בלאט 3 פון 5
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:16 pm
דורך געוואלדיג
קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:17 pm
דורך קאך_לעפל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..
אמת! וועגן דעם טאקע דארף מען זיך זייער אפאכט געבן נישט צו גנב'ענען ח''ו........
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:18 pm
דורך קאך_לעפל
געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די חסידות וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
חסידות? מה זה? איך ווייס נישט וואס דאס איז, עס איז נשכח געווארן זאגט דער רבי זי''ע אין ויואל משה
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:20 pm
דורך געוואלדיג
סארי, די פארטיי, וואטעווער דו רופסט דאס אן.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:23 pm
דורך קאך_לעפל
געוואלדיג האט געשריבן:סארי, די פארטיי, וואטעווער דו רופסט דאס אן.
אה, עס איז נישט דיין פארטיי... אקעי כ'האב נישט געוויסט אז די ביזט פון די אנדערע פארטיי. סליחה
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:29 pm
דורך געוואלדיג
איך בין נישט פון קיין שום פארטיי, נאר מען האט גערעדט פון איהם און פון תפיסות, און האסט דערמאנט די מחלוקת וואס באלאנגט צו צימעס,
(און נאכאמאל איך מיין נישט פערזענליך, נאר די תגובה, ואתך הסליחה).
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:43 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:איך בין נישט פון קיין שום פארטיי, נאר מען האט גערעדט פון איהם און פון תפיסות, און האסט דערמאנט די מחלוקת וואס באלאנגט צו צימעס,
(און נאכאמאל איך מיין נישט פערזענליך, נאר די תגובה, ואתך הסליחה).
ג"א מצטרף להנ"ל.
===========
אבער [tag]געוואלדיג[/tag], דו האסט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די חסידות וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
מ'קען דאס פארטייטשן, אז די חסידות וואס ער פארקויפט [סאטמאר ק"י] פארטונקלט דאס, און מ'קען פארטייטשן אז די עניני חסידות וואס ער פארקויפט, דהיינו די שנאה צום ברודער אין וומסב"ג, פארטונקלט דאס.
איך נעם אן די צווייטע וועג.
כ'בין בכלל נישט קיין סאטמארער, אבער ס'שטערט מיר נישט צו הערן דברי שבח אויף זיין רבי'ן. אבער שרייבן חסרונות אויף זיין רבי'נס ברודער, באלאנגט זיכער נישט דא נאר אין צימעס.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:46 pm
דורך געוואלדיג
יא דאס האב איך טאקע געמיינט, יישר כח אז מען איז מבאר זיין מיינע ווערטער, אז מען לעבט דערלעבט מען.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:22 pm
דורך שמעקעדיג
שמערל האט געשריבן:ביי אונז ווייסט מען ומודה ועוזב ירוחם, ר' מרדכי יצחק האט זיך נאך קיינמאל נישט מודה ומתודה געווען אויף זיינע מעשי תעתועים, גניבה וגזילה דאוריתא וחילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו
כפי ידיעתי (מפי השמועה, נישט מברר געווען) האט ער צוריקגעצאלט די גאנצע גניבה וגזילה עד פ"א, ואין לך מודה ועוזב יותר מזה.
שמערל האט געשריבן:די הויפט סיבה פארוואס ער האט באקומען אזא שטרענגע פסק, איז ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים זיך מודה זיין, ועדיין עומד במרדו, נו אז ער אליין האט נישט רחמנות אויף זיך, פארוואס זאלן מיר דארפן רחמנות האבן?
די סיבה איז נישט געווען צוליב הארטנעקיגע עקשנות, ער איז אליינס געווען מסופק וועלכע וועג צו נעמען, און לויט ווי מען האט דעמאלס געשמועסט האבן טייל אלצווייסערס ווי אויך געוויסע רבנים אים רעקאמענדירט ענדערש צו לייקענען און נישט נעמען א פליע בארגעין, און ער האט בלינדערהייט געפאלגט און גענומען דעם געמבל, אן וויסן ריכטיג די שווארצע תוצאות פון דעם נארישקייט. ער איז ליידער נישט דער איינציגסטער, מערערע אידן שמאכטן לאנגע טערמינען בלויז פארן נישט אננעמען א פליע - כאילו דער פליע איז טאקע אזא סברא'דיגע זאך וואס מאכט סענס.. פארגעס נישט אז א סעקונדע נאכן פסק קען מען שוין נישט צוריקציען...
אלענפאלס, אפילו מיט זיין עקשנות און עומד במרדו בלא בלא, איז 27 יאר נאך אלץ א פאנישטמענט וויטש דאזענט פיט דע קריים, און די ריכטערין האט בשעת'ן פאראורטיילן קלאר געזאגט אז זי גיט אים א ספעציעל הארבע שטראף ווייל ער איז א איד עובר געווען אויף לא תגנוב (נישט גענוי די ווערטער, אבער עפעס אזוי, אדרבה אויב האט איינער עקסעס צו איר דרשה זאל מען דאס ארויסלייגן, עס איז דאך פובליק רעקארדס).
