווייזט זיך כסדר ארויס.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:02 pm
דורך טאמבל סאס
פלאוויוס האט שוין ענדליך מצליח געווען צוריקצוברענגען די שמועס אויף די רעלסן האט עס סדרן געמוזט רואינירן. [tag]פלאוויוס[/tag], גוד לאק מיט לעיקוואד נאכאמאל.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:19 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:מיין פוינט איז אז פון א טרוקענע וויסנשעפטליכער פונקט איז נישטא קיין גוטע סיבה צו טראכטען אז וויסענשאפט וועט אויסראטען דער טויט
מ'רעדט נישט פון אויסראטן טויט. א מענטש וועט אייביג קענען שטארבן אין א קאר עקסידענט. נאר פון די מעגליכקייט אז צו (כמעט) יעדע נאטורליכע מחלה וועט ווערן געפינען א רפואה, וואס איז בכלל נישט אזא ווייטע מציאות איינמאל מען וועט דערגיין די גענעטישע פראבלעמען פון אלע מחלות און קענען ערצייגן נייע גענעס פון סטעם צעלן וכדו'. די בעסטע וועג צו שטארבן וועט דעמאלט זיין צו באגיין זעלבסטמארד.
Re: קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
עס אינטערעסאנט ווי די וועלט איוואלווד זיך, פאר צוויי טויזענט יאר צוריק האט מען נאר געגלייבט אין שכל, אריסטו האט אוועקגעשטעלט יסודות בחכמת הטבע בלויז מיט זיין שכל (און ער האט זיך טועה געווען כמעט ווי מען קען אלץ האבן א טעות) , היינט גלייבט מען נאר אין סייענס, אלעס איז מען מסביר מיט סייענס,
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:19 pm
דורך הקטן
הוגה האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף
מור'ס געזעץ א.ד.ג.
דו געצעץ דילט מיט speed
פאר AI פעלט אויס פיל מער וואו ספיד - הגם speed איז וויכטיג
בכלל וואו מער מען קימט נענטער צו די speed of light שנעלער איז מען ביים סוף פין די געזעץ.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:31 pm
דורך הקטן
כוכב האט געשריבן:וואס איז פשט אין דעם פאראגראף:
אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח
חזקה על חבר, אבער איך מיין זאלסט זיך אויסקלארן, דיינע ווערטער קענען אויסגעטייטשט ווערן אלס כפירה.
כפירה???
די דראנג וואס שטיפט מענטשען צו
גלייבן בכלל, דארף א הסבר
די דארוועניסט איז דאס מסביר ווייל דאס איז עדאפטיוו - adaptive
דער מאמין זאגט אז דאס איז ביי דיזיין - על דרך "אנחנו מאמינים בני מאמינים".
אויב איז וויכטיג מיר זאלן גלייבן זענען מיר עקוויפט מיט א דראנג וואס שטיפט דערצו
די דראנג וואס שטיפט מענטשן צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח איז די זעלבע
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:מיין פוינט איז אז פון א טרוקענע וויסנשעפטליכער פונקט איז נישטא קיין גוטע סיבה צו טראכטען אז וויסענשאפט וועט אויסראטען דער טויט, און אוודאי נישט אין אונזער לעבן (ווען מ'רעדט פון אינפיניטי טוישט זיך אסאך זאכען..). מען האלט היינט אזוי ווייט פון דעם ווי הונדרעט טויזנט יאר צוריק, טראץ פארשידענע וויסנשאפטליכער וואס זענען כלומ'רשט עוסק אין דעם
אויפקומען מיט א רפואה צו אלע מחלות, דאס הייסט איבערארבייטן דעם DNA code פון מענטשן אז זי זאל זיין באשוצט פון אלע מעגליכע פגעים, וזקנה בכללם איז טאקע זייער א ווייטע חלום וואס קיינער האלט נאך נישט נאנט צו פאראויסזאגן וויאזוי דאס וועט אויסזעהן (גוט, אויסער איך הקטן אין מיין
קושטאופיע אנאליז. אבער ווער פרעגט מיך דען), דאס באלאנגט נאך מער ווייניגער צו סייענס פיקשען. פון וואס מ'רעדט יא אלץ א זאכליכע מציאות וואס קען צושטאנד קומען מיט א שטיקל פארשריט אין קוואנטעם קאמפיוטינג, דאס איז דער סוגיא פון
Mind Uploading. קאמפיוטער סייענטיסטס, עטיקערס און נוראסייענטיסטס זענען זייער פארנומען מיט די איידיע און אירע השלכות אויף למעשה.
