נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 12:16 pm
ער כאפט נאכנישט וואס איז ראונג דא. זעהט אויס אז מ'האט געקענט מיטהאלטן אפילו אומפארגעקוקט און אפילו נאכ'ן זיין אויף אגאנצע נאכט.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=8944
chusid האט געשריבן:איך הער אז עס איז געווען א אינטערסאנטע מסיבה ביי מהר"א א מסיבה לכבוד סיום פון א מסכת פאר ווייבער פון די מסיימים אין קאנטינענטל ווי מען האט סערווירט בשר בהמה וכו' אזוי ווי ביי די מענער מיט איבער 1000 באטייליגטע..
קען זיין אז עס קומט נישט דא-אבער דאס איז א ארונים נישט צימעס אשכול פרעג איך דא.
ר' יצחק קען נישט ספאנסערן אליין אזעלכע ריזיגע חבורות, ער איז נושא בעול (פין אייגען געלט אין פין עסקנות) פין די חבורה אין וויליאמסבורג, חוץ וואס ער לייגט אריין בלוט אין שווייס צו העלפן מיט וואס ער קען פאר די חבורה, ווי די סיומים, די נשים אסיפה וכו', יעדע געגענט האט א אייגענע נדבן/נדבנים/עסקנים, די זעלבע ביי יסודי התורה, אין די טעכנישע חלקים פין די חבורות ווערט געפירט דורך די קהילה'ס התאחדות אבריכם, בנוגע די לעצטע נשים אסיפה איז מהר''א נישט געווען דערקעגן ווען יא וואלט ער עס נישט געמאכט.עמעזאן האט געשריבן:נאכאמאל עס האט נישט מיט חסידישע קרייזען, דאס האט א יונגערמאן מיטן נאמען יצחק שווארץ איינגעפאלן על דעת עצמו ועל סמך כספו אריינצוברענגן די געדאנק פון דרשו -וואס גייט שוין אן 8 יאר- צו די חסידישע קרייזען און זייענדיג א חסיד מהר"א האט ער עס דארט איינגעפירט מיט הסכמת רבו מהר"א , און עד היום איז זיין עול צו שאפן די הוצאת עס האט גארנישט מיט די קהילה,
און פארשטייט זיך אז א יאר דערנאך האט דאס ר' אהרן איינגעפירט מטעם הקהילה ביי יסודי התורה און פארשטייט זיך נעמענדיג די קרעדיט פאר זיך,
די התייסדות האט בכלל נישט קיין שייכות און ציל אפצוהאלטן די עולם פון גיין מיט דרשו אויב עפעס פארקערט און הרב יצחק איז זייער מכבד די דרשו מעמבערס וואס קומען צו עם, הגם מאנכע האבן געסוויטשט פון דרשו צו תוריתך איז מחמת מען לערנט ווייניגער דפים פער וואך און אזוי אויך די ימים טובים גיט ער ווייניגער דפים,
און נאכמער די מייסד הרב יצחק שווארץ האט זיך באטייליגט ביי די פארגאנגענע דרשו שבת די ווינטער,
בילדער?קאך_לעפל האט געשריבן:דער פעדער נעמט זיך שווער אין דער האנט אריין, אראפצוגעבן דאס התרוממות און התעלות פון רבבות אלפי ישראל, וואס האבן געהאט די זכיה זיך מתתופף זיין בצל תומר, און מיטהאלטן דעם הייליגען יום טוב בצילא דמהיימינתא פון אבינו רועינו רבינו הלב אהרן שליט''א.
עס איז זיך שווער מצמצם צו זיין ווי אנצוהייבן, און ווי צו ענדיגען, און בכלל דארף מען נזהר זיין נישט צו דערצערענען חברינו היקר מזרעה קדושה של אהרן כהנא קדישא, דער כהן גדול וואס איז פון די הרוגי מלכות, וואס האט זוכה געווען לעלות למרום בסלודים, דער כהן גדול וואס דער באשעפער זעלבסט האט זיך ביי אים געבעטן ברכינו בני. ה''ה חברינו היקר הדבוק בכל נפשו לרבו הגדול והנורא רעב זלמניו תמר שליט''א, מורינו רעב ישמאל כהן גדול הי''ו.
