בלאט 3 פון 3
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:22 am
דורך וויל קענען
איים סארי כ׳צו שוין צוריק כ׳זעה אז די ביסט אויף געווען די נאכט
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:29 am
דורך שבת אחים
איך בין גראדע פיין געשלאפן די נאכט , כ׳האב נאר ערגעץ פארלוירן מיין ווייסע שלאף קאפּל אינמיטן די נאכט... איינע פון די שטרענגע תקנות וואס איך האב בלית ברירה געמוזט אינטערשרייבן אריינצושיקן מיינע אייניקלעך אין חדר !!!ווייס איך נישט וואס צוטוהן ווייטער !,
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:46 am
דורך עולם
צוריקצוגיין צום נושא, און אביסל ענטפערן די אלע טענות, ס'נישט קיין סוד אז די גאווערנמענט מישט זיך אריין אין אסאך זאכן וואס מ'וואלט געקענט שרייען אז ס'איז פריוואט, אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, יעדע זאך קען מען אוועק מאכן, נעם א שטייגער, טעקסעס, איך צאל ווייל איך מוז, פשוט ווייל יעדער דארף אויסהאלטן די לאנד, איא? אפשר קוקן מיר די עקספענסעס??? א גרויס חלק גייט פאר מענטשן וואס ברויכן (און אפילו נישט...) צוקומען צו די רעגירונגס הילף, למעשה קומט די גאווערנמענט און זאגט מיר איך דארף אויסהאלטן די אלע מענטשן, איז דאס יושר??? ווער פרעגט זיי? איך געב מיין חלק צדקה און שוין, פארוואס טעקסטו מיך מיט דיינע נאמבערס??
איך לאך גראדע, אז די אלע וואס האבן טענות אויף א געזעץ ווען ס'איז א פריוואטע זאך, האבן געווענדליך נישט קיין טענות ווען ס'קומט צו א קאמפעני וואס זיי פארמאגן נישט.. א שטייגער, איך האב גערעדט צו אינשורענס קאמפעני'ס, ביים פרובירן צו שתדל'ן פאר די
אסטאמי סופלייס ביל, האבן זיי געשריגן ס'זעלבע! ווער איז די רעגירונג זיך אריינצומישן וואס איך דארף צאלן צו נישט??? די זעלבע איז ביי פרי-עקסיסטינג קאנדישאן, וואס איך גלייב נישט אז איין שרייבער דא וואלט ווען מיטגעשטימט אז די אינשורענס קאמפעני'ס זאלן נישט באצאלן פאר איינעם וואס איז שוין קראנק געווען בעפאר, האט אבער נישט די אינשורענס קאמפעני רעכט? איז זייער טענה נישט קיין גוטע? ער מאכט מיר אינשורענס ווען ס'גייט מיר זעכער קאסטן, האלטעך נישט דערביי. אבער אונזערע טייערע שרייבערס דא (מסתמה) האלטן אז דארט איז די גאווערנמענט יא גערעכט, מ'קען נישט טוהן וואס מ'וויל... רייט?
לאמיר גיין א טריט ווייטער, איינער דא האלט אז הענדיקעפ עקסעסעבל איז א מידת סדום?? מאי שנה? ווער איז די גאווערמענט מיך איינצוטיילן אז יש חולקין כבוד להענדיקעפ?? און אזוי קען מען ארויסברענגן הונדערטע געזעצן און נארמאלע זאכן וואס אדער איז היינט נארמאל, אדער האסטו געדארפט צוקומען דערצו, האלסטו אז ס'דארף טאקע אזוי זיין...
איך וויל נאר דערמאנען... אלע וואס שטיצן גראדע יא דעם געזעץ אז עס זאל אדורכגיין זאלן ביטע אימעילן און קאלן זייערע לעגעסלאטורן. שכח
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:25 pm
דורך HotCoffee
שבת אחים האט געשריבן:איך בין גראדע פיין געשלאפן די נאכט , כ׳האב נאר ערגעץ פארלוירן מיין ווייסע שלאף קאפּל אינמיטן די נאכט... איינע פון די שטרענגע תקנות וואס איך האב בלית ברירה געמוזט אינטערשרייבן אריינצושיקן מיינע אייניקלעך אין חדר !!!ווייס איך נישט וואס צוטוהן ווייטער !,
לעש אויס די סעקיוריטי קעמערא זיי זאלן נישט זען.