סיי ווי אזוי די געשיכטע איז געגאנגען, איז ביי יעדן איד באשר הוא שם א שטארקע שמחה אז ער וועט לכה"פ זוכה זיין צו ערשיינען צו זיין קינד'ס חתונה, דאס איז דאך כו"ע מודי אז ער דעזערווד.
זאל דער בוכ"ע העלפן אז די קליינע ישועה זאל ברענגען די גרויסע ישועה, בבחי' פתחו לי פתח כחודו של מחט, די אלע אידישע תפלות זאלן נישט גיין לאיבוד, נאר מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן אים און אלע אנדערע אידן פריי און געזונט.
ליטווישע vs. אידן
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב ווילט עטץ זעהן וואס מיינט עכטע רשעות, לייענטס די קאמענטארן דא
.
http://www.vosizneias.com/204362/2015/0 ... el-ny-man/איך לייען כמעט נישט מער דעם סייט, די עקלהאפטיגע קאמענטס פון אידן פירן מיר כמעט אראפ פון זינען.
קיינמאל האב איך נישט געגלייבט אז אידן קענען זיין אזעלכע רשעים ארורים און אזוי פיינט האבן א צווייטן איד.
די 'הייליגע' אידן פאררופן זיך נאך אויף די תורה, זיי שטערט טאקע ממש די גזילה און דינא דמלכותא.
אוי לעינים שכך רואות.
עס באדערט מיר אויך די אלע קאמענטס וואס די רוצחים שרייבן דארטן און איך האב עס מחמת ווייטאג נישט צוגעענדיגט ליינען, אבער א שטיקל טרייסט האב איך, אז רוב פון יענע חברה זענען ליטוואקעס און וועגן דעם האט מען געזאגט ביי אונזערע זיידעס אינדערהיים: יעדע ליטוואק האט א צלם אין זיין הארץ, גלייבסט נישט? שנייד עס אויף און קוק, ממה נפשך, האט ער די צלם בין איך דאך גערעכט! האט ער עס נישט, איז כאטש דא איין ליטוואק ווייניגער אויף די וועלט!
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..
ישמעאל הכהן: איז דא איין עצה. נישט מאכן קיין גניבות,שווינדלען און דריידלעך...! פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות האט מען נאך קיינעם נישט איינגעזעצט...

אבער אסאך מענטשן זיצן וועכנטליך פארן זיך 'יא' וואשן צו א בילקע מיט הערינג פאר של''ש
לדעתי איז עס נישט פאר די קליינע בילקעלע מיט אביסעלע הערינג פון שאלעשסידעס, נאר עס קומט פון די ערשטע צוויי סעודות מיטן גרויסן קידוש אינדערצווישן......
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
געוואלדיג: (קאך-לעפל'ס קאמענטאר) איז נישט סתם פאליטיק. נאר דער ריינער אמת. ווייל ר' מ"י האט אריינגעלייגט אין סכנה, נישט נאר אנדערע איינוואוינערס פון קר"י, ווי דעם (דאמאלס'דיגן) בחור, האלענדער, נאר דעם רבי'ן מהר"א אליינס אויך. נאר דאס, אז מהרז"ל איז איהם נישט געגאנגען באזוכן, אויב ס'איז אמת, איז אויך נאר מחמת פחד פון זיין צו שטארק פארבונדן מיט איהם...!
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:39 pm
דורך smart
איז דא בילדער פון די חתונה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:57 am
דורך געוואלדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
געוואלדיג: (קאך-לעפל'ס קאמענטאר) איז נישט סתם פאליטיק. נאר דער ריינער אמת. ווייל ר' מ"י האט אריינגעלייגט אין סכנה, נישט נאר אנדערע איינוואוינערס פון קר"י, ווי דעם (דאמאלס'דיגן) בחור, האלענדער, נאר דעם רבי'ן מהר"א אליינס אויך. נאר דאס, אז מהרז"ל איז איהם נישט געגאנגען באזוכן, אויב ס'איז אמת, איז אויך נאר מחמת פחד פון זיין צו שטארק פארבונדן מיט איהם...!
ריכטיג, פון אמת האב איך הנאה געהאט, אבער די פאליטיק האט מיר געשטערט.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:10 am
דורך שמעקעדיג
עני אפדעיטס?
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:13 am
דורך ישמעאל הכהן
מארגן נאכט
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:05 am
דורך קאמענטירער
כהער אז ר׳ מ״י האט געהאט אן אויסוואהל אדער קייטלעך אויף די הענט אדער ארענזשע אומענטשליכע בגדים און ער האט אויסגעוועלט קייטלעך, איינער קען עס קאנפירמען?
