בלאט 3 פון 9
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:15 am
דורך berlbalaguleh
הק זעמל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:הק זעמל האט געשריבן:רבתי פארוואס איז מען סטאק ביי זיינע באמערקונגען און היסטוריע ?
עס איז דא אסאך צו רעדן פון אים ווי נמשל ער איז פון די גאר נאנטע ראטגעבער ביי מהר"א
פארדעם האט טאקע מהר"א לעצטנס אזא פנים. ווייל ער איז פון זיינע נאנטע ראטגעבער...!
אין אנהייב פלעגט ער רעדן און מאכן סטעיטמענטס בטוב טעם ודעת. אבער לעצטנס וויל ער זיין פויפסטליכער ווי דער פויפסט אליינס. ער האט מורא אז די צד מהרז"ל וועלן איהם באשולדיגן אז ער האט זיך אפגעלאזט פון די מלחמה לה' בעמלק. פון לוחם זיין קעגן די ציונים. והא ראיה ער איז געווארן בשלום מיט חב"ד און קלויזנבורג......!
מיר זעהט אויס פארקערט אז ער איז דער וואס האלט מהרא און די ראמען
אלא מאי. פון וואו זענען געקומען די ווילדע סטעיטמענטס וואס מהר"א האט ארויסגעלאזט אין די לעצטע צוויי יאר...? משא"כ אין די פריערדיגע יארן האט ער געזאגט זאכן בטוב טעם ודעת. אזוי ווי למשל ווען די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש האבן געהרג'ט ישיבה בחורים אין ישיבת מרכז הרב. און ביי די מומביי רציחות. וואו די פארדרייטע ברואים פון סאטמאר האבן געזאגט זייערע משוגע'נע סטעיטמענטס אז ס'זאלל שטימען מיט זייער אגענדא. און ר' אהרן האט גערעדט זייער שכל'דיג. אזוי ווי א איד דארף צו רעדן. נאר ביי די לעצטע טעראריסטישע שטיק וואו די פאלעסטינער מערדערס האבן געהרג'ט די דריי אידישע ישיבה בחורים האט ער גערעדט עפעס ווי איינער וואס האלט ביי עד דלא ידע...!
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:31 am
דורך דעת תורה
האלט דען איינער אז זיינע ארטיקלען אדער דרשות זענען אויף עפעס א ניווא בכלל? וואס איז די וואונדער אויף אים אז ער איז נישט יורד לעומקן של דברים? ס'איז גענוג צו הערן זיין שפראך, זיינע הוכחות און לאגיק צו פארשטיין במה אנן קיימין.
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בערל דאס איז נישט דער ערשטע מאל וואס דו ברענגסט דער מעשה מיט ענטעב''ע. איך וואלט זייער געוואלט זע'ען א קאפ''י פון יענער ארטיקל. נישט אז איך גלייב דיר נישט, נאר פאר מיין ארכיוואן. אז דו קענסט עס פארשאפען וואלט איך געווען דאנקבאר
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:09 am
דורך גאנצל
יעדער שרייבט און שרייבט און קיינער האט נאך גארנישט איבערגעוויזן
און דעס אז [tag][/tag]הרב אדנירם וויינט אז הרב שש טעלער פארדרייט אדנירם'ס פארדרייטע היסטאריע פון דעם ווער מיר נאך נישט קאנווינסט
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:01 pm
דורך הק זעמל
עזריאל האט געשריבן:הק זעמל האט געשריבן:האט איינער בעיסיק אינפא אויף אים? ווי אלט איז ער? וועמענס זון? ביי וועם האט ער געלערנט? פון ווי קומט ער?
