בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 8:30 pm
דורך כוכב
ברוך הבא געפילטע.
סענייעס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 8:55 pm
דורך וכדומה..
איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
קאם אן חברה, דעי אשקול שמעקט פון איי וועלט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אראפגעלייגן אן הנחה, אז אויב פאטשקען מען אין די יונגע יארן קען מען קיין טאהש'ע רבי נישט אויסוואקסן. איך בין נישט איבערצייגט, אדער ביסער געזאגט, איך בין איבערצייגט אז נישט.
פלגינן דיבורא.
ניין מ'וואקסט נישט אויס קיין טאשער רבי פון קוקן אויף אינטערנעט. הרה"ק טאשער רבי איז א בשר ודם און ער וואלט געוויסט פון נאך א וועלטל, און אוטומאטיש וואלט ער נישט געקענט פליען אין הימל 24/7.
אבער אינטערנעט איז נישט דער וואס מאכט אפ ווער ס'איז יא צדיק הדור און ווער נישט. די מושג צדיק הדור דארף נישט זיין לימיטעד צו א געוויסע התנהגות, און ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין יסוד און יודישקייט. ס'דא אפילו אזעלכע וואס האלטן ר'שלמה קארליבאך פאר זייער צדיק הדור. די באשעפער וויל אפאר סארטן צדיקים, ויש להאריך בזה ואכמ"ל.
איז יעצט, לפ"ז אויב טאשער רבי זאל האבן אינטערנעט אבער ער זאל בלייבן א צדיק מיט אלע שמונה עשרה בגדים, וואלט ער אבער קיין סקולענער רבי נישט געווען, ס'וואלט זיך אנגעזען א זיינע חילוק. משא"כ, זאל עם די אינטערנעט גורם זיין צו אנטון בגדי קרליבך וכדו', און זאל נאך אויפטון גדולות ונצורות, איז ווער ווייסט וואס איז חשוב'ער אין הימל.
קצרתי במקום שאמרו להאריך.
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:14 pm
דורך הויזן טראגער
שמעקעדיג האט געשריבן:די אמאליגע תמימות און יראת ה' איז קלאר געווען אויף א העכערע סטאנדארד ווי היינט. א פחד פאר ה', פאר א יום הדין, וכו'.
כ'האב עס קלאר געזען ביי מיין טאטן און זיידן, און זיי האבן פארציילט אז דאס איז גארנישט אקעגן זייערע זיידעס.
דאס אויפשטיין 4 פארטאגס מיט א תהלימ'ל. יראת החטא. די וועלט איז בכלל נישט געווען אזוי מגושם ווי היינט.
" .
עס האט זיך היינט גארנישט געטוישט פון אמאל אין וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, קען זיין אז דיין טאטע האט דיר נאר דערציילט פון די אידן וואס זענען אויפגעשטאנען פארטאגס מיטן תהילמל, אבער עס זענען אויך ״אמאל״ געווען פונקט אזוי אידן וואס האבן אפענערהייט עובר געווען אויף כל התורה כולה אן די ״איין קנעפל״ וואס פירט אריין אין שאול תחתית, אין ווייטער ״היינטיגע צייטן״ זענען אויך דא א שיינע מספר אידן וואס לעבן מיט דעם שויתי, אין אזוי וועט אייביג זיין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:16 pm
דורך זוכער
אזוי ווי @מושב האט געפרעגט זייער גוט, פארוואס מאכט מען ראיות אסורות פאר א יסוד? וואס איז עס מער ווי איסור בורר?
וועל איך פראבירן צו ענטפערן.
1) איך ארבעט אין מאנהעטן און איך גיי יעדן טאג דורך צענדליגער געשמאקע רעסטאראנטן, פון וואנעט עס שיסט ארויס נארהאפטיגע גערוכן וואס מאכט מיין בויך דרייען... אבער איך האב נאך קיינמאל בטעות נישט אריינגעבלאנדזשעט אין די רעסטארנט.
