בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיין מינונוג אין די גאנצע איבערקערעניש דא,

זייט אונזער אידישע מלוכה האט זיך גענדיגט און די מיליטער האט זיך מער נישט געפירט עפ"י תורה ווייל עס איז שוין נישט געווען אונזער תורה'דיגע מיליטער, איז מער קיין שטאלץ נישט געווען פאר א איד צו שטייגן דארט אין ראנג ווייל ווען עס קומט צו א מענטשליך לעבן וואס האט ווערד מער פון א שטיקל גארביטש דארף מען א תורה וואס זאל אונז פירן פונקטליך וואס צו טוהן, אה"נ אז א מיליטער איז א מוז אין יעדע ציוויליזירטע לאנד, אבער וויבאלד מענטשליך לעבן ווערט נישט גע'פסק'נט לויט די תורה האבן אידן קיינמאל אנגעקוקט פאר א דערגרייכונג צו זיין הויכראנגיגע אפעצירן אין א פרעמד גויאיש מיליטער, יא ההכרח לא יגונה אויב עס האט זיך אויסגעפעלט, אבער שטאלצירן מיט דעם? דאס נישט, און פאר דעם איז די עצם נקודה אז א חרדיש בחור איז אויפן וועג פון ווערן א אויסגעצייכנטער פילאט נישט קיין בשורה טובה פאר מיר,

און דער עיקר איז, ווען די זעלבע קעפל וואלט געווען אויך אויף יעדע אידישע (חרדישע) דערגרייכונג החרשתי, אבער ווען די פסוק ווערט נאר גענוצט אין די מעשה, פארשטייט יעדער אז נישט ציווילזאציע האט געוואונען אין די אויגן פונעם פותח האשכול נאר אסימילאזציע האט געוואונען אין זיינע אויגן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

אהההה.. ממש א בשורה טובה, איך האף אז אפטעמיסט קען נאך אויסטוהן דיין שוך נאך אזא תדשן עצם'דיקע בשורה, נאך א בחור גייט אויפען וועג ווי אסאך חרדים האבען נעבעך דארטען געדאמפט תורה ומצוות, די מיליטער דארטען איז איין גרויסער טאפ פון גועל נפש און צואה רותחת, אזא מורא'דיקע בשורה.

ס'דערמאנט מיך, אמאהל איז די נבילה גאלדע מאיר געוועהן זייער גוט אויפגעלייגט, האט מען איר געפרעגט וואס איז די גרויסע שמחה היינט? האט זי געענטפערט אז מ'האט היינט ארעסטירט דעם ערשטען יודישען גנב אין לאנד!, אצינד זעמיר שוין א געהעריקע לאנד, אייגענע גנבים און אייגענע פארברעכער.
פארשפארט