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 3:13 pm
דורך עולם
איך זעה נאר דא איין זאך, קען זיין איך האב עס נישט גוט ארויסגעברענגט. מ'רעדט נישט דא פון א פריוואטע אפיס, למשל א ריעל עסטעיט אפיס, צו אן אינשורענס אגענט, צו אפילו עמעזאן ביזנעס. מ'רעדט דא פון געשעפטן וואס פארקויפן פראדוקטן פארן פאבליק, און זיי האבן ביה"כ, וואס געווענדליך לאזן זיי נישט אריין פרעמדע. ווי עס פארשטייט זיך אליינס פאלט אינטער דעם געזעץ די געשעפטן וואס האבן "נאר קאסטומערס" שילדן...
[left]ACCESS TO RESTROOM FACILITIES. A PLACE OF BUSINESS OPEN TO THE GENERAL PUBLIC FOR THE SALE OF GOODS OR SERVICES THAT HAS A TOILET FACILITY FOR ITS EMPLOYEES SHALL ALLOW ANY INDIVIDUAL WHO IS LAWFULLY ON THE PREMISES OF SUCH PLACE OF BUSINESS TO USE THAT TOILET FACILITY DURING NORMAL BUSINESS HOURS, EVEN IF THE PLACE OF BUSINESS DOES NOT NORMALLY MAKE THE EMPLOYEE TOILET FACILITY AVAILABLE TO THE PUBLIC[/left]
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 4:53 pm
דורך [NAMELESS]
אויב אזוי, וואלט איך מחלק געווען צווישן דער וואס האט עס אפן נאר פאר זיינע צוויי דריי ארבעטער'ס, מיט דער וואס האט עס אפן אויך פאר קאסטומער'ס.
ועדיין יש לפלפל בזה, אך אקצר.
נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 10:20 am
דורך עולם
ס'איז היינט אויפן סקעדזשול צו גיין פארן פולן שטימע!! (היינט איז ס'לעצטער טאג פאר זיי נעמען זייער ברעיק...)
מיר בעטן אייך! ביטע נעמט א מינוט פון אייער צייט און רופט אן אייער אסעמבלי-מעמבער און סטעיט סענאטער און בעהט זיי זיי זאלן שטימען פאר A277/S4918
איין מינוט פון אייך, קען ארויסהעלפן אריבער 600 טויזענט ניו יארקע, ליידער א היפשטער פראצענט פון אחב"י ה"י, וואס גייען אדורך זייערע שווערע צייטן אין פאל פון נויט!
אויפצוזיכן ווער אייער סענאטער איז קליקט אויף דעם לינק
www.nysenate.gov/senators אויפצוזיכן אייער אסעמלימעמבער קליקט דא
http://assembly.state.ny.us/mem/search/ און לייגט אריין אייער אדרעס, וועט אייך ארויפקומען ווער אייער ערוועלטער איז, און רופט אן זייער אפיס.
דער זכות זאל אייך ביישטיין איר זאלט קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו און צו קיין איינע פון די געזעצן...
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:49 am
דורך עולם
אחי ורעי
נאך איין בקשה'לע און האפענטליך בין איך פערטיג דאס יאר דערמיט...
רעדענדיג מיטן אפיס פונעם ביל ספאנסאר, אסעמבליפרוי פאולין, זאגט מיר דארטן דער לעגיסלאטיווער עססיסטענס אז זיי זענען קאנפידענט אז די ביל גייט אדורכגיין דעם אסעמבלי. ווי דער געטרייער אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד האט מיר געזאגט פרייטאג, ווען ער האט מיך גערופן, איז דאס ארויפגעברענגט געווארן, און מ'וועט שטימען דערויף די וואך. (די אסעמבלי און סענאט איז פארלענגערט געווארן).