שלום וברכה הרב זעמל, איך האב יעצט איבערגעקוקט דיין היסטארי דא און שטיבל, לויט דיינע תגובות און לייקס קוקט אויס ווי די ווייסט גאר גוט די תירוץ אויף דיין שאלה, מילא זעמיל מיר נישט ארום דא הייב אן שרייבן
פרידען צו דיר מיין פריינט עזריאל איך האב געשריבען אלעס דינג וואס איך ווייס איבער אים יעצט ווארט איך מיט געדולד מזאל מיר פארענטפערן מיינע פראגעס
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:03 pm
דורך גאלד
רב טעללער'ס ארגינעלע כשרונות און האבי באשטייט פון וואס ער שרייבט שוין צענליגע יארן (קען זיין נאך מימי בחרותו), קורת הדורות מימי הנביאים וחז"ל, ער איז מלקט אלע מדרשים ומאמרי חז"ל וואס זענען מפוזר ומפורד, און אויף א לשון צח ומליצה, געשמאק, כלשון בני אדם, מאמע לשון, לייגט אראפ א ברייטע בילד, די פונקטליכע כראנאליגיע פון קורות הדורות בימי הנביאים, בית ראשון, בית שני,
לפי החשבון דארף ער לכאורה שוין האבן הונדערטער גאנץ מעגליך טויזנטער חיבורים אויף דעם טאפיק, בלי גוזמא, זיינע פארזעצונגן איבער בית שני אין בלאט ציעט זיך שוין עט-ליסט 10 יאר וואס איך ווייס, לכאורה מער,
איך האב לעצטנס געזעהן א דיקן קונטרס פון זיינע מעשי ידיו אויף די נס פורים, אויסערגעווענליך שיין, זייער מסודר, פארפעלט נישט קיין איין פרט, אין צילייגט עס זייער זיס,
וואס איך מיין ארויסצוברענגן, דער מענטשן האט ברייטע קענטעניסן אויסער די ראמען וואס קען מעגליך שטיפן די סאטמארע אגענדע, און דאס מאכט זיך נישט פון זיך אליין, און ס'קומט זיך איהם א הכרה פאר דעם,
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:54 pm
דורך הק זעמל
ער האט אויך ארויס געגבען די בוק (ספר) משה היה רועה אויפן ברך משה
ער געט אויך ארויס א קונטרס יעדער וואך פאר קינדער
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:16 pm
דורך געוואלדיג
גאלד האט געשריבן:רב טעללער'ס ארגינעלע כשרונות און האבי באשטייט פון וואס ער שרייבט שוין צענליגע יארן (קען זיין נאך מימי בחרותו), קורת הדורות מימי הנביאים וחז"ל, ער איז מלקט אלע מדרשים ומאמרי חז"ל וואס זענען מפוזר ומפורד, און אויף א לשון צח ומליצה, געשמאק, כלשון בני אדם, מאמע לשון, לייגט אראפ א ברייטע בילד, די פונקטליכע כראנאליגיע פון קורות הדורות בימי הנביאים, בית ראשון, בית שני,
לפי החשבון דארף ער לכאורה שוין האבן הונדערטער גאנץ מעגליך טויזנטער חיבורים אויף דעם טאפיק, בלי גוזמא, זיינע פארזעצונגן איבער בית שני אין בלאט ציעט זיך שוין עט-ליסט 10 יאר וואס איך ווייס, לכאורה מער,
איך האב לעצטנס געזעהן א דיקן קונטרס פון זיינע מעשי ידיו אויף די נס פורים, אויסערגעווענליך שיין, זייער מסודר, פארפעלט נישט קיין איין פרט, אין צילייגט עס זייער זיס,
וואס איך מיין ארויסצוברענגן, דער מענטשן האט ברייטע קענטעניסן אויסער די ראמען וואס קען מעגליך שטיפן די סאטמארע אגענדע, און דאס מאכט זיך נישט פון זיך אליין, און ס'קומט זיך איהם א הכרה פאר דעם,
גראדע ביי זיינע קורות הדורות האב איך איהם שוין געטראפן מיט פילע טעותים און שטותים, איך האב נישט יעצט תח"י זיינע געשרייבאכטס צו קענען אויפווייזן.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:22 pm
