בלאט 3 פון 9
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:מנהרות הכותל... זאל אריינגיין אביסל ביז קעגן די קדשי קדשים,
אין מנהרות הכותל בין איך געווען לעצט בערך 6 יאר צוריק און ווי איך געדענק איז די מקום כנגד קדשי קדשים גאנץ טיף אינדערמיט. ( אבער אפשר האט מען זי אריינגעלאזט אן א טור).
ביזט גערעכט מיט ביידע.
ס'איז היבש טיף, און זי איז אריין אן א טור. מיט א טור וואלט עס געקאסט געלט, און מיט א טור קען מען נאר גיין נאך אן אפוינטמענט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
שוין. אבי כ'בין גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:זייער שיין, שש.
די ארגינעלע שטיין געפונט זיך אין טערקיי.
ירא שמים האט געשריבן:וואו רעדט ער וועגן א שטיין?
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'געדענק זעענדיג לעצטע מאל א סיין אינמיטן וועג, וואס מ'האט אנדעקט אין ארץ ישראל, וואו די מערה-האקער'ס וואס האבן געהאקט פון ביידע זייטן
קען מיר איינער געבן צופארשטיין וואס טוט זיך דא?
חזקיהו האט געלאזט אויסהאקן א טייך ?
און דער שטיין וואס איז געווען אין פלאץ וואו מהאט אויסגעהאקט איז אין טערקיי?
איים אלל מיקסט אפ
חזקיהו המלך האט געלאזט אויסהאקן א וועג פון וואו די מי השילוח - א קוואל אינדרויסן פונעם דעמאלסדיגן ירושלים - זאל אריינקומען אין שטאט אריין. די ארבעטער'ס האבן געהאקט אויף צוויי פלעצער אויפאמאל, ביים מי השילוח און אין ירושלים. אינמיטן וועג האבן זיי זיך צאמגעטראפן, און מרוב שמחתם האבן זיי איינגעקריצט דעם מאורע אין א שטיין.
דער שטיין איז געפונען געווארן יארן צוריק, פאר די מדינה, און ארכיאלאגן האבן דאס געברענגט קיין טערקיי [נישט פארגעסן אז די טערקישע אימפעריע האט געוועלטיגט אויף ארץ ישראל ביז הונדערט יאר צוריק]. דארט געפונט זיך עס עד עצם היום הזה. ווען איך בין געווען לעצטע מאל אין נקבת חזקיהו, האב איך געזען א 'נאכגעמאכטע' שטיין וואס איז פונקטליך וויאזוי די אריגינעלע שטיין זעט אויס אין טערקיי. די זעלבע נאכגעמאכטע שטיין האב איך דאסמאל געזען אין מוזיאון ישראל אבער נישט אין נקבת חזקיהו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:45 pm
דורך ונבנתה העיר
אדנירם האט געשריבן:
אין א געוויסע שטיין אין כותל המערבי [וואס איז נאר אפן דורך גן ארכיאולוגיה], האבן מיר געזען אריינגעקריצט אידישע אותיות, עפעס ווי דער לשון הפסוק (ישעי' סו, יד): וראיתם ושש לבכם ועצמותם כדשא... הפלא ופלא! כ'האב געכאפט א בילד פון דעם שטיין. em Archaeological Park.[/url][/b]
viewtopic.php?f=8&t=7363
Re: מסעות ד'שש משזר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:13 pm
דורך ירא שמים
ישר כח שש פארן זיך אראפלאזן און מסביר זיין פשוט
סאיז דא מקור אין פסוק אויף די מעשה
אז נישט וואו יא?
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 12:26 am
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:
אין א געוויסע שטיין אין כותל המערבי [וואס איז נאר אפן דורך גן ארכיאולוגיה], האבן מיר געזען אריינגעקריצט אידישע אותיות, עפעס ווי דער לשון הפסוק (ישעי' סו, יד): וראיתם ושש לבכם ועצמותם כדשא... הפלא ופלא! כ'האב געכאפט א בילד פון דעם שטיין. em Archaeological Park.[/url][/b]
viewtopic.php?f=8&t=7363
פארפאלן, ונבנתה איז ונבנתה...!!!
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 12:34 am
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:ישר כח שש פארן זיך אראפלאזן און מסביר זיין פשוט
סאיז דא מקור אין פסוק אויף די מעשה
אז נישט וואו יא?
זע
דא א לענגערע אפהאנדלונג נאר איבער דעם.
א בילד פונעם שטיין:
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:27 am
דורך געוואלדיג
ישר כח שש, דו פילט מיר אן מיט נאסטאלאגיע, קיפ איט אפ.
Re: מסעות ד'שש משזר.
