למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

בעל מדות האט געשריבן:א מיליאן דאלער'דיגע פראגע: וואס האט א מענטש פון אריינלייגן אומגעהויערע שווערע ארבעט, כוחות, לאנגווייליגע צייט פארלירעריי, און א קייט פון מן הסתם צוואנציג שעות לבטלה, שלעפן לינק'ס, און קריכן אין וועבזייטלעך און אזוי ווייטער, צו "אויפקלערן" מענטשן וועם ער קען נישט?, וואס וועט אים ברענגען דאס איז איך וועל זיך אונטערזינגען ירשלים של זהב... ביים איינטונקען די איי אין די אש?, וואס וועט אים ברענגען אז נאך איינער געוואויר ווערן איבער אלע סארט איבלען קעגן אינזער שטאנדהאפטיגע אמונה?

איך וואלט פאר אזא פראגע אפילו פופציג צענט נישט געצאלט.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

יידל, איך שענק דיר אצינד די נאבעל פרייז פון קאווע שטיבל. קענסט קומען אפנעמען דיין מעדאל און מעלאנע. אמאל לייענט מען אן אשכול און ווען מ'פארטיגט זוכט מען נאך אן אשכול צו לייענען. דער אשכול וועט מיר געבן שטאף און חומר למחשבה פאר די קומענדיגע פאר וואכן, לכל הפחות.

איך זוך א בוך וואס זאל אויפקלערן פארוואס ס'לוינט זיך בכלל צו וועלן לייענען א בוך אויסער מנחם מענדל. די בוך טאר נישט זיין אין פארעם פון א בוך, ווייל דאן איז עס ר"ת כל באיה וכו', אפשר אין פארעם פון א דבר יום ביומו אדער ענליכס. איך וועל דעם בוך ארום ווארפן אין די שוהלן און ישיבות.

א מייסטער אשכול. יש ניקס בישראל!
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

בעל מדות האט געשריבן:א מיליאן דאלער'דיגע פראגע: וואס האט א מענטש פון אריינלייגן אומגעהויערע שווערע ארבעט, כוחות, לאנגווייליגע צייט פארלירעריי, און א קייט פון מן הסתם צוואנציג שעות לבטלה, שלעפן לינק'ס, און קריכן אין וועבזייטלעך און אזוי ווייטער, צו "אויפקלערן" מענטשן וועם ער קען נישט?, וואס וועט אים ברענגען דאס איז איך וועל זיך אונטערזינגען ירשלים של זהב... ביים איינטונקען די איי אין די אש?, וואס וועט אים ברענגען אז נאך איינער געוואויר ווערן איבער אלע סארט איבלען קעגן אינזער שטאנדהאפטיגע אמונה?

דאס איז א למעשה ארטיקל וויאזוי זיך אן עצה צוגעבן מיט די פראבלעמען אין אונזער קולטור וואס ראובן האט אנגעמערקט און נישט אויף וואס אינזין צו האבן ביים עסן די איי
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יידל, זאג מיר דעם אמת, נאכן ליינען די אלע זאכן זעהט מען זיך אינדערויסען, אדער מ'איז נאך אלץ פארשקלאפט דא?
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שווער צו ענטפערן. עס ווענד זיך ווי א מענטש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בעל מדות האט געשריבן:א מיליאן דאלער'דיגע פראגע: וואס האט א מענטש פון אריינלייגן אומגעהויערע שווערע ארבעט, כוחות, לאנגווייליגע צייט פארלירעריי, און א קייט פון מן הסתם צוואנציג שעות לבטלה, שלעפן לינק'ס, און קריכן אין וועבזייטלעך און אזוי ווייטער, צו "אויפקלערן" מענטשן וועם ער קען נישט?, וואס וועט אים ברענגען דאס איז איך וועל זיך אונטערזינגען ירשלים של זהב... ביים איינטונקען די איי אין די אש?, וואס וועט אים ברענגען אז נאך איינער געוואויר ווערן איבער אלע סארט איבלען קעגן אינזער שטאנדהאפטיגע אמונה?

זע הערה 1 אין מיין פאוסט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פישלע העררינג האט געשריבן:אויב איך מעג מוסיף זיין אויף דיינע קילורין, יידל, וואלט איך אפשר מסביר געוועהן אז עס איז דא אויפגעקלערטקייט לשם אראפקוקען אויף יושבי חושך. כלומר, ס'דא וואס זענען מזלזל אינעם עשרה בטלנים עסק, אינעם אמונה פשוטה'דיגע צוגאנג צו אידישקייט, און דאס זיך בילדען איז א דירעקטער אפענטפער און מחאה אויסדרוק ווי איינער וואלט געמאכט אן הכרזה צו די בטלנים דין ודברים אין לי עמך.

