בלאט 3 פון 6

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 7:31 pm
דורך הבא ללמד
גראדע אז מען רעדט שוין פין האטעלן איז אינטערסאנט אנצימערקען דע ערשטע מאל וואס איך בין געפארן בין איך איינגעשטאנען אין א האטעל אין איך בין געווען זייער נישט ציפרידען, דע אנדערע מאל האט מען מיר גיעצה'ט צי דינגען א דירה (אגב מען קען זייער גרינג טרעפען)זייט דעמאלט'ס דינג איך מיר א דירהלע וואס איך בין זיך ממש מחיה, סאך ריינער אין מער פריוואט

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 7:43 pm
דורך איך אויך
דאס איז א טרענד וואס געשעהט אין די גאנצע וועלט. מענטשן זענען פעד אופ מיט הויכע פרייזן און בארינג דשענעריק האטעל צימערן און גייען ענדערש פאר וועקעשאן אפארטמענטס און אפילו צימערן אין א דירה. בוקינג דאט קאם אפערט עס און מיט די ריוויו סיסטעם ביסטו פארזיכערט אז מען נארט דיך נישט איין.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:30 pm
דורך פיינע קאווע
ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
ווייסט איינער ווי גיט איז waze אין ארץ ישראל? צו פארן פון ירושלים קיין מירון. וועט ער מיך נישט אריינפירען קיין רמלה?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:39 pm
דורך איך אויך
פון ירושלים קיין מירון מיט כביש שש מאכסטו עס היינט אין 1:45 דאר טו דאר (שנעלערהייט קען מען עס אפילו מאכן 1:30 און שטייטערהייט איז אויך נישט לענגער ווי 2 שעה) און דארפסט ניט קיין שום וועיז דערפאר.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:15 pm
דורך פיינע קאווע
איך דארף וועז כדי צו קענען פארן אויך אין גליל.
צו כביש שש דארף מען האבן אזוי ווי ez pass נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:31 pm
דורך איך אויך
ניין ,עס רעכענט די לייסענס פלעיטס עלאקטראניש דורך קעמרעס און די רענטל קאמפאני רעכנט דיר נאכדעם.

Re: א גריס פון ארץ ישראל

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:57 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
פיינע קאווע האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
ווייסט איינער ווי גיט איז waze אין ארץ ישראל? צו פארן פון ירושלים קיין מירון. וועט ער מיך נישט אריינפירען קיין רמלה?

וועז איז אן איזרעלי קאמפעני סאיז נאך בעסער ווי אין אמיריקא. סאיז דא א סעטינג אונצושטעלין נישט אריינצופארן ווי מדארף נישט

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:33 pm
דורך ונבנתה העיר
יש"כ [קרעדיט: בערל], ראש הישיבה, כ'האב אליין נישט אבזערווירט וואס איך אבזערוויר.

דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".

עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:21 am
דורך הבא ללמד
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".

עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.


דארפסט פארשטיין ווען מען פארט אויף ארץ ישראל היינטיגע צייטען פארט מען נישט ווי אמאל ווי מען איז געפארען פאר דע איינע ציהל צי שטייגען און עבודת השם, און פארשטייט זיך אז ווען מען איז געפארען איז עס געווען מיט א מחשבה תחילה אז מען לאזט איבער אלע גשמיות און חוץ לארץ דא גייט מען נאר דינען דיעם לעכטיגען בורא, וויפיל אידן האבען אפילו איבער געלאזט זייערע ווייבער און קינדער און חו"ל וויל זיי דיעס האט זיי אינגאנצען נישט אויסגעפיעלט פאר עבודת השם

היינטיגע צייטען ווען פארט אויף ארץ ישראל -ווער רעדט נאך אז ניצט דאס פאר אוויקעישען- פארט מיטן איינען ציהל צי מאכען א לעבען, פארשטייט זיך אז עס פאסט נישט צי זאגען אזוי גראב זאגט מען אז מען פארט צי ר' שמעון אדער צי באזיכען דע אלטע ירושלים'ער אידן, אבער דער אמת איז אז פארט מיט איין ציהל "צי מאכען א לעבן" , נא אז עס פעילט פין דע גשמיות אז מען האט נישט קיין גיטע סטעיק צי מען האט נישט א גיטע שלאף צימער וד"ל וואספארא לעבען קען מען שוין מאכען?