דורך signout
עזריאל האט געשריבן:למשל ווען בעלז וואלט ווען שלום געמאכט מיט זלמן לייב וואלט מנשה פילאפ ארויס געקומען דערקעגן אלץ קנאי, און שלמה יעקב געלבמאן וואלט עס אויך נישט צו געלאזט,
אזוי האבען זיי טאקע געטוהן ביי מהרז''ל'ס לינקע ביישפילן, ווי ביי די נסיעה אויף ארץ ישראל, ביי די באזוך ביי ר' יצחק ז''ש, ביי די בג''ץ אין ב''ב, כינוס כלל ישראל וכו' וועם בלאפט מען?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:49 pm
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:רב טעללער'ס ארגינעלע כשרונות און האבי באשטייט פון וואס ער שרייבט שוין צענליגע יארן (קען זיין נאך מימי בחרותו), קורת הדורות מימי הנביאים וחז"ל, ער איז מלקט אלע מדרשים ומאמרי חז"ל וואס זענען מפוזר ומפורד, און אויף א לשון צח ומליצה, געשמאק, כלשון בני אדם, מאמע לשון, לייגט אראפ א ברייטע בילד, די פונקטליכע כראנאליגיע פון קורות הדורות בימי הנביאים, בית ראשון, בית שני,
לפי החשבון דארף ער לכאורה שוין האבן הונדערטער גאנץ מעגליך טויזנטער חיבורים אויף דעם טאפיק, בלי גוזמא, זיינע פארזעצונגן איבער בית שני אין בלאט ציעט זיך שוין עט-ליסט 10 יאר וואס איך ווייס, לכאורה מער,
איך האב לעצטנס געזעהן א דיקן קונטרס פון זיינע מעשי ידיו אויף די נס פורים, אויסערגעווענליך שיין, זייער מסודר, פארפעלט נישט קיין איין פרט, אין צילייגט עס זייער זיס,
וואס איך מיין ארויסצוברענגן, דער מענטשן האט ברייטע קענטעניסן אויסער די ראמען וואס קען מעגליך שטיפן די סאטמארע אגענדע, און דאס מאכט זיך נישט פון זיך אליין, און ס'קומט זיך איהם א הכרה פאר דעם,
סענדער דער דייטש איז געווען מער אינטעליגענט פון איהם. און דאך איז ער געווען אן אינטעלעקטשועללי דיסהאנעסט שרייבער, א דעמאגאג און א היפאקריט פון דעם ערגסטן סארט...!
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:49 pm
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:וואס איך מיין ארויסצוברענגן, דער מענטשן האט ברייטע קענטעניסן אויסער די ראמען וואס קען מעגליך שטיפן די סאטמארע אגענדע, און דאס מאכט זיך נישט פון זיך אליין, און ס'קומט זיך איהם א הכרה פאר דעם,
דאס איז טאקע די סיבה מען האט צוגעלייגט הרב/שליט"א אויפן קעפל.
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 6:47 pm
דורך דעת תורה
signout האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:למשל ווען בעלז וואלט ווען שלום געמאכט מיט זלמן לייב וואלט מנשה פילאפ ארויס געקומען דערקעגן אלץ קנאי, און שלמה יעקב געלבמאן וואלט עס אויך נישט צו געלאזט,
אזוי האבען זיי טאקע געטוהן ביי מהרז''ל'ס לינקע ביישפילן, ווי ביי די נסיעה אויף ארץ ישראל, ביי די באזוך ביי ר' יצחק ז''ש, ביי די בג''ץ אין ב''ב, כינוס כלל ישראל וכו' וועם בלאפט מען?
מנשה פילאפ האט פארפירט עפנטליך ביים כינוס כלל ישראל, (פארשטייט זיך אז ער האט גארנישט געזאגט ביי די (לאקאלע, נישט בג"ץ) ערכאות אין בני ברק, ווייל דער רבי ז"ל איז דאך אויך געגאנגען).