ווי זאל מען אנהייבן ביי די הייליגע טיש בליל שבועות? ביי די התעוררות ביי אהבה רבה? די אקדמות? די עשרת הדברות בקולות וברקים? די טיפזיניגע קרעפל פשעטל, וואס דער רבי שליט''א האט ארום געארבייט מיט דעם אכשוויה, און מיט דעם ירושלמי אז שריפות קדשים ביו''ט איז מען אויך עובר אויף מבשל, נישט נאר אויף הבערה, און די מחלקה פון רבא און ר''י צו מען זאגט אין חילוק בלכות ביו''ט צו נישט, און די מחלוקה פון רשי און תו''ס צו מען זאגט אז מתוך איז מתיר אפי' שלא לצורך כלל, אדער צו עס ברויך זיין עטוואס לצורך, און דאס וואס רבא אין פסחים זאגט שמע מינה דר''ע תלת, אין ביעור חמץ אלא שריפה, און אז ר''ע האלט נישט קיין מתוך, און ער האלט הבערה לחלק יוצאת, איז דאווקא לשיטתה וואס ער לערענט אין חילוק מלכות ביו''ט.
עס איז געווען א מחזה הוד רבנים גאוני ארץ האט זיך ארום געאמפערט נאכן קרעפל טיש איבער די חדושים פון רבינו שליט''א, נאך איינגעהילט אין די טליתים, און דער פאקט אז דער זייגער האט שוין געשלאגן א שמיץ אריבער 4:30 נאכמיטאג האט נישט געקענט אפשטילן זייער אהבת התורה, די תורה ביי די תנאים טיש ווי דער רבי שליט''א האט אויפגעטאן אז ווי באלד מען זעהט אין או''ח סימן רי''ז אז דער מג''א ברענגט אראף דער רבינו יונה אז א זאך וואס עס איז אמאהל געווען אסור, אזוי ווי מסוק וואס עס קומט פון דם פון חיה טמאה, און עס ווערט נאך דעם נשתנה צו א דבר המותר, איז מותר האכילה, אזוי ווי מילך וואס איז דם נעכר ונעשה חלב, די זעלביגע איז ביי זדונות נעשה כזכיות אפילו עס איז אמאהל געווען אסור, זדונות אבער ווי באלד עס ווערט זכיות ווערט עס נתהפך צו א דבר מותר. דער צושטעל האט געמאכט דעם עולם שפרינגן. די כתובה טיש ווי רבבות אלפי ישראל זענען געטאנצען אינאיינעם מיט רבינו שליט''א אויף דער הקפה ניגון וואס איז נאך געזינגען געווארן בבית מדרשו של אותו זקן רבינו הקוה''ט זי''ע לכבוד התורה, די דברים קשין כגידין ביים באגלייטן, דער אומאויפהערליכע טענץ......
איך וויס נישט ווי אנצוהייבן און ווי צו ענדיגען, פאר עמיצן וואס האט דאס מיטגעלעבט איז נישט שייך עס צו ליינען אויפן פאפיר....איי מיר קענן שוין נישט ווארטן אויף נאך אזא הייליגע יו''ט בצל הקודש....
קאך_לעפל האט געשריבן:פאר ברכות המזון איז דער רבי שליט''א ע''פ רוב מאריך בגודל קדושת הבעל שם טוב זי''ע, וואס זיין הייליגע הלולא געפאלט אויס אים שבועות.
lazar האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:פאר ברכות המזון איז דער רבי שליט''א ע''פ רוב מאריך בגודל קדושת הבעל שם טוב זי''ע, וואס זיין הייליגע הלולא געפאלט אויס אים שבועות.
איז עס נישט נשתכח געווארן?
לא לדאוג האט געשריבן:זייער אינטערסאנט אז די שרייבסט גארנישט פונעם געהויבענעם מעכטיגען פארכטיגען באמבאסטישען שבת קודש וואס איז געווען פון פאר דעם.....
עס איז געווען א געהעריגער שבת בצל הקודש, גארנישט עפעס מער ווי סתם א שבת, בלויז מיט א גרעסערער עולם,
דאס ארטיקעל איז נישט פון דעם יאר.... סיי דאס וואס די שרייבסט גארנישט פון שבת און אויך נישט פונעם סיום מסכת ביים נעילת החג
דער ארטיקל איז געשריבען געווארן נאך פאר יו''ט, אלזא וואס קומסטו דא מחדש זיין? בנוגע דעם סיום דאס האט מיינאיך גאר נישט צו טאן מיטן עצם יו''ט, דאס איז א נושא פאר זיך....
און גראדע דאכטסיך מיר אז די רבי איז נישט אריינגעקומען שבת נאכמיטאג צו מנחה מיט א טלית און ער האט נישט פאר געדאווענט....
רבינו שליט''א דאווענט קיינמאל נישט פאר קיין מנחה שב''ק פארן עמוד, און ער גייט קיינמאל נישט אין קיין טלית שב''ק ביי מינחה.
איז נעקסט טיים שרייב אז עס איז קאפי פעיסט פון פאריאר!!!!