בלאט 3 פון 4

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 12:46 am
דורך מרדכי
וכדומה.. האט געשריבן:דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן

גייט אריין צו די קינדער און קישט זייער שטערן, געדענק אז טאטי האט דיך ליב!

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 1:08 am
דורך נולד מאוחר
איך ברעך שוין פון די טיעם אז סדא אסאך קשיות און אונז מענשטעלעך קענען נישט אלעס פארשטיין. יעדע צווייטע אידשע סידי האט די געדאנק גייעדיג ציריק ביז יונתן שווארץ. כמיין אז ער וועט ליינען קאוע שטיבעל וועט ער אנהיובן פארשטיין.
די ניגון מיט די אויגן כאף איך נישט וואס איז די מאמע'ס הארציגע געבעט צים קונד, אז ער זאל היטן אויף אירע אויגן. מיינט זו ברחניות, בגשמיות ?

מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 1:11 am
דורך קאסטנער
נולד מאוחר האט געשריבן:איך ברעך שוין פון די טיעם אז סדא אסאך קשיות און אונז מענשטעלעך קענען נישט אלעס פארשטיין. יעדע צווייטע אידשע סידי האט די געדאנק גייעדיג ציריק ביז יונתן שווארץ.
די ניגון מיט די אויגן כאף איך נישט וואס איז די מאמע'ס הארציגע געבעט צים קונד, אז ער זאל היטן אויף אירע אויגן. מיינט זו ברחניות, בגשמיות ?

וועגען דעם ענדיגט ער די ניגון מיט אזא שארט סטאפ ווייל ער אליין האט אויך נישט געוויסט וואס ער וויל אויסער מיך מאכן וויינען,

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 3:28 pm
דורך געוואלדיג
נולד מאוחר האט געשריבן: כמיין אז ער וועט ליינען קאוע שטיבעל וועט ער אנהיובן פארשטיין.

ווי למשל וואס וועט ער פארשטיין?

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:19 am
דורך כוכב
דאס האב איך געשריבן פאר נפתלי משה שניצלער:

א וואונדערליכע סי.די. (הגם געוויסע ניגונים זענען ארעם געשריבן און וואלטן געקענט נוצן א פראפעסיאנאלער רעדאגירער צו פארמיידן ער זאל נישט איבערנוצן דעם זעלבן אויסדרוק צוויי מאל וכדו', אויך די שורה "דער חתם סופר צעשמייכלט זיך אבער ער ברעכט אויס אין א געוויין" גריזשעט אין די נערוון).
דער בדחן ניגון און דער הר המורי' ניגון זענען די שענסטע געשריבן, ווידעראום דער חתם סופר און די בלינדע מאמע זענען שוואך (ביי די בלינדע מאמע, הגם ער האט שיינע אויסדרוקן ווי: "היט אויף דיין מאמעס אויגן", וכו', איז אבער דער נאראטיוו כידבר איש אל רעהו, און ער נוצט נישט קיין ליטערארישע שפראך. ווען א מענטש רעדט צו זיין חבר זאגט ער "איך בין אליין" און אויף א ניגון דארף עס גיין "איינזאם אליין" וכו'. מ'קען נישט נוצן פשוטע סלענג שפראך. מאטי איז א בדחן, א זינגער און א קאמפאזאטירער, אבער נישט קיין שרייבער, און ווען איינער וואלט איבערגעקוקט זיין סקריפט וואלט עס געווען א דבר השלם).
וואס רעד איך דא צאם...
הכלל, די מוזיק איז הערליך, און איך האב עס דייקא ליב אזוי, קלאסיש און נישט איבערגעפילט, און אויב איך געדענק גוט איז די ערשטע נשמה פלאם אויך געווען בלויז בעיס מוזיק, גיטאר דראמס און פיאנא, און נישט קיין סך מער און ס'איז פון די שענסטע קאסעטן פון יאר הונדערט.
אלנפאלס, די איידיע פון קראוד-פאנדינג איז געוואלדיג, ווייל איך וויל אלעמאל באצאלן נאר ס'קומט פשוט נישט אויס. אויב דו קענסט מיר אריינשיקן דעם ביכל פאר מיין פופצן טאלערדיגע נדבה וועל איך דאנקבאר זיין. אויב האסטו ארויסגעגעבן ישראל אדלער'ס סידי מאך אויך קראוד פאנדינג ווייל איך וויל באצאלן. ליידער באקומט מען היינט אלעס אומזיסט, אפילו מ'וויל נישט, ס'קומט אן פון זיך אליין.
החותם,
מאטי'ס פען

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:46 pm
דורך קויפער
איך האב הנאה געהאט פון דעם רעיון אין לא איש דברים אנכי, קדשנו איז א געלונגענער ניגון און הר המוריה איז הארצפול, דאס רעשט איז נישט לטעמי אבער גאנץ שיין פאר אן ערשטן אלבוים.