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:53 am
דורך ירא שמים
מן הסתם אלס דעם האבן זיי געמכט אין די נייע ויזניצער מקוה אין מאנסי עקסטער אויף אריין און ארויס[emoji2]
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:05 pm
דורך באשטעטיגט
ישר כח אדנירם, איך פאר אין די זימער קיין ישראל מיט מיין ווייב ,וועל איך גיין צו עיר דוד 100% !
איך ווארט צו הערן נאך...
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
באשטעטיגט האט געשריבן:ישר כח אדנירם, איך פאר אין די זימער קיין ישראל מיט מיין ווייב ,וועל איך גיין צו עיר דוד 100% !
איך ווארט צו הערן נאך...
כ'נעם נישט אחריות אויף יענעמ'ס צופרידנהייט...
ס'דא וואס זענען פאראינטרעסירט אין יעדן אלט שטיינדל, און ס'דא וואס נאך צוויי מינוט גייען זיי ווייטער.
ס'דא וואס קלערן אריין איבער דעם פלאץ וואו זיי שטייען, איר היסטאריע, די הרגשות, און ס'דא וואס זענען צו מגושם פאר דעם.
ס'דא וואס ווייסן וואס צו זוכן, און וואו זיך אפצושטעלן - פאר ווי לאנג, און ס'דא וואס דארפן א טור-גייד...
הכלל, איינער וואס כאפט מיין קו לאורך מיינע ארטיקלען, און שפירט וואס איך שפיר און אידענטיפיצירט זיך מיט דעם, וועט זיכער הנאה האבן.
מוזיאון ישראל
נשלח: מוצ"ש מאי 30, 2015 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
מאנטאג פרשת בה"ב תשע"ה.
מיר גייען היינט אדורכגיין די גאנצע אידישע - און אין געוויסע הינזיכטן, די גאנצע וועלטס - היסטאריע, מיטן באזוך אינעם וועלט-בארימטן מוזעאום 'מוזיאון ישראל'. פארוואס איך האב מיך אויסגעוועלט פונקט דעם טאג, איז וויבאלד נאכן באזוכן זייער וועבזייטל האב איך געזען אז פונקט מאנטאג פרשת בה"ב וועט איינטריט זיין גענצליך פריי! פארוואס? ווייל היינט צייכענען זיי אפ זייער 'יובל החמישים' פונעם התייסדות פונעם היסטארישן מוזעאום. למעשה גערעדט, איז עס ווערט יעדע פעני - און כל שכן ווען די פרייז אריינצוגיין געווענטליך איז אויך ממש פעניס קעגן די ים פון היסטארישע און אינטרעסאנטע אויסשטעלונגען וואס געפונען זיך דארט.
איין נקודה וואס דארף יא אויסגעשמועסט ווערן איז, אז אנדערש ווי רוב אנדערע פלעצער וואו מיר האבן באזוכט, וועט מען דא געפונען אפענע כפירה - אזויווי אין יעדע גוי'אישע מוזעאום. די וועלט איז אלט ווייסעך ווי לאנג, די אידן זענען קיינמאל נישט געווען אין מצרים, וכו'. הקיצור, וועם עס געפעלט נישט - האט נאכאלס איבער גענוג פלעצער און אפטיילונגען אינעם מוזעאום זעלבסט, וואו צו באזוכן.
מיר זענען דורך פארשידענע אפטיילונגען, איינס אינטרעסאנטער פונעם צווייטן. אויב כ'זאל מיך אפשטעלן אויסרעכענען וואס כ'האב אלס געזען, וועל איך רעדן ביז מארגן. ממילא קען מען נאר רעדן בקצירת האומ"ר צו כאפן די בליק איבער דעם פלאץ.
איין אפטיילונג איז אלע אפגעטער פון ארץ ישראל, קולטורן פון פרעמדע פעלקער, גאר היסטארישע זאכן. דערנאך גייען זיי אדורך דאס אידישע פאלק, איר היסטאריע וכו'. אין די ביידע פלעצער איז דא פיל מיט כפירה און עבודה זרה. אבער פארשידענע גאר אינטרעסאנטע ידיעות, והכלל בזה: וואס שפעטער די דורות ווערן, אלס קלארער קומט ארויס דאס בילד פון אונזער צוגעוואוינטן רעליגיעזן לעבן, ואכהמ"ל וד"ל.