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:51 am
דורך לאליפאפ
הבא ללמד האט געשריבן:אגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
נאך אזאך ווען איך בין און ארץ ישראל האב איך נישט עפעס נארמאל צי עסען חוץ א פלאפעל, אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען

כמעט אין יעדן איינציגן געז סטעישן איז דא צוגעטשעפעט א קליין קאווע געשעפטל מיט פרישע געמאלענע קאווע, א שטייגער ווי קפה קפה, קפה ג'ו, און נאך..

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:28 am
דורך [NAMELESS]
אבער דאס איז דאך נישט נישט אינזער ביהמ"ד קאווע וואס מיר זענען געוואנט. א חוץ מזה האסט דארט געהאט אזא סייז קאפ אזוי ווי אין דיין אוועטאר ??

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:42 pm
דורך ראש הישיבה
פיינע קאווע האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.


די קניון הייסט 'רב שפע'. די געגנט לעבן דעם הייסט 'גני גאולה'. אויך איז יעצט געבויט געווארן א גרויסע בנין קעגן איבער רב שפע וואס הייסט 'פניני חמד. דארט איז דא הערליכע סוויטות צו פארדינגען. איך בין דארט איינגעשטאנען. עס דא דארט א הערליכע פאנאראמא. איך וועל באלד לייגן בילדער בע"ה פון די פאנאראמא. מען דארף זיכער מאכן אז מען באקומט א דירה וואס איז צו די זייט פון רחוב שמגר אדער צו דער בעלזער בעת המדרש.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 1:40 pm
דורך ראש הישיבה
דער בילד איז גענומען פון מיין דירה אויף איינער פון די העכערע שטאקן. איך האב נאך בילדער פון די פאנאראמא און בעסערע בילדער, אבער איך מוטשע זיך עס ארויף צו לייגן. מען זעהט די קרוין פון די בעלזער בית המקדש. ווייט אויף די רעכטע זייט זעהט מען רמת שלמה-שועפט. ביי אנדערע בילדער זעהט מען אויף די געגנט פון רמות.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:03 pm
דורך Milk shake
מזונות סענדוויטשים אין די טעיק אוטס איז גאר שווער צו געפינען, אלעס איז מוציא. ווידעראום אין די מאפיות - בעקערייען איז שוין היינט דא אויסוואל פון מזונות ראולס, ס'רוב מאל שפירט זיך טאקע די מיץ - זשוס פעסט אין די טעם, אנצוהערן אז ס'איז טאקע א רעכטע מזונות, אמאל פלעגן די פיצא געשעפן אויך זאגן אז די פיצא איז א מוציא, היינט זאגן זיי איינס איז מזונות צוויי איז המוציא.

די שפיץ פון מיין נסיעה (פאריאר,) איז געווען צו קענען טרינקן א "אמעריקאנע קאווע" אין די הייסע גאסן פון מירון ביי 90 דעגריס, ווער דארף סושי אדער סטעיק אז מ'קען האבן א הייסע אמעריקאנע קאווע?

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 3:49 pm
דורך ראש הישיבה
ערב ל"ג בעומר וואס איך בין שוין געווען אין מירון. האבן אונז מחליט געווען אז מיר כאפן זיך אריבער קיין צפת. אביסל אויף די בארג און אויכעט צו כאפן א טבילה אין די טהרה שטיבל פון די בית החיים (הנקרא די ארי' הקדוש'ס מקוה). אזוי אויך האבן אונז עפעס געוואלט ערלעדיגן אין עיר העתיקה צפת. מיר גייען אראפ צו גי כניסה פון מירון לעבן די תחנת דלק. דארט איז אויך דא עפעס א מזנון, דאכט זיך אז עס האט נישט די בעסטע הכשר. מיר פרעגן די שוטר ווי מען קען כאפן א באס קיין צפת. זאגט ער אז ביז ניינע ביינאכט ליל ל"ג בעומר קען מען נאך ווארטן דא, ערשט ביינאכט וועט מען מוזן גיין צו די קאלירטע באס סטאנציע.

נאך ווארטן א האלבע שעה, רופט אויס א שוטר אויף די רם-קול, אז מען מוז יא פאלגן די נייע הסדרי תנועה. און מיר מוזן גיין צו דארט ווי די פענער זענען בלוי.