דער קומענדיגער אלבוים (מחשבות זרות) וועט האפענטליך זיין מער אויסגעפוצט.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 1:22 am
דורך קאצקע ציקער
די אויגן ניגון איז גאר א אינטערסאנטער ניגון , ווייל יעדער איינער קען זיך ארויסנעמען זיין אייגענע נמשל ווארום ער זאגט דאך נישט קיין נמשל.

היינט זאגט מען איינער זיין ווערסיע, אז יו קאלד נעווער נוי... די טאכטער האט א גאנטצע צייט געמיינט איין זאך און דערווייל איז עס גאר א צווייטע זאך .

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 8:03 am
דורך הויזן טראגער
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די עולם האט זיך גענומען די אויגן ניגון פאר א דיסקאשען יא משל נישט נמשל יא אמת נישט אמת די מעשה איז מיט א מאן יונגל מאמע..... עס איז א ניגון געמאכט אז עס זאל אנפילן די אויר מיט מוזיק אין פערטיג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:26 pm
דורך שמעקעדיג
ממש לעצטנס זיך איינגעהאנדלט דעם סי.די. און עס שוין איבערגעהערט מערערע מאל. איך ווער משוגע פאר דעם אלבום. הערליכע קאמפאזיציעס, שיינע גראמען, און - כתר שם טוב עולה על גביהן - די הארציגע שטימע פון מאטי! איך ווער נישט מיד עס צו איבערהערן!
איך קען נישט מער ווי אגריען צו די צוויי קוואוט'ס הנ"ל:

בעל מדות האט געשריבן:הערליכע סידי, הערליכע ניגונים, הערליכע גראמען, קריעטיוועטי אויפן העכסטן סטאנדארט, די אידישע מוזיק מארקעט האט מיט וואס צו שטאלצירן, גענימען אסאך גוטע נקודות און חיזוק צו הנאה האבן פונעם נאטור.
מאטי ביזט איינס אין די וועלט!



שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:גאר א הערליכער סידי, מאטי האסט אונז נישט אנטוישט, דאס איז געוועהן די סידי פארוואס עס האט זיך געלוינט צו ווארטן, יעדע ניגון באזונדער איז הערליך און ארטיסטיש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:26 am
דורך קאצקע ציקער
איך ווער משוגא פאר די בית המקדש ניגון א הערליכער פיעס אף ארט!

למעשה פרעגט ער א גיטע קשיא, איך בין געווען זעכער ער וועט ענטפערן עפעס א תירוץ און דערווייל ענדיגט ער די ניגון מיט די קשיא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:27 am
דורך רויטע וואנצעס
ווי קען מען עס דאונלאדען? שטייצעך נישט בחינם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:36 am
דורך שמעקעדיג
Mostly music?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:23 pm
דורך סלינקי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
יעצט געקויפט, הערליך שיין. אידישע איידעלע טאלאנטפולע מוזיק איז לעבעדיג און שטויסט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:11 pm
דורך שמעקעדיג
ווען מען קויפט עס אויף עמעזאן באקומעט מען אויך דעם בוכל?
(אין געשעפט האב איך געצאלט פונקט דאפעלט..)

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
אויף עמעזאן באקומט מען א געהעריגע דאונלאוד וואס איך קען אריבערלייגן צו אנדערע דיווייסעס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זעה ס'איז מיטגעקומען 3 pdf'ס אין די source file, איך קען עס אבער נישט עפענען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
גראמעכעלע, כ'האב געהט די זעלבע פראגע. למעשה פון עמעזאן אליינס האב איך נישט געקענט, נאר פון זייער דעסקטאפ עפפ האב איך עס געסעיוויט צו WMP און דארט געעפענט די source file און פון דארט קען מען עס אריבערפירן צו יעדע דעווייס. איך ווייס ס'איז א קרומע וועג, ס'דארף לכאורה זיין מער פשוט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:31 pm
דורך סלינקי
כנוץ עס נישט אבער פאר מאביל דיווייס זעה דא http://www.amazon.com/gp/help/customer/ ... =201379890

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:11 pm
דורך וכדומה..
מאטי זינגט צוויי פון זיינע קאמפאזיציעס ביי א חופה

https://www.youtube.com/watch?v=lJ0A6b7hy48

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 12:08 am
דורך קום אהער
האט איינער אפשר זיין נאמבער?

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 8:10 am
דורך פליקער
7187812685
אין מיין קאנטאקט, איך נעם נישט קיין אחריות,

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2018 5:14 am
דורך בן ישי
מאטי האלט שוין אינמיטן רעקארדען די ניגונים פאר מחשבות 2