דערנאך זענען מיר אריבער צום 'חיי יום יום' סארט אפטיילונג, אין איין ריזן צימער האבן מיר געזען אויף אויסלייג אלע סארטן אידישע מלבושים, פאר מענער און פרויען, פון אלע תקופות, בכל מקומות מושבותיהם. פון אינדיע קיין פוילן, פון טערקיי קיין תימן, פון שפאניע קיין איראק, און פון ארץ ישראל ביז אמעריקע. אזא קיבוץ גליות וועלן מיר טרעפן ביי אלע אנדערע זאכן וואס מיר וועלן באגעגענען. אין א צווייטן ריזן צימער האבן מיר געזען אויף אויסלייג אלע סארטן מלבושים, חפצים, מנהגים לברית מילה, פדיון הבן, חתונה, חתן כלה, גיטין וקידושין וכתובה, תכריכים, א.א.וו. אין אנאנדער צימער האבן מיר באגעגענט ימים טובים אויסגעלייגט מייסטערהאפט. א צימער פאר פסח, סוכות, הגדות, סוכות מיט נוי סוכות, אלעס פון גאר היסטארישן באדייט און קולטור. באזונדער זענען געווען די כלי קודש, ווי ספרי תורה וכתריהן מיט די מענטעלעך, ארון הקודש'ס, מנורה'ס, כוסות, וכו'.
אזוי אויך איז געווען אן עקסטער אפטיילונג פון בתי מדרשים, אלטע היסטארישע הערליך שיינע מאיעסטעטישע בתי מדרשים פון הונדערטער יארן צוריק, וואס זיי האבן פשוטו כמשמעו איבערגעמאכט אדער אפילו איבערגעפלאנצט אינעם מוזעאום. גאנצע צימערן וואס זעען אויס פונקט ווי דער ספעציפישער בית המדרש האט אויסגעזען. פון איטאליע קיין דייטשלאנד, ביז דרום אמעריקע. זייער פראכט האט מיר איבערגעלאזט מיט א מויל אפן פארגאפטערהייט. פארפאלן, ס'איז עפעס וואס אונזערע בתי מדרשים - אפילו די שיינע פון זיי - וועלן שוין קיינמאל נישט מאכן. אלטע סטייל, אלטע חן, און אלטע פראכט.
אזוי אויך האבן זיי געהאט אן ענליכן אפטיילונג, וואו זיי האבן איבערגעפלאנצט הערליכע פאלאצן, פון גראפן ביז עשירים אדירים. איינס פון זיי איז געווען פון א ראטשילד, איינס א קעניגליכע פאלאץ, א.א.וו. די שיינקייט דערפון איז שטוינענד. די טעיסט דערפון פאקט איין אונזערע נארישע טעיסט מיליאן מאל. בקיצור, דו דרייסט דיך ארום פאר'שיכור'טערהייט פון פלאץ צו פלאץ מיטן צונג אינדרויסן, בבחינת: "מתי יבוא לידי ואקיימנו"...
דערנאך זענען מיר געגאנגען צום ART אפטיילונג, ווער ס'האט הנאה פון אזעלכע זאכן, זאל וויסן אז דארט ליגט אן אוצר בלום, פון הערליך שיינע היסטארישע פעינטינג'ס וכדומה, אבער ס'דא דארט נשים צדקניות פארשמירט אויף די ווענט, אזש אחאב'ס ווייב - הרבנית איזבל - האט פון אזאנס נישט גע'חלום'ט ביים מאכן די פעינטינג'ס אויף איר מאנ'ס קארעטע כמבואר בחז"ל. ומפני הכבוד אקצר.
ס'דא נאך וואס צו שרייבן איבער דעם היסטארישן מוזעאום, וואס איר ווערד וואלט איך געשאצט אין די ביליאנען בלי שום גוזמא כלל, אבער כיון שנתארכה תגובתי זו, אסיים כאן, און קומענדיגס מאל וועלמיר אי"ה ממשיך זיין מיטן מוזעאום ווייטער.
אין נעקסטן קאפיטל: המשך ביקור במוזיאון ישראל.
מסעות ד'שש משזר.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 12:25 am
דורך ירא שמים
כבין נישט קיין מבין און כבין נייגעריג וואס איז די וד״ל
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:28 am
דורך פאדעם
ישר כח ר שש מזשר ,איך ליין מיט שפאנוג אייער באשרייבונוג ,עס איז זייער אינטערסאנט (פאר מיר עכ'פ),איך וויל אייך בעטן אויב מעגליך אפשר קענט איר בקיצור ארפלייגן ווי איר זענט געווען,ווייל עס איז מעגליך מיר וועלן בקרוב זיך אריבער כאפן אהין,איז אינטערסאנט צי הערן פון אייך אייער נסיעה, א דאנק
המשך מוזיאון ישראל.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:49 am
דורך [NAMELESS]
המשך באזוך אין מוזיאון ישראל.מיר זענען געגאנגען ווייטער צו א נייע אפטיילונג, ווי עס האט זיך אנטדעקט פאר אונז אן ערהאבענעם בילד: א איבערגעמאכטע מיני אלטשטאט ירושלים. נישט פון היינט, נאר פון זמן שבית המקדש היה קיים מיטן בית המקדש אין שפיץ. נישט א קליינע מיניטשור פון אפאר פיס, נאר א היבש ריזן איבערגעמאכטע שטאט וואס נעמט אויף די שטח פון אפאר דיינונג-רומ'ס. הערליך שיין. וויפיל מער כ'האב עס באטראכט, אלס מער בין איך אריין אין אונזער היסטאריע פון פאר ארום צוויי טויזנט יאר. אזש כמעט זלגו עיני דמעות ווען נישט דער ציבור אידן וואס זענען דארט געווען. דאס האט זיכער איבערגעלאזט א היסטארישן רושם אויף יעדער וואס האט דאס נאר באטראכט, און אודאי אויף מיר.
