בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:06 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שלמה המלך האט געשריבן:הער אויס! ער האט געהאט א הייליגן טאטען, זיין טאטע אין זיינע יארן האט אויך געמאכט פאן! פריילעך געמאכט יודן אויף פארשידענע אופנים, די חילוק איז נאר אז בימים ההם איז נאך נישט געוועהן קיין יוטוב און די קאווע שטיבל, האט מען נישט געטריבען פון אים שפאס אויף אזא גרויסע פארנעם אבער אין כל חדש תחת השמש!
ער קוקט מיר אויס ווי א געהויבענער יוד און טאקע א גאר פרייליכער, ממש א קארבען קאפי פון זיין טאטע זצוק"ל - ער האט גרויסע טשענסעס! טאמער קימט ער אויף אמעריקע גיי איך בל"נ מיט א קוויטעל צינעם.....
דו וועסט לאכען און איך וועל האבען מיין ישועה!
ווייל ער האט געהאט א הייליגע טאטע מיינט נישט אז ער איז אויך הייליג און אז ער קאן לייענען קוויטלעך. דאס איז פונקט ווי די רופסט א פלאמבער נאר ווייל זיין טאטע איז געוועהן א פלאמבער.
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:27 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אינטערעסטאנט ר' בערל כ'האב געמיינט דו וועסט האבן טענות אויפן רבי'ן פארן אנרופן ר' סענדער דייטש אנעם ''דער'' אינדערמיטן... וד''ל...!!
ישמעאל הכהן: איך רוף איהם נאר אזוי ווייל אזוי האט מען איהם (די קלוגע אידן) גערופן אין קהילתנו הקדושה, אויף ראדני...איך פערזענליך וואלט איהם אנגערופן א סאך ערגער. ווי געבעלס, למשל.אדער יוליוס שטרייכער...! נאר ער איז נאך ערגער ווי זיי. זיי האבן כאטש נישט פיינט געהאט און געהאקט און געשאלטן אויף די אייגענע. ער יא...!
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:29 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: אבער ווען א פלאמבער'ס זוהן גייט אייביג מיט מיט זיין טאטע און ער קוקט צו וויאזוי ער פאררעכט פייפס, לערנט ער זיך אויס און סוף כל סוף קען ער אויכעט די מלאכה...!
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:47 pm
דורך HotCoffee
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: אבער ווען א פלאמבער'ס זוהן גייט אייביג מיט מיט זיין טאטע און ער קוקט צו וויאזוי ער פאררעכט פייפס, לערנט ער זיך אויס און סוף כל סוף קען ער אויכעט די מלאכה...!
Fisch Plumbing in Williamsburg = perfect example.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:36 pm
דורך ליפא
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:42 am
דורך שמעקעדיג
קוקט אויס גאר אינטרעסאנט. איך וויל אים אויפנעמען פאר מיין מורה דרך.. ער נעמט נאך אן תלמידים...?
אפשר קען איינער אראפברענגען בקיצור נמרץ וואס שטייט אין דעם ארטיקל?
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 10:21 am
דורך ליפא
בד''ה
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 10:27 am
דורך שמעון וואלף
ליידער קומט אן די ביטערע נייעס פון בני ברק אז די רבי האט געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע ער"ש נאכ'ן איינקויפן צרכי שבת. הצלה האבן פראבירט מיט אלע כוחות אבער נצחו אראלים את המציקים.
די ווייטאג איז גרויס און די וואונד איז נאך אפען. יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 12:12 pm
דורך [NAMELESS]
די רבי אין טאג פון די פטירה, ממש א שעה ביפאר!
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 12:34 pm
דורך גראף
קען נישט זיין מען זעהט זיין שאטען.[emoji57]
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 4:16 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ווי אלט איז ער געוועהן?
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 6:47 pm
דורך ביליג
קאך_לעפל האט געשריבן:יו איז ער נעבאך פאריקט אויפן מוח... אבער נישט געזארגט אויף דער עלטער וועט ער פארוואנדעלט ווערן פאר א ל''ח צדיק... און נאך די פטירה וועט ער שוין זיין גרעסער פון רבי מיכילע זאלאטעשער זי''ע זעלבסט...
ליידער נישט זוכה געווען ...