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:49 pm
דורך גאנצל
גארנישט געוואוסט אז די רבי איז געגאנגען אין קארט ? שוין איז דאך זייער גוט דארף מען דאך גיין בדרכי רבותינו
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:06 pm
דורך דעת תורה
ווי עלטער מ'ווערט לערנט מען נייע זאכן. היינט ביסטו דאס געוואויר געווארן.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:09 pm
דורך גאנצל
און ווי יונגער מ'ווערט אלס מער שטתים גלייבט מען
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:16 pm
דורך דעת תורה
לאקי'לי, ווערט מען נישט יונגער
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:15 pm
דורך איש את רעהו
יאסל ראקאווער האט געשריבן:@יידל האט צענומען די שרייבערע פון טעללער אין די אוצרות אויף קליין געלט, און א תגובה וואס איך האב שוין איבער געליינט במשך הימים עטליכע מאל. בוקמארק די תגובה און ליינט עס איבער ווילאנג אלע ענקערע שאלות אויף טעללער ווערט פאר ענטפערט...
viewtopic.php?p=65416
[tag]יאסל ראקאווער[/tag] האסט זיך טועה געווען דארט רעדט מען פון אן אנדערן
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:21 pm
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:יעדער שרייבט און שרייבט און קיינער האט נאך גארנישט איבערגעוויזן
און דעס אז [tag][/tag]הרב אדנירם וויינט אז הרב שש טעלער פארדרייט אדנירם'ס פארדרייטע היסטאריע פון דעם ווער מיר נאך נישט קאנווינסט
זיי האבן שוין איינמאל איבערגעוויזן
די העיט און בייעס וואס שפראצט ארויס פון יעדע העסליכע תגובה קעגן עמיצער וואס געט איבער אינפא קעגן ציוניזעם מסרחיזעם און אגעדיזעם, דאס זאגט זייער אסאך
אמת און ריכטיגע רייד טוען וויי, און אז ס'טוט וויי וואקסען ארויס אזוינע אשכולות ווי שוואמען נאכן רעגן, היינט הייסט עס ר' ש''ש א צווייטן טאג גימפעל און א 3'טן הייסטעט זרח
הצד השוה שבהן אז ס'טוט וויי שרייט מען און אז ס'טוט גאר שטארק וויי שרייט מען נאך העכער.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
איש את רעהו האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:יעדער שרייבט און שרייבט און קיינער האט נאך גארנישט איבערגעוויזן
און דעס אז [tag][/tag]הרב אדנירם וויינט אז הרב שש טעלער פארדרייט אדנירם'ס פארדרייטע היסטאריע פון דעם ווער מיר נאך נישט קאנווינסט
זיי האבן שוין איינמאל איבערגעוויזן
די העיט און בייעס וואס שפראצט ארויס פון יעדע העסליכע תגובה קעגן עמיצער וואס געט איבער אינפא קעגן ציוניזעם מסרחיזעם און אגעדיזעם, דאס זאגט זייער אסאך
אמת און ריכטיגע רייד טוען וויי, און אז ס'טוט וויי וואקסען ארויס אזוינע אשכולות ווי שוואמען נאכן רעגן, היינט הייסט עס ר' ש''ש א צווייטן טאג גימפעל און א 3'טן הייסטעט זרח
הצד השוה שבהן אז ס'טוט וויי שרייט מען און אז ס'טוט גאר שטארק וויי שרייט מען נאך העכער.
און דערפאר טאקע האלט איך שוין לאנג אז די רשעים ארורים פון אייסיס זענען גערעכט, ווייל דער אמת טוט וויי, און וועגן דעם שרייט מען אנטקעגן זיי, און אז ס'טוט גאר שטארק וויי שרייט מען נאך העכער.
אה, און שיער נישט פארגעסן: יעדע שוטה קען גרעפצן און דערנאך טענה'ן אז ער חזנ'יצט. און יעדער וואס בלייבט צושמיסן קען נאכדעם פארקויפן אז אויב יענער שרייט איז א סימן אז דער אמת טוט וויי...