פון דארט זענען מיר געגאנגען צום סאמע הויכפונקט פונעם קאמפלעקס 'מוזיאון ישראל'. און דאס איז דער גניזה פון מערות
קומראן וואס געפונט זיך דארטן. און אין קורצן, אין יאר 1946 האט א בעדואינער געטראפן פארמאכטע כדים וואס אינעווייניג זענען געלעגן אלטע מגילות צונויפגעוויקלט, נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז דארט געפינט זיך דער מערסט היסטארישער געשריבענער אוצר אין די וועלטס היסטאריע, נעמליך, א גאנצער ספר ישעיה, און נאך קטעים פון ספרי קודש און ספרים חיצונים, וואס זענען געשריבן געווארן איבער צוויי טויזנט יאר צוריק. די ווערד פון דעם היינט צוטאגס איז אומשאצבאר, און א גרויס חלק פון די געטראפענע
מגילות געפינען זיך אין א באזונדערע אפטיילונג אינעם מוזעאום.
דא קענט איר ליינען נאך אביסל איבער דעם.
פון אינדרויסן איז די ספעציעלע בנין אויך געבויט זייער אינטרעסאנט. עס געבט דעם איינדרוק פון א שטאפער אויף א קריגל, לרמז אויף די קריגלעך וואס אין זיי האט מען געפינען די אור-אלטע מגילות. און עס איז דא א שטיקל וואסער פאל וואס קומט ארויס פון די זייטן, און געבט צו א מאיעסטעטישע צורה צום בנין. אזוי אויך איז דא א זיסע ווידעא [אביסל קינדעריש] צו זען פאר דעם, צו באקומען א שטיקל בליק איבער די גאנצע מעשה מיטן טרעפן די מגילות. פארשטייט זיך אז די אינטרעסאנטקייט פון זען די מגילות האט מיך איבערגענומען - 'אז נאר'!
מיר זענען ארויס פון דארט, שפאצירט נאך אביסל איבער די מוזעאום, געזען פארשידענע אנדערע אינטרעסאנטע זאכן שא"א לפורטם כי רבים הם. מיין איינדרוק איז, אז א שפאציר דארטן איז ווערד כל חללי דעלמא.
רעקאמענדאציע: 100%.
זייער וועבזייטל: מוזיאון ישראל. וויקיפידיע האט א
גאנצע באשרייבונג אויפן מוזעאום, און וואס עס געפונט זיך אין איר.
אין נעקסטן קאפיטל: הבית השרוף [בית קתרוס], מערת המכפילה.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:31 am
דורך בן עזאי
אדנירם האט געשריבן: כ'האב געטראכט צו מיר: ס'ארא שאנדע אז אמעריקע דארף זיך בכלל 'רייבן' מיט אזא צוריקגעשטאנענע מדינה. .
מענין לאותו ענין, זיצנדיג אין א ווארט זאל אין א"י האב איך מיר אינטערגעהערט ווי 2 פרייע רוסקיס - קוקט אויס פרישע עולים - שמועסן ווי שטארק אבאמא האט מורא פאר פוטין.
באמערקנדיג אז איך בין אן אמעריקאנער גיבט מיר דער רוסקי א פרעג אויב אמעריקע האט מורא פון רוסלאנד.
ענטפער איך אים אין מיין צובראכענע לשה"ק "וודאי, איני יכול לישון בלילה מפחד פוטין" (אין אידישע איבערזעצונג פאר די וואס לייענען נישט קיין עברית: שאר, איי קענט סליפ עט נייט פראם סקעיר אוו פוטין)
דער האט זיך אזוי באליידיגט, אז ער האט שוין נישט געוואלט שטיין מיט מיר אין ווארט.
און ניין אדנירם, סנישט קיין חשש גילוי אז מזעמער געווען אויף מרון ל"ג בעומר. חשש גילוי איז אויף די וואס זענען געווען אין אמעריקע.
פארציילט מיר א חבר, סנישט געווען צו טרעפן קיין מנין דא. (אפשר מאכט ער חוזק פון מיר, אזויווי איך מיט די רוסקי?)
הבית השרוף [בית קתרוס].
