בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:03 pm
דורך ראש הישיבה
יעצו אויסגעפונען אז אין ארץ ישראל איז יעצט דא א חתונה ביי אן אייניקל פון זיין ברודער ר' מענדל פון גיבערס. עס א בשותפות דיגע אייניקל פון טשערנאבל ב"ב און ראחמעסטרווקא. צוויי ברודער ר' אליעזר זאב מיט ר' ברוך שמשון פון בית שמש זענען דארט געוועהן און זיי זענען ארויס. מען האט גארנישט איבערגעגעבן פאר ר' מענדל כדי נישט צו שטערן די שמחה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:03 pm
דורך ראש הישיבה
חקרן האט געשריבן:וואו האלט מען יעצט ביי די לויה? - איז דא איינער דארט?

מען איז ארויס פון ב"פ 2:45. די לווייה דארף זיין אין מאנסי 4:00.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:10 pm
דורך יצמחפרקני

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:18 pm
דורך שמעון וואלף
ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:30 pm
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?

קיינער פון זיינע קינדער דאכצעך איז נישט אינטערסירט אין רביסטיווע לפי ידעתי , אפשר/לכאורה וועט זיין עלטסטע זוהן ר׳ יעקב יוסף פון מאנסי איבערנעמען די קהילה במקום דעם טאטן , ער איז א איידלע שטילע אינגערמאן וואס לעבט זיך אין זיין וועלט׳ל, ער איז נישט אמתדיג רבי מאַטעריאַל

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:45 pm
דורך שרולי שטיין
שבת אחים האט געשריבן:

רבי יעקב יוסף איז נישט רבי מאטעריאל? דאן קענסטו אים נישט... ער איז אזוי רבי מאטיריאל ווי זיין זיידע (און נאך מער, ער פארשטייט זיך בעסער מיט מענטשען). ער האט שוין היינט א שיינע פאר מענטשען וואס זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר אים. די פלאן אין בארא פארק אלע יארן איז געווען אז ווען זיין טאטע וועט זיין רבי וועט ער זיין פראקטישע פירער. ער איז אזוי אויך די העכסטע אוטאריטעיט אין די ב.פ. מוסדות שוין פאר יארן.

ער איז אויך די משנה למלך אין אלע אינערליכע ענינים אין מאנסי, מאחורי הפרגוד, נאך רבי ישראל.
און נאך אסאך, איך קען נישט אלעס זאגן. אבער איך דורכאויס אלע מיין בחורישע יארן פארברענגט ביי אים אינדערהיים אלע מיינע ימים טובים, און ער איז געווען מיין קביעות'דיגער בעל אכסניא אין מאנסי (ד.ה. איך בין געווען מער ביי אים אינדערהיים ווי ביי מיינע עלטערן).
והעולה על כולם, ער איז 'מענטש', פשוט. קען זיין דאס איז א פראבלעם אין רביסטיווע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
שרולי שטיין האט געשריבן:רבי יעקב יוסף איז נישט רבי מאטעריאל? דאן קענסטו אים נישט...
והעולה על כולם, ער איז 'מענטש', פשוט. קען זיין דאס איז א פראבלעם אין רביסטיווע.

דאס איז שוין צו הויעך...

Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:10 pm
דורך chaims
רבי מאטעלע ווייסט?
ער איז ביי די לוויה?

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:20 pm
דורך שרולי שטיין
אוודאי. דער מענטש איז מער ביי זיך ביי די 93, ווי רוב רבי'ס ביי די 80.

Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:45 pm
דורך chaims
צופרי ווייס איך אז מען האט איהם נישט געזאגט

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:04 pm
דורך שמעון וואלף
שרולי שטיין האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?

