נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 6:06 am
מיין מינונוג אין די גאנצע איבערקערעניש דא,
זייט אונזער אידישע מלוכה האט זיך גענדיגט און די מיליטער האט זיך מער נישט געפירט עפ"י תורה ווייל עס איז שוין נישט געווען אונזער תורה'דיגע מיליטער, איז מער קיין שטאלץ נישט געווען פאר א איד צו שטייגן דארט אין ראנג ווייל ווען עס קומט צו א מענטשליך לעבן וואס האט ווערד מער פון א שטיקל גארביטש דארף מען א תורה וואס זאל אונז פירן פונקטליך וואס צו טוהן, אה"נ אז א מיליטער איז א מוז אין יעדע ציוויליזירטע לאנד, אבער וויבאלד מענטשליך לעבן ווערט נישט גע'פסק'נט לויט די תורה האבן אידן קיינמאל אנגעקוקט פאר א דערגרייכונג צו זיין הויכראנגיגע אפעצירן אין א פרעמד גויאיש מיליטער, יא ההכרח לא יגונה אויב עס האט זיך אויסגעפעלט, אבער שטאלצירן מיט דעם? דאס נישט, און פאר דעם איז די עצם נקודה אז א חרדיש בחור איז אויפן וועג פון ווערן א אויסגעצייכנטער פילאט נישט קיין בשורה טובה פאר מיר,
און דער עיקר איז, ווען די זעלבע קעפל וואלט געווען אויך אויף יעדע אידישע (חרדישע) דערגרייכונג החרשתי, אבער ווען די פסוק ווערט נאר גענוצט אין די מעשה, פארשטייט יעדער אז נישט ציווילזאציע האט געוואונען אין די אויגן פונעם פותח האשכול נאר אסימילאזציע האט געוואונען אין זיינע אויגן.