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
ער האט עפעס פארציילט לעצטענס אז רב שטיינמאן האט עם אמאל אנגעווינטשען אריכות ימים האט ער געפרעגט רב שטיינמאן ווי אלט, אזוי אלט ווי דער ר"י ? האט עם רב שטיינמאן געענטפערט: נע, נאך אסאך עלטער..!
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 7:00 pm
דורך ביליג
עס איז דא אויף איינע פון די קליפס
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 7:00 pm
דורך ביליג
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 12:56 am
דורך ליפא
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 4:59 pm
דורך על המחיה
עס זעהט אויס ווי אפי' נאך זיין פטירה מאכט מען נאך ווייטער ליצנות פון דעם בעל יסורים
Re: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 6:31 pm
דורך א איד
דאס איז א טיפיקל צעטיל וואס מען שרייבט אויף יעדן רבי/רב/ראש ישיבה
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:קען נישט זיין מען זעהט זיין שאטען.[emoji57]
גראף: בשם האר"י הק'. ..."צל צילו"...אדער מי שרואה את צילו בצל הלבנה בליל הוש"ר...! נאר פרעגטץ מיך נישט וואס די אלע זאכן מיינען...!
נאר די גרעסטע ראיה איז אז ער איז ל"ע נפטר געווארן...
ס'דערמאנט מיך די מעשה פון א פרוי וועלכע האט געדרייווט א קאר, ל"ע. און זי האט געהאט אן עקסידענט. רופט זי זיך אן צום פאליסמאן וועלכער איז געקומען שרייבן דעם עקסידענט רעפארט..."ס'קען נישט זיין. מיין האראסקאופ האט געזאגט אז היינט גיי איך האבן א גוטן טאג...
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
א טייערע איד געווען. זכותו יגן עלינו (נישט יגון). ר'האט אריינגעברענגט שמחה מיט זיין שיינעדיגע פנים און אהבת ישראל...!
חבל על דאבדין ולא משתכחין...! יהא זכרו ברוך...!
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 7:57 am
דורך town1
ער האט ריכטיג מקיים געווען די מצוה פון משמח זיין אידישע קינדער דאס איז א רבי איינס אין די וועלט ער פלעגט משמח זיין אויף איין אופן אידישע קינדער אין זיין טאטע זכר צדיק לברכה פלעגט משמח זיין אידישע קינדער אויף א אנדערע אופן ווי עס איז באקאנט די מעשה אז זיין פאטער איז אמאל געעוען אויפן וועג צו א גרעניץ אין פארן דורכפארן האט ער זיך אנגערופן פארציילטס זיי נישט אז איך בין א איד מאכטס נישט קיין חילול השם אזא איד איז זייער שווער צו טרעפן היינטיגע צייטן זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אידישע קינדער און משפיע זיין שמחה און גוטס
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 9:24 am
דורך מישו מאוד מעניין
איך וויל פרעגן א שאלה???
פארוואס נאר די אלע צדיקים וואס גייען אוועק פון די וועלט ריפט מען זיי צדיקים
למשל דא ביים לעבן האבן אלע גהאט צו רעדן ווי א משיגנע ער איז, פלוצלינג איז ער גווארען א צדיק וואס מען שוין נישט טרעפן היינטיגע צייטן
איך וויל וויסען טאמער נאך די סקווירא'ס 120 אדער נאך די קאסובער אדער נישט קיין חילוק וועלכע רבי גייט מען זיי אויך ביישרייבען דא און שטיבל ווי גרויסע צדיקים "זיי זענען גוועהן"
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 10:04 am
דורך קאמענטירער
ווי נישט ווי איז דא ביי יעדעם גוטע נקודות און מעלות פון וואס מקען רעדן נאכדעם וואס זיי גייען, און פון די שלעכטע און שוואכע פונקטען איז בכלל נישט קיין מאסט צו רעדן יעצט, קיינער נעמט נישט יעצט ארום דער נפטר ז''ל אז מ'זאל מוזען ארויס ברענגען פונקטלעך וואפארא טיפ מענטש ער איז געווען.
אגב צדקות מעסט זיך בכלל נישט מיט וויפיל שכל מ'האט, און קיינער האט נישט גערעדט פון חכמות און פקחות, מ'האט נאר ארויס געברענגט זיין כח אין משמח זיין יודען, וואס ווי נישט ווי זענען געווען עטליכע יומען ביאונגס אויף די וועלט וואס האבען הנאה געהאט צו זיין אין זיין געגנווארט, וואס איך קען עס בכלל נישט באווייזען