דאך וואלט ווען נאכאלס גוט געווען אויב קען מען נאכאמאל אנרופן אייער אסעמבלימעמבער און בעטן מ'זאל שטימען דערפאר.
אזוי אויך וואלט נישט געשאדט אויב קען מען אנרופן דעם אסעמבלי ספיקער, קארל העסטי, אויף 518-455-3791 און זאגן בערך דאס:
[left]Hi my name is… I am calling to ask the Speaker to Support the Crohn's and Colitis Fairness Act, Bill number A277, It is very important for me.[/left]
וואס איז אבער יא קריטיש וויכטיג איז די סענאט!! (צוליב אנדערע אישו'ס און געשלעגערייען...) איז די ביל נאך ניטאמאל ארויפגעברענגט געווארן אויפן פלאר, טראץ די פולע בקשות פונעם ספאנסער, דער טשערמאן פון העלטה קאמיטע, קעמפ העננאן, און דער קא-ספאנסאר, דער געטרייער סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער.
בעטן מיר דא אלע חבירים, ביטע נעמט א מינוט און רופט אן דעם איצטיגן ספיקער און מיאריטעט פירער פונעם סענאט, דזשאן פלעגענען, אויף 518-455-2071 און בעטס מ'זאל דאס ארויפברענגן אויפן אגענדע! פאר אים קען מען זאגן בערך אזוי:
[left]Hi my name is… I am calling to ask the Speaker to put the Crohn's and Colitis Fairness Act, Bill number S4918 on the agenda, It is very important for me, and I support this bill.[/left]
די סענאט איז היינט טאקע נישט אין סעסיע, אבער עפענט זיך צוריק מארגן. ס'דא ממש געציילטע טעג אז דאס זאל ארויפגעברענגט ווערן און אדורכגיין, אבער מיט אונזער אחדות'דיגע כח גייט דאס אי"ה פאסירן!
אזוי ווי ער איז דער ספיקער, פארטרעט ער אונז אלע, זיי גייען אייך טאקע פרעגן אייער זיפ-קאוד, ס'איז נישט קיין פראבלעם, זאגטס וואו איר וואוינט. (זיי גייען אייך מסתמה פרעגן צו איר האט גערופן אייער לאקאלן סטעיט סענאטאר, איך האף איר האט טאקע גערופן... אפילו אויב נישט, למען השלום... וכו'...)
איך וואונטש אייך נאכאמאל איר זאלט קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, און נישט איר, נישט אייער משפחה, נישט ידידים וכו' זאלן דערצו נישט דארפן צוקומען!
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 4:28 pm
דורך עולם
און יא! ב"ה די אקט איז היינט אדורכגעגאנגן אין אסעבלי און באשטעטיגט געווארן!
עס איז אריבערגעשיקט געווארן צום סטעיט סענאט, האפענטליך וועט דאס נאך היינט דארט אדורכגיין!
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
אוי א שאד איך האב אויך נישט געסיינט...
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 4:42 pm
דורך עולם
[tag]בן אדם[/tag] קענסט נאך אנרופן פלעגענען און בעטן ער זאל דאס ארויפרוקן נאך היינט אויפן אגענדע...
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
אה כ'האב נישט באמערקט כ'האב געמיינט ס'שוין אינגאנצען אדורך.
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 10:51 am
דורך עולם
אן אפדעיט איבער דעם ביל...
גם זו לטובה!!
די נייעס איז נישט וואס מיר האבן געהאפט, אבער ס'נאך אלס פאזיטיווע...