אלענספאל, האוקינג האט זיין ווארט זיכער געזאגט מיט א סארקאסטישן טאן (איך בין נישט קלאר צי זיין רעדן מאשין האט אן אויסווייל פון טענער, דאס האט ער אבער זיכער אין זינען געהאט), ער איז באקאנט מיט זיין sense of humor. ער האט בעיקר געוואלט ממחיש זיין פארן פשוט'ן קאפ זיין multiverse טעאריע אין א בדיחות'דיגע פארעם.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 3:16 pm
דורך פלאוויוס
איך פארשטיי אז Mind Uploading איז פיל מער פיקשען ווי עלימינירן זקנה. די פארשונג פון DNA איז טאקע נאך אין די ווינדלען רעלאטיוו, אבער פאקטיש זענען דא צעלן אינעם מענטש וואס ווערן קיינמאל נישט אלט (sperm cells). אבער בנוגע איבערפירן אינפארמאציע פונעם מוח דארף מען פריער קענען אויפכאפן די מחשבה גופא. איז דא עפעס אין דער וויסנשאפט לעת עתה וואס צייגט אז מ'קען בכלל קלערן פון אזא הוה אמינא?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:05 pm
דורך [NAMELESS]
פלאוויוס האט געשריבן:בנוגע איבערפירן אינפארמאציע פונעם מוח דארף מען פריער קענען אויפכאפן די מחשבה גופא. איז דא עפעס אין דער וויסנשאפט לעת עתה וואס צייגט אז מ'קען בכלל קלערן פון אזא הוה אמינא?
יא, עפעס אזוי
זאגן זיי
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:06 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:ביי אונז איז געווען איינגעפירט אז די כתה ג' יונגלעך האבען דרך ארץ פאר די כתה ט' יונגלעך, נישט אז מען איז מחייב יעדער צו רעדן אויף די כתה ג' לעוועל כדי די קליינע קינדערלאך זאלן נישט האבען קיין טענות.
ובכן, לעיקוואד, איך האב גראדע גלייך פארשטאנען דיין כוונה [יעי, כ'בין שוין אזוי גרויס!], אבער הבנתי שיש מקום לטעות.איבער דיינע איצטיגע ווערטער, אין לי מה להוסיף ווי דאס אז דו האסט זיך ארומגע'טענה'ט איבער דיינע רעכטן, ממש ווי א כיתה ג' יונגל, און וועגן דעם מעגסטו זיך מסביר זיין פארן כיתה ג' יונגל'ס פארשטאנד...
יתר דבריך ושל הרב פלאוויוס, נעמו מאוד לחכי.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:23 pm
דורך הקטן
[left]
"Consciousness is part of the natural world. It depends, we believe, only on mathematics and logic and on the imperfectly known laws of physics, chemistry, and biology; it does not arise from some magical or otherworldly quality."[8]
[/left]
דא ליגט דו פיקשן באגראבן
דאס איז מער וואו וויסן אינפא - דא רעדט מען פין יודע טוב ורע
אבער לויט די סייענטיסט'ס outlook פין די וועלט איז דאס אזאך וואס מיז זיין אזוי.
Re: קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 9:17 am
דורך מי אני
דר. מיטשיאו קאקו, א טעארעטישע פיזיקער, האט געשריבן אן אינטרעסאנטע בוך, The Future of Humanity. ער רעדט דארט ארום איבער א מעגליכע גלענצענדיגע עתיד פאר דאס מענטשהייט, אויב קומט מען איבער די פארשידענע פראבלעמען (פונדאמענטאליזם, קלימאט טויש אא״וו) וואס אנטפאנגט די מענטשהייט לעת עתה. ער רעדט דארט ארום איבער די AI Singularity. אויך דערמאנט ער וויאזוי, טעארעטיש, וועט צוגיין mind uploading (אינ׳ם קאנטעקסט פון אנקומען צו אנדערע star systems [emoji6]). ער געט זיין אייגענע מער rigorous definition פון consciousness (זיין feedback loop definition, עפעס וואס איז falsifiable. ער איז עס מסביר מער באריכות אין זיין בוך The Future of the Mind). אגב, ער האט ארויסגעגעבען א בוך Parallel Worlds וואו ער׳ז זייער פיין מסביר String Theory און די multiverse והמסתעף.
(מ׳האט דא דערמאנט אז ס׳דא די וואס האבן געוואלט יוצא זיין מצות מחאה. עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די שדי חמד אין מערכה ה אות כ האט אן איסתפקתא אויב די מצות מחאה [הוכח תוכיח] וואס שטייט די וואך איז דוקא טאמער ס׳איז נזדמן לפניך אדער אז מ׳דארף אפירזוכען א מעשה כדאי עס מקיים צו זיין ע״ש. זייער אסאך מענטשן נעמען אן דעם צווייטן צד... [emoji6])
Sent from my iPhone using Tapatalk