און אגב וויל איך אויסדרוקען מיטלייד מיט דעם מיטגעמאכטען איד, יא שולדיג / נישט שולדיג מאכט א קנאפע נפק״מ. די דעבאטע איז ווי א זייפען באבעל לגבי דעם הארטען צומענטעם באדען פון צער און יסורים וואס א מענטש גייט אלץ דורך אין די אמעריקאנע תפיסות,
כרעד שוין נישט פון די אומיוסטיץ וואס הערשט אין אונזער לאנד׳ס סיסטעם נאר דאס אליינס אז עס זיצען אזויפיל מענטשען אין תפיסה אין מפארשווענדט זייער לעבן און סהעלפט נישט אז קריים זאל ווערן ווייניגער, איז שוין גענוג אז אונז זאל מיר אויפהייבען א ווייגעשריי אז מזאל טוישען די סיסטעם.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:25 am
דורך Milk shake
דער מ"י אליינס האט צוזאמגעשטעלט א גאנצע חיבור מיט ליקוטי פסק דין פון אמעריקאנער געריכטן אין עבירות וואס זענען בדומה צו זיינס, און נאך סאך ערגער, אויך פון פארברעכער וואס האלטן שוין נישט ביים ערשטן מאל, און אזעלכע וועלכע האבן קיין פרוטה נישט צוריק געצאלט בשעת ער האט צוריק געצאלט עד פ"א, קיין איינער פון די אלע האט נישט באקומען אפילו ענליך צו אזא ברוטאלע שטראף ווי ער האט באקומען, ה"י.
ער האט געעפנט א וועבזייטל ווי אלעס איז דאקומענטירט און שרייט פון זיך אליינס.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:44 am
דורך רויטע וואנצעס
וועבסייט אדרעס?
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 3:45 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וועבסייט אדרעס?
גם אני מצטרף.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:28 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:אכן, כבר רמזתי וכתבתי:
אדנירם האט געשריבן:ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר.
הקיצור, כ'זע מיר זענען אויף איין פעידזש.
למעשה, איז אומריכטיג צו זאגן, אז עוונות ראשונים אשר חטאו אינם. ס'איז אודאי אומריכטיג צו זאגן אז ס'דא עפעס אן אומשולדיג שעפעלע. און ס'איז סיי אומריכטיג און סיי טיפשות צו זאגן אז ס'שטעקט דא אנטיסעמיטיזם.
קבל את האמת ווי אומבא'טעמ'ט דאס איז. און אעפ"כ דארף מען זיך מתעלה זיין און זיך מרחם זיין אויף א אידיש קינד וואס שמאכטעט אין טורמע, וואס ווען ער ווייסט ווען אז אן אמעריקאנער תפיסה איז נישט קיין 'מגרש הרוסים' וואלט ער זיכער נישט געטון וואס ער האט געטון.
אדנירם: אבער דער איד, בלאט און די צייטונג שרייבן דאך אז די שרעקליכע נאציס די ציוני'סטישע מדינת ישראל פאליציי וועלכע זענען נאך א סאך ערגער ווי די נאציס, זעצן איין די אומשולדיגע בחורים און יונגעלייט די אזוי גערופענע "עסקנים" וועלכע גייען ארויס שבת אינדערפריה נאר צו אויס שרייען זייער ווייטאג,(פארשטייצעך נאכ'ן קידוש מאכן אויף עטליכע גלעזלעך שליוואוויטץ) אין די אכזריות'דיג תפיסה אין מגרש הרוסים. איז דאך משמע פון דעם אז אין אמעריקע, די מלכות של חסד, זענען די תפיסות ממש א גן עדן...!
נאר אונז זעה מיר ווי וואויל די אמעריקאנער גויים זענען. רובאשקין יוכיח. און אויך. ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א איד האט געוואונען ביי א דזשורי טרייעל. אז ער איז ארויס געקומען נאט גילטוי. אבער לעומת זה. די רשעות'דיגע, ציוניסטישע שופטים פון די מלכות הרשעה , מדינת ישראל, באפרייען אייביג די אידישע ארעסטאנטן פון די הפגנות מיט הבטחות אז מ'וועט זיך שוין אויפפיהרן גוט. אדער קליינע געלט שטראפן...!(אונז עמיר אויסלאזן, אזוי ווי דער בלאט שרייבט אייביג א פסוק. צו ספאסט יא אדער נישט..."וכל הרשעה כעשן (בעשן) תכלה"...)
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:47 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, נאר א פריינטליכע דערמאנונג

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 5:21 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: או.קעי. כ'האב געכאפט דעם רמז. נאר איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן...

תקף עליו יצרו...! איך קען בעצם שרייבן א גאנצן, דיקן ביכל פון 5,000 פעידזשעס. נאר כ'האב מורא אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט אין מיינע שטותים. אבער, עכ"פ מיך מאכט עס פילן בעסער. ס'אזוי ווי אלקא-סעלצער.. ס'ווערט לייכטער אויפ'ן מאגן...