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:13 pm
דורך [NAMELESS]
צוריק קומנדיג פון מוזיאון ישראל, זענען מיר געגאנגען נאכאמאל קיין אלטשטאט, און מיר זענען האבן באזוכט דעם כמו מוזעאום 'בית השרוף' [בית קתרוס]. דאס איז אן אויפגעגראבענע הויז היבש נאנט צום כותל, ווי מען האט געטראפן כלים מיטן נאמען 'קתרוס' - דער משפחה נאמען פון א באוואוסטע פאמיליע בזמן הבית המקדש. אין גמ' פסחים דף נ"ז ע"א, ווערט די משפחה אראפגעברענגט לשמצה. פארשידענע כלים, געלט, און כמדומני אויך א מקוה, האט מען דארט געטראפן. אזוי אויך זענען העלצער וכו' געטראפן געווארן פארברענטערהייט, אלס טרויעריגער עדות צום חורבן ביהמ"ק וירושלים.
אין דעם פלאץ איז דא א שיינע ווידעא, כמו 3D טיאטער, וואס מען קען זען. ווי זיי לייגן אראפ א שיין בילד וויאזוי ס'האט אויסגעזען בעפארן חורבן, און די פארשידענע שיטות וואס האבן געהערשט איבער מאכן א מלחמה מיט די רומיים, אראפגעשפילט פונעם כהנ'ישן פאמיליע קתרוס. ס'איז ממש שיין און הארציג, און גראדע פרום אויך - דהיינו אן קיין כפירה וכדו' - אבער מיט ציוניסטישע נייגונגען. למעשה האב איך הנאה געהאט דארטן, כאטשיג די גאנצע באזוך דארט נעמט בפשטות אונטער א האלבע שעה.
רעקאמענדאציע: 80%.
א וועבזייטל מיט פרטים איבער דעם פלאץ.אין נעקסטן קאפיטל: א נסיעה קיין חברון צום מערת המכפלה.
חברון, מערת המכפלה.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:13 pm
דורך [NAMELESS]
ביינאכט האבן מיר מחליט געווען זיך אריבערצוכאפן קיין חברון, צום מקום מנוחת אבותינו אין מערת המכפלה. מיר זענען געפארן צום תחנה מרכזית, די מעין באס סטאנציע אין ירושלים, וואס נאר פון דארטן פארן ארויס באסעס - כ'מיין אז געפאנצערטע - קיין חברון. אינעם תחנה מרכזית האבן מיר געכאפט א מעריב, און דערנאך הופא... ארויף אויפן באס. די וועג האט געדויערט איבער א שעה [מיט אסאך סטאפס], און אעפ"כ האט דאס געקאסט ווייניגער פון צען שקל א מענטש!!! אזויווי פארן קיין לעיקוואד אדער מאנסי פאר צוויי א האלב דאלער... דעמאלס האב איך פארשטאנען וואו די מזרח'יסטן מעלקן די רעגירונג מער ווי די חרדים. היות די גאנצע נסיעה אהין אפאר מאל א טאג איז נאר פאר די מזרח'יסטן, וכדלהלן.
מיר זענען געווען די איינציגסטע חרדים אויפן באס, וואס איז גראדע געווען כמעט פיל, בעיקר מיט מזרח'יסטן. זיי וואוינען אין א שטעטל קרית ארבע וואס געפונט זיך אפאר מינוט אוועק פון חברון, וואו אפאר הונדערט - היבש פרומערע, די א.ג. חרדלי"ם - מתנחלים וואוינען, און זייער רב איז דער 'הרב אלישיב ביי די מזרח'יסטן', הגאון הגדול רבי דוב ליאור. איינער מיט א רעפוטאציע פון גאונות, יראת שמים, כח הנהגה, און גאר שארפער רעכטער עקסטרעמיסט.
אנקומענדיג צום מערת המכפלה - די לעצטע סטאפ אויפן באס - זענען מיר אדורך א קליינע טשעקפוינט פון חיילים, און מיר זענען אריין בתוככי הבנין, וואו אונטער דעם געפונט זיך מקום מנוחתם של שלשה אבות ושלש אמהות. פלוס דעם 'קאפשטיק' עשו'ן. די אלע נעמען אינעווייניג אז 'דא' ליגט דער און 'דא' ליגט יענער, איז בפשטות הוילע בלאף, פשוט פאר דעם אליין אז ס'נישטא קיין שום מסורה אויף דעם, און מ'האט ניטאמאל געקענט אריינגיין אהין הונדערט יאר צוריק. אבער בין כך ובין כך איז דאס א מקום קדוש, ווי כל מקום שאתה עומד שם אדמת קודש הוא.