עס איז אבער אויך דא א אויפגעקלערטקייט, עט ליעסט כ'רעד פאר מיך אליינס, וואס קומט בלויז פון א נפשיות'דיגע צורך צו וויסן. אזעלכע מענטשען זוכן נישט צו אראפקוקען אויף די פארמאכטע סדר החיים, להיפך, דאס איז די סיסטעם, אזוי איז גוט, אמונה פשוטה איז די זאך, אמונת צדיק הדור ארבעט, וכו' וכו'. אבער דאך ווייסט מען וואן פלוס וואן. מען ווייסט אז סליפקין לאכט אפ דעם נודע ביהודה'ס שיעור זית, אבער מען לאכט נישט מיט. מען איז בלויז באוויסענד דערצו אז יש ויש, ואלו ואלו, וחכמת הנודע ביהודה במקומו עומדת לעד הלכה למעשה.

I can't agree more.

ובענין זה דארף מען ארויפברענגן פון קעלער דעם אשכול "אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

יידל האט געשריבן:ובענין זה דארף מען ארויפברענגן פון קעלער דעם אשכול "אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט".

מען ברויך אפשטאטען דארט א באזוך בלויז צו דערכטאן וויאזוי א אשכול פלעגט אמאליגע טעג אויסזען. זה בכה וזה בכה, הצד השוה שבהם אז ס'איז עדאלט לענגווידזש און לייטיש אויסגעשמועסטע געדאנקען.

לענייננו, זעה איך טאקע אז אזוי טענה'סטו דארט, נאר דו ברענגסט דיך פיל בעסער ארויס ווי איך קען זיך אויסדרוקען.
(- - -)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

האבן שוין צדיקים געזאגט: לעולם יהא אדם אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט, שמתוך אויפגעקלערט בא לכלל אויפגעקלערט.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס פעלט אויס די אלע ספרים און בלאגס וואס ציווארפן די ארטעדאקסישע יסודות, למשל "ווער האט געשריבן די תורה" וכד'?
ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון אויףעפענען די מח און פארברייטערן ידעות כדי משלים זיין אלעס וואס מען האט אונז נישט געלערנט. רוב מענטשען אויפן גאס ווייסען נישט און איטערסירט נישט וויפיל פון די אני מאמין מדראף גלייבן, ווי אזוי די בייבל איז געווארן ציזאמגשטעלט.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ואלו שאין להם חלק לעולם הבא האומר אין תחיית המתים מן התורה ואין תורה מן השמים ואפיקורוס ר''ע אומר אף הקורא בספרים החיצונים
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

שליחה דורך נולד מאוחר »

Diff סטראשנען איז נישט ווירקזאם ביי איינער וואס וויל זוך עפנען.
זיי האבן געווענדליך גרייט אביסעל אן אנדרער דעפענישען אויף "אין תחיית המתים מן התורה" "ספרים חיצונים" וכדו'.
איך האב געפרעגט פון א פראקטישע קוק ווינקעל. סאיז דא גענוג וואס ווילען זוך עפענען אבער זענען נישט גרייט אדער אינטערסיערט און די טיעלאגישע חלק.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער ליסטע איז אויסדריקלעך נישט געצילט אלס א כזה ראה וקדש באקעט-ליסטע. איך, און רוב פון די וועלכע האבן צוגעלייגט אין די תגובות, האבן פרובירט צו געבן א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע סארטן זשאנרעס און סטילן. איינער איז פאראינטערעסירט אין אקאדעמישע ווערק, א צווייטער אין היסטארישע געשיכטעס, און א דריטער אין אונזער ליטערארישער אוצר. די וואס זענען נישט גרייט אדער אינטערעסירט זאלן בהחלט נישט קוקן. איך וועל זיין אויפריכטיג: א גרויסן טייל פון די מוזיק אויפן ליסטע אינטערעסירט מיר נישט. כ'האב געהערט איינס צוויי ניגונים פון יעדן, אבער ווייניג פון זיי וועלכע כ'גלייך איבערצוהערן איינמאל און נאכאמאל. און דעריבער איז וואס? זאל איך עס נישט ארויפלייגן אויף די ליסטע? כ'האב פרובירט צו גיין נאך אזעלכע ביכער און נעמען וועלכע האבן געהאט אדער קענען האבן אן אומגעהויערער השפעה, יעדער אין זיין וועג.

אדרבה, [tag]נולד מאוחר[/tag], וועלכע סייטס און ביכער וואלסטו געוואלט זען אויף דעם ליסטע?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

שליחה דורך ירא שמים »

ביטע ערלערן בעסער וואס איז דער פראבלעם אונזערע?
און וואס איז דער ציל אייערע?
יש״כ
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אז דו פרעגסט איז עס נישט פאר דיר. א דאנק פאר די אינטערעסע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

למעשה ווען אונזערע זיידעס וואלטן דאס אלעס געליינט וואלטן מיר נישט געווען קיין ארטאדאקסישע אידן..כלפי מה דברים אמורים אז די חתם סופר האט לכאורה זייער גוט סטראטעגיש באהאנדעלט די מצב...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

*חרדישע* אידן. כ'קען אסאך ארטאדאקסישע אידן וועלכע האבן געליינט די אלע ביכער אויף די ליסטע און מער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי איך פארשטיי איז די ציל פון די ליסטע לאו דוקא. אויפצוקלערן' נאר ענדערש צו מאכן שפירן באקוועם אלץ א וועלטליכע איד,
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יידל האט געשריבן:אדרבה, @נולד מאוחר, וועלכע סייטס און ביכער וואלסטו געוואלט זען אויף דעם ליסטע?

