בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 12:02 pm
דורך lazar
זעהט אויס אז סקולענער רבי איז יונגער געווארן מיט אפאר יאר.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:06 am
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
מה הוא האט געשריבן:עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?

אזוי ווי איך בין אויך נייגעריק געווען כמו ידידינו היקרים ר׳ [tag]שמעקעדיג[/tag] ור׳ [tag]מה הוא[/tag] האב איך מיר אינטרעסירט ביי א קרוב מיינער וואס איז דארט געווען, און די תירוץ אין קורצען איז געווען אז די דרשות בעצם איז געווען זייער שיין, אבער אלע [יא, ״אלע״] אנדערע חלקים זענען געווען מלא פלאפס און קעיאס, איך האף אז איך וועל אי״ה רעדן מיט אים נאכאמאל און ברענגען א אויספירליכע פולע באריכט פאר חברי השטיבל.

איז אזוי, וועל איך מקיים זיין וואס איך האב געשריבן ארויפציער, לויט ווי דער צייט וועט ערלויבן, ובזה אתחיל:
די טעכנישע חלקים פונעם מעמד איז געווען ארענדזשירט און אנגעפירט דורך חברים דראקלענד, און זיי זענען געשטאנען דארטן אלץ די סדרנים.
ר׳ שרגא פריעדמאן איז געווען יושב ראש,
די נייע וויזניץ׳ע רב פון ב.פ. האט געדאווענט מנחה פאר די עמוד,
הגאון ר׳ משה גרין -ר״י דמאנסי- האט פארגעזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים,
ר׳ בערל טויבער -ר״מ בישיבה אור תורה- האט געזאגט א דרשה,
הגאון ר׳ אפרים וואקסמאן -ר״י מאור יצחק- האט געזאגט א דרשה,
ברכת קודש מאת כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליט״א,
דרשה מאת כ״ק אדמו״ר מוויען שליט״א,
דברות וברכת קודש מאת כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א,
קבלת עול מלכות שמים ע״י כ״ק אדמו״ר מבאבוב (45) שליט״א,

די פלאפס ביי די טעכנישע חלקים וועל איך אי״ה באשרייבן שפעטער בל״נ.

פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:20 am
דורך ירא שמים
וועלכע ישיבות האבן זיך משתתף געווען?
און וואס איז געווען די תוכן פון די דרשות?

Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:32 am
דורך אבי גערעדט
FI0C8595.jpg


קוקט אויס ווי ס'געווען א שיינער דורכפאל,

Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:32 am
דורך אבי גערעדט
.

Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:34 am
דורך אבי גערעדט
IMG-20150612-WA0047.jpg


אבער ווי לאנג מ'מאכט געלט... (ר' הערשל שרייבער - הנדבן)

Sent from my SM-N900P using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:08 am
דורך שבת אחים
בילד

דער גרויסער עסקן שרגא פר״ם אנקומענדיג צו די מעמד מיט א גרויסע שמייכל פיין אויסגעשלאפן מיט א אויסגביגעלטע העמד און אויסגערוהט אויף עגיפטישע קאטן ,ווארשיינליך נאכן אריינריקן א סעודה כיד המלך אפּאר סטעיקן מיט פרענטש פרייעס און יעצט גייט ער מוסרן כלל ישראל....
#היפּאקראטיע איז נישט דאס ווארט

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 3:08 am
דורך שמעקעדיג
פריעד באטשי האט געשריבן:ר' בערל טויבער -ר"מ בישיבה אור תורה- האט געזאגט א דרשה,
הגאון ר' אפרים וואקסמאן -ר"י מאור יצחק- האט געזאגט א דרשה,
דרשה מאת כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א,
דברות וברכת קודש מאת כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א

זייער בארינג.

פון גאנץ כלל ישראל קען מען נישט טרעפן אפאר פרישע רעדנער? ביי יעדע אסיפה מוז מען איבערהערן די זעלבע פאר חברה?