אזוי אויך האבן מיר געזען דעם כולל וואס דער באקאנטער עקסטרעמיסט און היץ קאפ, ר' ברוך מרזל [וואס איז לעצטענס געלאפן צו ווערן א חבר כנסת אויפן פלאטפארמע פון אלי ישי, ביחד, וואס איז אדורכגעפאלן], האט מייסד געווען. וואס ווי באקאנט וואוינט ער אין חברון, און רייצט זיך מיט די אראבער'ס [אדער זיי רייצן זיך מיט אים. תלוי וועם דו פרעגסט...], און האט שוין געזען די תפיסה ווענט א היבשע פאר מאל אין לעבן. ער איז אויך וואויל באקאנט פאר ישיבה בחורים וואס קומען קיין חברון אויף א שבת, וואו ער האט אן אפן טיר און מ'עסט ביים אים, וויבאלד ער האט אפיציעל אויך דעם הכשר פון עדה החרדית. א קאמבינאציע פון עדה ביז רעכטער אקטיוויסט...
ארויסקומענדיג נאכן מתפלל זיין, האבן מיר געזען די נאז מיט די בויך פונעם רמב"ן. פרעגט איר מיר פשט? עלעך אייך זאגן. דער רמב"ן האט אזא דריי מקומות וואס מ'זאגט אז ער ליגט אין זיי באגראבן. זעט אויס יעדער האט אים געוואלט האבן און מ'האט זיך צוטיילט מיט די רויב... הכלל, גיי ווייס צו ער ליגט דארט צו נישט, אבער פארשטייט זיך אז מיר האבן געזאגט תהילים דארטן אויך, על צד אז דער גרויסער דענקער בתורה, ש"ס, מוסר, פילאזאפיע, און קבלה, ליגט דארטן.
בכלל איז דאס זייער א שיינער פלאץ צו באזוכן, זעט אויס אז כדי צוציען דעם עולם האבן די מתנחלים דארטן איבערגעבויט אביסל כדי צו געבן א שיינעם אנדרוק אויפן מקום. ס'איז נאר געווען ביינאכט, וחבל. אויף צוריק האבן מיר גענומען דעם באס, וואס האט געהאט אונטער א מנין מענטשן, אזוי אז מיר האבן באקומען א בעסערע באגריף און מיין אויבנדערמאנטע טענה, אז די מתנחלים זענען גאר די געלט מעלקער'ס אין ארץ ישראל, און די חרדים באקומען אפאר טראפנס.
אינעם נעקסטן קאפיטל: א שפאציר אין אלטשטאט און אירע מוזעאומ'ס ועוד.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:27 pm
דורך פלאוויוס
שש טייערער, ביי מיין קומענדיגן באזוך אין ארץ ישראל וואלט איך געוואלט דיך פארבעטן מיטצוקומען... דיינע ווערטער דערווארעמען דאס הארץ.
חורבת רבי יהודה החסיד, קבר דוד, ועוד.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:05 am
דורך [NAMELESS]
דינסטאג פרשת בה"ב תשע"ה.מיר הייבן אן דעם טאג מיט א שפאציר קיין שער יפו. דער וועג האט געדויערט אן איבריגע פאר מינוט, און דאס האט גורם געווען פאר מיין אשת חיל צו ציטערן אז מיר פארן באלד אריין אין אן אראבישן געגענט... [א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג, אבער שפעטער אין טאג. ליינט מיט שפאנונג]. למעשה זענען מיר אנגעקומען צום חומת העיר, וואס איז כידוע א הערליכע זאך צו באטראכטן פאר זיך זעלבסט, מיט די טייטלביימער וואס ליגן דארט איינגעפלאנצט בהרחבה.
אנקומענדיג צום שער זעלבסט, זעען מיר א הערליך בילד: אינעם רעכטן זייט פונעם פתח השער ממש, געפונט זיך אזא סארט אויסגעפארעמטע פענסטער'ל אינעם וואנט [וואס איז פארהאקט, אבער מ'קען זיך נאכאלס אריינזעצן אינעם וואנט. שווער מסביר צו זיין]. אינעווייניג זעען מיר א מיידל, אומגעפער ארום 16-17 יאר אלט, אנגעטון אין הערליך שיינע ווייסע קליידער, תלתלים שחורות יורדות על כתפיה, און אזוי איינגקורטשעט אינעם 'פענסטער'ל' זיצט זי מיט א כינור של דוד [הארפ], און שפילט הערליך שיינע ניגונים. א שטייגער ווי 'ירושלים של זהב', און 'התקוה', און אפילו אלטע חסיד'ישע תנועות. דאס בילד איז געווען אזוי ערהאבן, אזוי ריין, אז אפילו איך - וואס בניגוד צו מיינע שיטות, איז למעשה פיר איך מיך אויף ווי א ריכטיגע - קאנסערוואטיוו, בין איך געשטאנען צוגענאגלט און צוגעהערט די ניגונים, ווען זי זעט אויס ווי א מלאך מיט אירע בגדים לבנים וכו'. כ'האב דאס אראפגעכאפט אויף מיין קעמקארדער, שיהיה לזכרון תמיד.