די ביל איז אדורכגעגאנגן אין אסעמבלי פאריגע וואך מיטוואך, ווי 134 האבן געשטימט לטובת דעם ביל, און דריי דערקעגן. (איינער גראדע טענה'ט אז ס'איז א פארדריסליכע טעות פונעם קלורק, ער האט יא געשטימט לטובה) פון דארט איז עס אריבערגעשיקט געווארן צום סטעיט סענאט, צוליב דעם איבערפלוס פון בילס וואס זענען געליגן ארויפגעברענגט צו ווערן אויפן סענאט פלאר, איז דאס -צווישן אנדערע- נישט ארויפגעברענגט געווארן פאר וואלן (וואס ווען יא, זענען מיר זיכער אז דאס וואלט ווען אדורכגעגאנגן מיט א איבערוויגענדע מערהייט!), און די סענאט האט גענומען זייער יערליכע וואקאציע פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, יעצט, די סיסטעם ארבייט אז א ביל וואס איז נישט ארויפגעברענגט געווארן גייט אריבער צו די רולס קאמיטע, וואס דאס מיינט אז טאמער -פאר סיי וואספארא סיבה- די סענאט קומט נאך צוריק אין 2015 למספרם, איז דא א שאנס אז דאס זאל דעמאלטס ארויפגיין אויפן טיש. טראץ דעם וואס דאס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינונג, און מ'קען דערויף נישט לייגן קיין האפענונג, בנוסף אפילו דעמאלטס איז ווידער א שווערע ארבייט צו זעהן אז דעמאלטס זאל מען דאס ארויפריקן, אבער אלעס איז מעגליך...
למעשה, מער רעליסטיש גערעדט, מיינט דאס אז ס'קומענדיגע מאל וואס מ'קען ארבייטן איבער דעם אקט איז קומענדיגע יאנאווער (די סענאט איז אין סעסיע צווישן יאנאווער און יוני). אבער דאס מאל איז שוין אסאך גרינגער, די עיקר שוועריקייטן איז געווען צו טרעפן ספאנסארס, קאו ספאונסערס, מאלטי ספאונסערס, באקומען שטיצע פון ערוועלטע אז זיי וועלן שטימען דערפאר, און דאס ב"ה האבן מיר, אלע ספאונסערס האבן מיר געזאגט אז זיי בלייבן. דעם העלטה קאמיטע וואס דארף אדורכגיין פאר עס ווערט בכלל ארויפגעברענגט פאר א פולע שטימע אין אסעמבלי אדער סענאט איז געבליבן ביי זייער שטיצע, און זאגן צו אז וועלן ווידער עס שטיצן אין 2016. בלייבט נאר איבער די ארבייט פון עס פריש אריינגעבן, און אריינשטיפן עס זאל ארויפגיין אויפן טיש פאר וואלן...
מיר ארבייטן בענעזאם מיט נאך אן ארגענעזאציע צו אראנדזשירן א זיצונג מיטן ספיקער פונעם אסעמבלי, קארל העסטי און אזוי אויך מיטן ספיקער פונעם סענאט פלענעגען, ווי מ'ווילן מיר זיי קלאר מאכן די וויכטיגקייט פונעם ביל, אז ס'זאל פאר זיי אויך ווערן א וויכטיגע נושא און זיי זאלן האבן א געפיל עס ארויפצוברענגן געניג פרי ווען די הייזער זענען אין סעסיע. בעיקר דארפן מיר די שטיצע פונעם סענאט פירער צוליב דעם וואס מיר האלטן אן אויג צו די סענאט וועט זיך צוריקקערן אפילו פאר גאר קורצע צייט נאך פאר יאנאווער, וואס דעמאלטס דארפן מיר שטארק צוקומען צו אים אז ער זאל דאס ממש אריינקוועטשן...
מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה און אנגערופן / געאימיילט זייערע ערוועלטע לעגאסלעטורן אז זיי זאלן דאס שטיצן. עס האט זעכער געהאלפן (איך האב דאס געהערט!)
בלייבט נאר איבער צו האפן אז מיר וועלן מצליח זיין ווי אמשנעלסטן! מיר גייען דאס באווייזן! טאקע נישט אזוי שנעל ווי מיר האבן געהאפט, אבער דאס גייט אדורכגיין!!!
#בהנ"ו
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:28 pm
דורך yatzmachp
מען דארף מאכן א געזעץ אז יעדער וואס ליידט נעבעך פון קאלייטיס מוז קויפן די זאכן. אויב ער קען עס נישט עפארדן מוזן די דריי מענטשן וואס שטייען די נאנטסטע צו אים עס באצאלן.
http://www.cabelas.com/product/Cleanwas ... 745126.utshttp://goponcho.com
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 2:27 pm
דורך עולם