אויפן וועג גיי איך דורך פיינע געשמאקע פוד-קיאסקן אין וועלכע עס פרעגלען זיך פיינע ווארורשטלעך מיט מאסטערד, עס שמעקט א מחיה, ס'גייט א געשמאק ריח'ל איך באטראכט די וואורשטלעך מיט קנאה, אבער איך האב נאך קיינמאל בכלל נישט געקלערט פון פארזוכן.
סיכום: קוקן און שמעקן טריפה'נע עסן איז נישט קיין שום איסור, און עס האט מיך נאך קיינמאל נישט געברענגט עובר צו זיין צו עסן טריפה.
2) גייענדיג אין די סובוועי, און לעבן מיר זיצט א... אנגעטאן שנים כהלכתה ושלישית אפילו טפח, וחמתה מרובה מצלתה --- האב איך אן איסור פון ראיה אליינס, אפילו איך זאל גארנישט טאן.
3) דער מציאות איז איך האב נאך קיימאל נישט געהאט קיין "נסיון" - קיינער האט מיר נאכנישט פארבעטן, אין די 30 יאר ארבעטנדיג אין מאנהעטן... ווען יא, וועלמיר דעמאלט זעהן!
4) לדעתי איז נאר מעגליך נישט צו זעהן ראיות אסורות אויף אקאמפיוטער וואס איז אין א פובליק פלאץ, איז געפילטערט אדער האט א פראגראם וואס שיקט א רעפארט לאג, פון אלע סייטס.
דעת תורה זאגט פיין, טעכנאלאגיע מאכט מ'זאל קענען לערנען סיי-ווי, אבער דא רעדט מען פון זינדיגן סיי-ווי!
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 12:15 am
דורך אליצפן
איז עס אזוי פשוט אז מען איז עובר אויף לא תתורו ווען מ'קוקט אויף פרויען אויפן אינטערנעט? בזמן מתן תורה וחז"ל איז קיין סקרינס נישט געווען איז ווען די תורה אדער די גמרא שרייבט אז מ'טאר נישט קוקן אויף פרויען מיינט עס לכאורה נאר ריעל לייף פרויען. אפשר איז מען עובר אויף הרהור עבירה, וואס איז נישט אזוי קלאר אז ס'איז דאורייתא.
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 3:58 am
דורך הויזן טראגער
ראיה - זעהן פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, אויב אבער האט מען אינזינען צו קוקן אפילו נאר פאר א האלבע סעקאנד איז מען עובר אויף ולא תתירו נישט קיין נפקא מינא אויף א סקרין, דורך א פענסטער, אדער ריעל לייף פרויען
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 9:42 am
דורך diff
שיינע שלשידות תורה
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 9:48 am
דורך diff
How To Stop Your Web Browser From Loading Imagesחקרן אין גאס איז סאך ערגער ווייל ס'קען קומען לידי מעשה
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 9:50 am
דורך פרייוויליג
הויזן טראגער האט געשריבן:ראיה - זעהן פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, אויב אבער האט מען אינזינען צו קוקן אפילו נאר פאר א האלבע סעקאנד איז מען עובר אויף ולא תתירו נישט קיין נפקא מינא אויף א סקרין, דורך א פענסטער, אדער ריעל לייף פרויען
אייגענס? ווייל ביי מיר שטייט דאס נישט אין די תורה.
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 9:51 am
דורך הויזן טראגער
וועלכע פארט שטייט נישט ?
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 10:59 am
דורך moshav zekeinim
קיינער לייקנט נישט אז שמירת הברית והעניים איז א מצוה און חיוב, אויך איז נישט קיין ספק אז אז אין פארשידענע סיטואציעס איז עס שווער נאכצוקומען. וואס איך פרעג איז, זייט ווען האט דאס באקומען די סטאטוס ווי א פונדאמענט אין אידישקייט, און דאס איז דער מכריע צו מען איז ערליך צו נישט?
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 11:00 am
דורך גאלד
שוין אויסגעשמועסט בין כותלי השטיבל
viewtopic.php?p=165292#p165292
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 5:03 pm
דורך diff
וייל אנשטאט צו רעדן ביי שלשידס פון לא תגנוב וכו' . רעדט מען פון זאכן וואס פאר א סיבה שטייט'ס נישט קלאר און תורה