קיינער פון זיינע קינדער דאכצעך איז נישט אינטערסירט אין רביסטיווע לפי ידעתי , אפשר/לכאורה וועט זיין עלטסטע זוהן ר׳ יעקב יוסף פון מאנסי איבערנעמען די קהילה במקום דעם טאטן , ער איז א איידלע שטילע אינגערמאן וואס לעבט זיך אין זיין וועלט׳ל, ער איז נישט אמתדיג רבי מאַטעריאַל

רבי יעקב יוסף איז נישט רבי מאטעריאל? דאן קענסטו אים נישט... ער איז אזוי רבי מאטיריאל ווי זיין זיידע (און נאך מער, ער פארשטייט זיך בעסער מיט מענטשען). ער האט שוין היינט א שיינע פאר מענטשען וואס זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר אים. די פלאן אין בארא פארק אלע יארן איז געווען אז ווען זיין טאטע וועט זיין רבי וועט ער זיין פראקטישע פירער. ער איז אזוי אויך די העכסטע אוטאריטעיט אין די ב.פ. מוסדות שוין פאר יארן.

ער איז אויך די משנה למלך אין אלע אינערליכע ענינים אין מאנסי, מאחורי הפרגוד, נאך רבי ישראל.
און נאך אסאך, איך קען נישט אלעס זאגן. אבער איך דורכאויס אלע מיין בחורישע יארן פארברענגט ביי אים אינדערהיים אלע מיינע ימים טובים, און ער איז געווען מיין קביעות'דיגער בעל אכסניא אין מאנסי (ד.ה. איך בין געווען מער ביי אים אינדערהיים ווי ביי מיינע עלטערן).
והעולה על כולם, ער איז 'מענטש', פשוט. קען זיין דאס איז א פראבלעם אין רביסטיווע.

ער וואינט אין מאנסי און איז די העכסטע אוטאריטעט אין ב. פ. מוסדות?

און אגב, ביי וועם איז ער אן איידעם?

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:08 pm
דורך שרולי שטיין
יא.

ער איז א איידעם ביי זיין פעטער, ר' אברהם דוב טווערסקי (בן ר' יוחנן מראחמיסטריווקא, וחתן האדמו''ר מוויזשניץ).

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:37 pm
דורך שרולי שטיין
רבי יעקב יוסף איז יעצט אויסגערופן געווארן אלס ממלא מקום.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:47 pm
דורך [NAMELESS]
איז נישט הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א דער וואס איז געווען רייך אפאר יאר צוריק ? (אוי האט ער געווארפען נדבות דעמאלטס). ער קען זיך דען אויפפירן ווי א רב??

-רעדאגירט ע"פ בקשת חברי השטיבל שיחי'-

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:49 pm
דורך שמעון וואלף
נא! הרב יעקב יוסף. ער'ס א רב און פארדינט צו ווערן באטיטולט פונקט ווי אלע אנדערע

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:54 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:נא! הרב יעקב יוסף. ער'ס א רב און פארדינט צו ווערן באטיטולט פונקט ווי אלע אנדערע

כ'על עם שוין איבער בעטן פערזענליך...
א דאנק פארן מעורר זיין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:56 pm
דורך שרולי שטיין
בן אדם האט געשריבן:איז נישט יעקב יוסף דער וואס איז געווען רייך אפאר יאר צוריק ? (אוי האט ער געווארפען נדבות דעמאלטס). ער קען זיך דען אויפפירן ווי א רב??

דו רעדט'ס פון יעקב יוסף ברא"ז, זוהן פון ר' אליעזר.
וויזניצער רבי האט זעקס אייניקלעך ''יעקב יוסף האגער", און אסאך מער אור אייניקלעך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 6:00 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען ר' לעזער'ס קינדער, איך רעד פון דער פ"ש זצ"ל'ס זון וואס וואוינט און ב"פ.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 6:05 pm
דורך שרולי שטיין
אה, דו מיינסט מיין פעטער, ר' ישראל.
יעקב יוסף איז קיינמאל נישט געווען אין ביזנעס, ער זיצט נאך היינט אין כולל. און ער וואוינט אין מאנסי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 6:30 pm
דורך [NAMELESS]
אה. מעיקס סענס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:36 pm
דורך שבת אחים
[tag]שרולי שטיין[/tag]
א גוטן , איך ווארט נאך א ענטפער פון אייך אין א אנדערע אשכול ,

קודם כל איך האב מיך באצויגן צו @ שמעון וואלף׳ס תגובה :

ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?