אלעס חוץ זאכען וואס זענען כפירה לויט ארטעדאקסיע.
כרעד פון יסודת ווי למשל ווער און ווען האט געשריבען די תורה
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

יידל האט געשריבן:אז דו פרעגסט איז עס נישט פאר דיר. א דאנק פאר די אינטערעסע.

ערקלערונג ביטע ?!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אין די פאוסט איז דא דריי פאראגראפן מסביר צו זיין דעם פראבלעם און נאך פיר מסביר צו זיין וואס מיין ציל איז. אויב זענען די זיבן פאראגראפן אייך נישט גענוג, זענט איר ווארשיינליך נישט די אודיענץ פון דעם פאוסט. כ'זאג עס נישט מיט ביטול חלילה, כ'זאג עס עס אלס טרוקענער פאקט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

כוועל דיר זאגן כהאב עטליכע מאל איבערגעקוקט דיין פויסט אין כקען נאכאלץ נישט כאפן וואס דער מענטש וויל דא
כקען זאגן עטליכע זאכן א. אונזער ידיעות קוואל איז צו שמאל און סאיז וויכטיג צו האבן א קאלירפולער איטולעקטואליטעט נישט נאר איין סארט זאך .
ב. אונז זעמיר עם לבדד ישכון און מיר ווייסען נישט וואס טוט זיך אויסער אונז און סאיז וויכטיג צו וויסען אנדערע געדאנקען גענג אידיש צו גויאיש ,און איר לייגט נאך צו עס אדאפטירען צו אונזער געדאנקענגאנג , אפשר מיינט איר אויסקלארן אונזער געדאנקענגאנג, ווען מיר וועלן וויסען וואוזוי ביי אנדערע זעט אויס און וואוזוי זיי באטראכטן אונז.
ג. מיר זענעו נישט קולטורעז וואס כווייס אויך נישט פונקטלעך קיין הגדרה דערויף , אפשר אז מיר קענען נישט ארויסגעבן אונזערע געפילען און טאלאנט דורך קונסט פאעזיע מוזיק נגינה .
ד. מיר זענען נישט קלאר אין אונזער אידישקייט און אמונה.
ה. אונזער מצב כתוצאה פון די אלע זאכן וואס דאס צו לייזען פעלט זיך אויס צו אנפולען די אלע אויבן דערמאנטע חסרונות.
ילמדנו רבנו.
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

פּאָעזיע אױף אידיש

שליחה דורך שלום בערגער »

כ׳װאָלט געװאָלט פאָרלײגן אַ פּאָר נעמען פון אידיש־פּאָעטן װאָס ס׳איז כדאַי זיך צו באַקענען מיט זײ. מיר דאַכט, אַז די אױבן דערמאָנטע ליסטע איז לאַװ־דװקא „װעלטלעך“ נאָר אַן אופן באַקענען עולם, אױף אַ פּײנלאָזן אופן, מיט דער ליבעראַלער־פרומער װעלט. האָב איך צוגעפּאַסט מײנע פאָרלײגן צו אַזאַ ציל.

טײל פון אײך זײנען אפשר שױן חסידים פון אַהרן צײטלין, דער פרומער דענקערישער דיכטער װאָס שעפּט ס׳רוב פון זײנע חיות און טעמאַטיק פון דער חסידישער װעלט.

צװישן די גרעסטע אידיש (דזשואיש) פּאָעטן פון 20סטן י״ה איז אברהם סוצקעװער, װאָס פאַרקערפּערט די עסטעטיק פון מאָדערניזם אין גערעם פון װילנער אידנטום.

מרים אולינאָװער האָט זיך קונה־שם געװען מיט איר „פאָלקסטימלעכע“ דיכטונג, נאָר ס׳איז דװקא נישט אַזױ פּשוט. זי פּרואװט דערמיט זיך אַן עצה געבן מיט דער מאָדערניטעט. איר פרומע לידער זײנען גיכער אױסדריקן פון נאָסטאַלגיע אין מיטן אַ מאָדערנער װעלט.

פון הײנטיקע מאָדערנע פּאָעטן, איז װידער נישט אױסצולאָזן אהרן גלאַנץ־לעיעלעס, אַן אײגנאַרטיקער בעל־סגנון.

איך בין נישט גענוג פאַררוקט צו מײנען אַז איר װעט אַלע מאַסנװײז גײן לײענען פּאָעזיע - מיר האָבן שױן געפירט אַזאַ שמועס - נאָר איך האָב געװאָלט צוגעבן צו דער דאָזיקער ליסטע, מיט דער גאַנצער באַשײדנקײט.
פארשפארט