דערנאך האבן מיר אנגעהויבן אונזער שפאציר איבער די אלטע געסעלעך פון ירושלים
[מיר זענען נישט געגאנגען באזוכן דעם מוזעאום 'מגדל דוד', וויבאלד ס'האט געקאסט היבש, און פון מיין פריערדיגע עקספיריענס איז דאס געווען קנאפ אינטערעסאנט], זעענדיג הערליכע בתי מדרשים'לעך א שטייגער ווי בית המדרש למקובלים 'בית א-ל' [מיסודו פונעם טשיקאוון מקובל, וחצי מזרוח'ניק, בבגדים לבנים, ורב הכותל, הרב
מאיר יהודה גץ זצ"ל]. און בכלל די שיינע הייזער, געסעלעך וואס שרייען היסטאריע, און מ'קען טרעפן אויף אויסלייג פלעצער מימות החשמונאים א.א.וו. אין די אראבישע שוק זענען מיר אריין פאר קוים א מינוט, כ'האב נישט געהאט קיין נערוון זיך אויסצו'טענה'ן מיט זיי אויפן פרייז, א זאך וואס איז חלק פון די ענדזשוינמענט ווען מ'איז דארט אלס בחור...
מיר זענען אריין אינעם נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד
'חורבת רבי יהודה החסיד', וואס איר נאמען 'חורבה' איז די גרעסטע סתירה צו איר יעצטיגע שיינקייט. דאס איז מכלומר'שט איבערגעמאכט דאס מערסטע ענדליך צום אלטן שול וואס איז דארטן געשטאנען ביז די אראבער האבן איר אונטערגעצינדן ביים מלחמת השחרור. הערליך שיין צום שטוינען, כ'בין געשטאנען פארגאפט א לענגערע וויילע זיך נישט קענענדיג אפרייסן פונעם שיינעם ביהמ"ד, ובפרט אז ס'איז דארט געווען עפעס א כולל וואס זיצט דארט אפ דורכן טאג און האקן שטיקער בהתמדה רבה, אז ס'איז פשוט געווען א נחת דארט צו בלייבן נאך אפאר מינוט.
מיר זענען אריין בחינם וויבאלד מיר האבן געקויפט א טיקעט צו אפאר מוזעאום'ס צוזאמען, וואס אלס פעקעדזש איז דאס ביליגער, אבער ווען נישט וואלט דאס געקאסט געלט. למעשה טרעף איך דארט אן מיין לאנגיעריגער חבר, וואס איז אויך פונקט דארט געווען מיט זיין ווייב אויף וואקאציע, און ער זאגט מיר אז די שומר הפתח האט אים געוואלט בעטן געלט, האט ער געזאגט 'כ'פארשטיי נישיט, כ'קען נישט אריינקומען מתפלל זיין און זאגן תהילים?', האט מען אים אריינגעלאזט בחינם... זעט אויס אז מ'דארף קענען די מלאכה, און ס'איז בעיקר געמאכט אלס מיטל צו בעטן געלט פון גוי'אישע אדער פרייע טוריסטן וואס קומען אהין, און זיי ווייסן נישט פונעם סוד פון זאגן א קאפיטל תהילים און עס באקומען בחינם...
ווייטער זענען מיר געגאנגען צום אזויגערופענעם 'קבר דוד' [וכסיפור הידוע עם האמרי ברוך מסערט והויוא"מ מסאטמאר]. היות דארט אין געגענט געפונען זיך קלויסטער'ס, און אפילו ביים מקום הקבר זעלבסט, והדברים עתיקין, זענען די וועגן אהין פול מיט טוריסטן מארבע כנפות הארץ ושבעים לשונות וואס קומען אהין גרופענווייז. מיר האבן אריינגע'באמפ'ט אין אן א שיעור מענטשן און גרופעס, וואס האבן כמעט קיינמאל נישט געזען קיין איד, חרד'ישע איד, און כ"ש חסיד'ישע איד, אין זייער לעבן. ס'האט געבליצלט און געפלויגן בילדער פון אונז 'איזרעאלייטס', 'ביבליקל דזשוז', א גאנצע צייט. ולא נחה דעתם ביז זיי האבן מיר געבעטן אין זייער צוזעצטן ענגליש, זיך צו לאזן כאפן א בילד צוזאמען מיט זיי. הפנים זיי האבן געמוזט ווייזן פאר זייערע חברים איבער דער גארער וועלט, אז זיי זענען געשטאנען מיט אן אויטענטישער איד... כ'האב זיי נישט אפגעזאגט, און זיי האבן זיך הערצליך באדאנקט דערויף. זאל זיי וואויל באקומען.