און אויף דעם האב איך געשריבן אז קיינער פון זיי איז נישט מוראדיג אינטערסירט אין רביסטיווע און קיינער פון זיי איז נישט מיליטענט און ס׳קוקט נישט אויס ווי זיי גייען זיך ארומקריגן וועגן די רביסטיווע ,

איך האב נישט געמיינט גארנישט נעגיטיוו אויף ר׳ יעקב יוסף פארקערט איך האב דאך געשריבן אויף אים אז ער איז א איידעלע אינגערמאן (א טיטל וואס איך וואלט נישט געשריבן אויף כמעט קיין איין רבי בדורנו) איך געדענק אים פון וויזניץ פאר העכער 30 יאהר צוריק ער איז אייביג געוועהן א איידעלע שטילע מענטש , און ס׳קען זיין אז ער האט קוואליפיקאציעס דאך בין איך אביסל מחולק מיט דיר ער איז ווייט פון זיין זיידן מיט קוואליפיקאציעס צו זיין א רבי און ער איז נישט אמת׳דיג היינטיגע רבי מאטריאל וואס קען זיין א שטארקע פירער אזויווי זיין זיידע ער קוקט מעהר אויס ווי א טיפ מענטש וואס זאגט איך באדער דיך נישט און דו באדער מיך נישט , ער איז געוועהן רב אין וויזניצער שול אין מאנסי אויף ד״ר פרענק פאר אפאר יאהר און דערנאך האט ער אויפגעגעבן די רבנות , מ׳האט דעמאלס געשמוסט אין וויזניץ אז ער האט נישט געקענט דערהייבן די פרעשיור פון די קליינע קהילה (נישט אזוי ?), און ווי עס איז באוואוסט אז זיין טאטע האט געליטן פון די זעלבע סינדראם פון נישט דערהייבן פרעשיור , אויב ס׳איז נאר אינטערגעקומען די מינדעסטע קאמָפּליקאַציע אדער מחלוקה אין ביהמ״ד איז ער געווארן פארלוירן און געלאפן צום טאטן , עכ״פ מיר שטערט ער נישט און ס׳איז מיר גאנץ א קליינע חילוק הייטיגע טעג ווער עס שטייט אויבנאן אין וויזניץ ער האט די זעלבע לייסענס צו זיין רבי ווי אלע אנדערע , פון מיין זייט זאל ער האבן גרויסע הצלחה
אגב דו ביסט משפחה מיט ישראלי ברפ״ש וויאזוי? ביסט א וועזשניצער אייניקל?

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:00 pm
דורך חקרן
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:14 pm
דורך ראש הישיבה
אזויווי איך ארבעט לעבן מאנסי, בין לכבודו פון די וויזניצער רבי שליט"א געגאנגען צו די לויה. הער ווי צוויי אינגעלייט שמועסן (זעהט אויס אז איינער פון זיי וואונען אין ב"פ). איינער פרעגט די צווייטע פארוואס ביסטו אזוי צוטראגן? ענטפערט ער אז ער האט מורא אז די עולם וועט זיך נאך בענקן נאך ר' פיניע. פרעגט ער פארוואס? פארציילט ער אז ער (דער אינגערמאן) איז געווען אין שפיטאל פאר אינדערט האלבן וואך. יעדן טאג האט ער באקומען א טעלעפון קאול פון זיין רב ר' פיניע צו טשעקן וואס ער מאכט. עד כאן תוכן השמועס.