שוין מיר גייען צו די באשטימטע ערטער, און מיר ווארטן נאך א צוואנציג מינוט ביז עס קומט אהן א באס וואס פארט קיין צפת. גלייך שפרינגט ארויף א איד צו די טיר און זאגט אז ער לאזט נישט קיינעם ארויף אויף די באס. ער פשוט און פראסט האט געהיידזשעקט די באס. ער קומט מיט א טענה, אני מחכה לאוטובוס שנוסע לכרמיאל יותר משעתיים, ואני לא אזוז מפה עד שהוא יסע לכרמיאל. עס האט נישט געהאלפן פודינו ומצילנו, דער רוקט זיך נישט פון ארט. ער זאגט אז תקראו למשטרה ואני לא אזוז. די עולם איז געווען אביסל אומגעדולדיג אבער זיך געהאלטן רואיג. מען האט זיך מתווכח געווען מיט אים, אבער עס האט גארנישט געהאלפן. ביז איינער האט אריבער געוואקט צו די מוקד פון די משטרה און געפועלט אז איינער זאל אריבער קומען. ווען יענער איז אריבערגעקומען האט ער נישט גארנישט געטוהן נאר אים געזאגט אז אני מטפל בענין ויסדר לך אוטובאס. שוין דער איד איז אראפ.

מען גייט ארויף וויפיל קאסט? 10 ש"ח כיוון אחד, און 17 הלוך וחזור. איך קויף גלייך הלוך וחזור, און בעט די נהג צו מאכן שתי נקיבות (צוויי לעכער אין די כרטיס). פרעגט ער למה, זאג איך בשבילי ובשביל אשתי. אזוי האב איך זיך געשפארט דריי שקל.

דערווייל איז געווארן נאך א וויכוח צווישן אנדערע נוסעים אויב זיי דארפן צאלן. ווייל זיי האבן געקויפט א הלוך וחזור ירושלים מירון. און היות אז זיי האבן נישט צוגעשטעלט קיין באסעס קיין ירושלים פון מירון, זענען זיי נישט מחוייב צו צאלן די הוצאות קיין צפת. דער נהג טענה'ט אז ער ארבעט פאר אן אנדערע חברה און עס האט נישט קיין שייכות. איז געקומען אן אמעריקאנער, און געזאגט אז ער איז מנדב פאר אלע דיע נוסעים די הוצאות קיין צפת אבער לאזט שוין די נהג פארען. אבער דיע נוסעים האבן אפגעזאגט טהנה'דיג אז עס איז א שאד די געלט און עס קומט נישט פאר אגד די געלט. נאך בערך צוואנציג מינוט טענות ומענות, איז מען למזל ארויסגעפארן קיין צפת.

איך האב ווידיאוס פון די וויכוחים אבער איך קען עס נישט לאדענען.

[tag]ודי למבין[/tag] דאס קען מען נישט מיטהאלטן מיט א געדונגענע קאר. :)

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:41 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.

מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.

מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.

איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.

אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.

נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!![/justify]

Re: א גריס פון ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:45 pm
דורך בר-כוכבא
ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:47 pm
דורך ראש הישיבה
פידלער האט געשריבן:א דאנק פאר די אשכול, ראש ישיבה. איך בין אויך געפארן אןיף די נסיעה און מיר איז גאר אינטערעסאנט געווען אז אויף די באס פון צפת קיין מירון זענעו פרויען און מענער געפארן געמושט, געזעסן זייט ביי זייט, אינגאנצן אויסגעמישט אן קיין שום פראבלעם.

דא אין אמעריקא מיינט מען אז דארט זיצט מען עקסטער. לא דובים ולא יער. איך בין געווען אויף זייער סאך קווים על פי רוב פרומע קווים. קיינמאל נישט געזען קיין שום סדר אויף דעם ענין.

גראדע וואס איך האב יא באמערקט אז אויף יעדע עטליכע זיצן איז דא א סטיקר וואס שטייט: שים לב, כל נוסע יכול לשבת בכל מושב,, חוץ ממקומות המסומנים לנכאים. להטריד נוסע בענין זה הוא נגד החוק. אדער עפעס ענדליך.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:48 pm
דורך ראש הישיבה
בר-כוכבא האט געשריבן:ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?


וואס איז? דו קענסט אויכעט טוהן וואס דו ווילסט דארט.

Re: א גריס פון ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:52 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.

מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.

מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.

איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.

אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.

נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!![/justify]

די ארץ ישראלידגע מיטעליטי איז מער היימיש ממילא אפי' די אמעריקאנע קעטשן ווען זיי זענען דארטן.

דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

פיין ווייטער צוריק....

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:55 pm
דורך לכבוד שבת קודש
.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
ראש הישיבה האט געשריבן:נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!![/justify]

און אוודאי געוויס אין צפת, וואו דו 'מוזט' גאר טון אינטרעסאנטע זאכן כדי מ'זאל נישט לאכן פון דיר...

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:04 pm
דורך לית דין בר נש
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.