אלמלא מוראה של שכל, [tag]איש את רעהו[/tag] חיים בלעו.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:57 pm
דורך הק זעמל
גיי איך נאך אמאל באקומען אינפא אויף ששט אדער מגייט בלייבען סטאק ביי ציונית?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:41 am
דורך [NAMELESS]
ווען אדנירם האט אנגעהויבן צו שרייבן דא בין עכט נתפעל געווארן פון אים, אבער איך הייב אן צו זעהן אין אים עפעס א מוראדיגע העיט קעגן די סאטמורים, די קללות וואס ער לאזט ארויס ביי יעדע געלעגענהייט ווי דאס ווארט סאטמאר קומט אריין טייל מאל אפילו אינגאנצן נישט צום דבר, ווייזט אן אויף עפעס א מין צומצום און פארמאכטקייט צו א צווייטע מיינונג. צומצום מיינט נישט נאר ווען דער נטורי קרתא׳ניק פארפירט קעגן בעלז, סקען אמאל גיין די צווייטע וועג אויך. איך זעה אונטער די ניק שש שטייט א מוראדיגער טאלאנטפולער פערזאן, רעדט צום זאך, מלא ידיעות, א שטארקע היסטריה ליבהאבער, אבער ווען ס׳קומט צו סאטמאר וועט ער שרייבן הוידל בוידל, שימפען און שעלטען אבי סזאל זיין א תגובה קעגן סאטמאר, איי דאנט געט איט.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 1:43 am
דורך [NAMELESS]
במחילת כבודך, איר זענט נישט גערעכט.
אפגערעדט פונעם פאקט אז איך שעלט נישט [אפשר שרייב איך שארף, אבער אן קיין קללות!], שרייב איך זיכער נישט 'הוידל בוידל'. מיינע טענות זענען באגרינדעט אויף פאקטן, טעלער'ס פאקטן זענען באגרינדעט אויף 'הוידל בוידל'.
כ'האלט אז יעדע עדה האט מעלות און חסרונות. סאטמאר כאפט אריין מער וויבאלד זיי זענען די איינציגסטע וואס בנוסף צום זאגן 'אונז זענען צדיקים' - וואס א יעדע חסידות טענה'ט איבער זייער דרך, זאגן זיי אויך אז 'אנדערע זענען סרו מן הדרך' - א חוצפה וזלזול כלפי אנדערע גדולי ישראל ומנהיגי הדור אויף א מבהיל'דיגן אופן.
דאס נעמט נישט אוועק די אויסערגעווענליכע מעלות פון די קהילה קדושה בישראל וואס האט אויפגעטון מסתמא מער פון סיי וועלכע אנדערע חסידות אויפן וועלט [למעט חב"ד - מיט איר אינטערנאציאנאלן נעץ פון שליחות וקירוב], מיט איר מייסד הגה"ק
רבי יואל מסאטמאר זצוק"ל.
סך הכל בין איך אפשר שארף, אבער נישט איינזייטיג.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:07 am
דורך [NAMELESS]
אה דיין חתימה האסטו געטוישט. על או על
איך האף די ביזט גערעכט ווייל איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה צו הייבן די גייסט פונעם שטיבל, כאטש איך קען זיין מחולק מיט דיר און טענהן אז יעדע חסידות קוקט או די צווייטע אלץ א סר מן הדרך, נאר נישט יעדער האט א צייטונג, און למעשה סאטמאר קומט מיט עפעס נקודות, סאיז געווען עפעס א באוועגונג פארן קריג קעגן ציונות, און טאקע פון די רביים לשולשלת בעלזא חבד גר, אבער איך גיי נישט אריין און דעם (אפס איך כאפ יעצט אז איך בין פעסט אריין) איך בין נישט די פארטרעטער פון סאטמאר. סאינטעסירט מיר בערך אזויפיל ווי וואס שמואל שלמה טעללער גייט די וואך שרייבן.