אויפן וועג אהין איז אויך געווען א גרויסע, שיינע, סטאטוע, כלומר'שט פון 'דוד המלך'. כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מענטשן מאכן פסלים פון מענטשן אן קיין שום גרונד, אבער ס'איז געווען א שיינע סטאטוע, כ'האמיך אהינגעשטעלט און געכאפט א בילד, וכן עשו כמה תיירים הנ"ל... אינעם בנין פון זיין מקום הקבורה, איז דא עפעס א ברסלב'ער בית המדרש/בית המשוגעים/כולל, וואו די ברסלב'ע חברה זענען געזעצן און געזאגט תהילים בקולי קולות, און יעדע צוויי מינוט האבן זיי זיך גענומען זינגען אנדערע ניגונים, אזוי אז ס'איז געווען פריילעך... ביים ציון זעלבסט, האב איך - על הצד אז דוד ליגט דארט, און נישט עפעס א סרוח פון א שעיך אדער גלח - אויסגעזאגט כמה קאפיטלעך תהלים.
לעבן מיר איז געשטאנען א בחור/יונגערמאנטשיק, אן איזרעאלי, און יעדער טוריסט [פרייע איד, אדער אפילו גוים] האט ער מקבל פנים געווען מיט א ברייטע ברוך הבא, מיט א שמייכל, און מיט זיינע פאר ענגלישע ווערטער זיך קאמיוניקירט מיט זיי. ער האט זיי געפרעגט זייער נאמען און זייער מאמע'ס נאמען, געמאכט פאר זיי מי שברך'ס [א זאך פון וואס יעדער גוי אדער פרייער ווערט נתרגש. עפעס א 'ראביי' בענטשט זיי ביי דוד'ס ציון!], און געשריבן קוויטלעך פאר זיי. דערנאך האב איך פארשטאנען די סיבה פון זיין גוטסקייט: ביים 'שפיץ' פון זייער התרגשות, האט ער זיי 'מודיע' געווען אז ס'דא עפעס א כולל וכדומה וואס זארגט זיך פאר די מקום מנוחה פון דוד המלך, און אפשר קענען זיי זיך משתתף זיין מיט אפאר דאלער...
האב איך מיך געלערנט א פרק אין הלכות שנארעריי וואס וואלט מיר נישט איינגעפאלן...
אינעם נעקסטן קאפיטל: מוזעאום'ס אין אלטשטאט ירושלים.
שנאר אקציעס און ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:45 am
דורך [NAMELESS]
הא הא הא, די דערמאנסט מיר פון א ישראלישע שנארער ביים כותל וואס ער דרייט זיך דארטן ארום באטראכטענדיג אלע חוצניקעס פון די זייט צו זיכען א ריכטיגע קרבן, (ווי פארשטייט זיך זיכט ער ביי שחרית די נאמען אויף די טלית בייטל....) און ווען ער מאכט אפ ווער זיין טארגעט איז גייט ער צו מיטן גרעסטע שמייכל מעגליך, מיט א ברייטע הויכע שלום עליכם הרב הארשקוביץ (לדוגמא) און אויב ענטפערט מען אים ווי א נער איך הייס פריעד דאן איז ער גלייך מודה צו דיר, דער עיקר איז אז ענק קענען זיך שוין פאר יארן לאנג אלץ חברים (וואס די האסט קיינמאל נישט געוויסט פון דעם.....), און ח״ו ער מיינט נישט דיין פיפציג אגורות אדער שקל פאר צדקה, ווייל צום סוף שלעפט ער ארויס א 20 / 30 שקל מינימום......
נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 12:34 am
דורך שמעקעדיג
שש אז דו האסט שוין פארציילט אז דו האסט גענומען בילדער, איז פטור בלא כלום אי אפשר. דו לייגסט אראפ דיינע מאמרים זייער זאפטיג, אבער פארט רעדט א בילד מער ווי טויזענט ווערטער. קענסטו ארויפשטעלן אפאר בילדער?
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:53 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:שש אז דו האסט שוין פארציילט אז דו האסט גענומען בילדער, איז פטור בלא כלום אי אפשר. דו לייגסט אראפ דיינע מאמרים זייער זאפטיג, אבער פארט רעדט א בילד מער ווי טויזענט ווערטער. קענסטו ארויפשטעלן אפאר בילדער?
[tag]שמעקעדיג[/tag], דו זאגסט גוט.
אבער טיף אינמיטן רייזע איז שווער ארויסצונעמען די קעמרע...
אי"ה נאכן רייזע וועלן מיר ארויסנעמען די קעמרע, און איבערגיין די 'מסעות', און ארויפלייגן אינטרעסאנטע בילדער פון פלעצער וואס זענען באשריבן געווארן.