בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:30 am
דורך shem-tov
סטארבאקס האט א טעם פון דיזעל פיומס. דאנקען קאפי און אפילו די דארק-ראסט איז צו וואסעריג אויסגעוועפטע קאווע. חלב עכו"ם טאר מען נישט טרינקען און סבכלל זייער וואסעריג. פון סתם א גוישע געז סטעישאן קען מען נישט קויפן ווייל זיי קענען ווארעמען אנדערע זאכן און די קענסט אים נישט טראסטן וואס ער לייגט דארט אריין. ביים יוד וועט ער דיר אריינשמירן מיט א פיינע פרישע קאווע וואס ער האט דיר ספעציעל געלאזט ברוען מיט בלויז א זעקס זיבן שעה צוריק. בלייבט מיר מיין באליבטע טעיסטער טשויס שאכטל מיט מיין אייגענע מילך.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:33 am
דורך נופת צופים
דיין לעבן סאקט, רבי. זאג נאר א גוט'ן סטעיק האסטו שוין געהאט אמאל אין לעבן? אדער ס'אייביג עפעס ראנג דערמיט?

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:57 am
דורך ישמעאל הכהן
די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

Re: סטארס מיט פיינע קאווע

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:13 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
shem-tov האט געשריבן:סטארבאקס האט א טעם פון דיזעל פיומס. דאנקען קאפי און אפילו די דארק-ראסט איז צו וואסעריג אויסגעוועפטע קאווע. חלב עכו"ם טאר מען נישט טרינקען און סבכלל זייער וואסעריג. פון סתם א גוישע געז סטעישאן קען מען נישט קויפן ווייל זיי קענען ווארעמען אנדערע זאכן און די קענסט אים נישט טראסטן וואס ער לייגט דארט אריין. ביים יוד וועט ער דיר אריינשמירן מיט א פיינע פרישע קאווע וואס ער האט דיר ספעציעל געלאזט ברוען מיט בלויז א זעקס זיבן שעה צוריק. בלייבט מיר מיין באליבטע טעיסטער טשויס שאכטל מיט מיין אייגענע מילך.

אז מ׳ טאר נישט טרינקען, ווי אזוי ווייסט איר די טעם?

Re: סטארס מיט פיינע קאווע

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:25 pm
דורך נופת צופים
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

כ'האב עס עקספעקטעד פון בערל'ן זאל זיין געזונט.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:47 pm
דורך petergrifin
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:סטארבאקס האט א טעם פון דיזעל פיומס. דאנקען קאפי און אפילו די דארק-ראסט איז צו וואסעריג אויסגעוועפטע קאווע. חלב עכו"ם טאר מען נישט טרינקען און סבכלל זייער וואסעריג. פון סתם א גוישע געז סטעישאן קען מען נישט קויפן ווייל זיי קענען ווארעמען אנדערע זאכן און די קענסט אים נישט טראסטן וואס ער לייגט דארט אריין. ביים יוד וועט ער דיר אריינשמירן מיט א פיינע פרישע קאווע וואס ער האט דיר ספעציעל געלאזט ברוען מיט בלויז א זעקס זיבן שעה צוריק. בלייבט מיר מיין באליבטע טעיסטער טשויס שאכטל מיט מיין אייגענע מילך.

אז מ׳ טאר נישט טרינקען, ווי אזוי ווייסט איר די טעם?


דו װילסט הערן א מעשה אדער װילסט פרעגן? :D

Re: סטארס מיט פיינע קאווע

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:51 pm
דורך וויל קענען
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

נישט די קאווע וואס פלעגט זיין אינטען אין ראדני אין די פירקעלעטער? [emoji1]

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:53 pm
דורך petergrifin
נופת צופים האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

כ'האב עס עקספעקטעד פון בערל'ן זאל זיין געזונט.


אזוי גײט עס מען האט ליב װאס מען איז אויף געװאקסן מיט. למשל אײנער װאס טרינקט צװאנציג יאר מים חײם קאלע סאדע און בײ די
צװאנציג טרינקט ער קאוקע קאלע צום ערשטע מאל גײט ער מײן איך זאגן אז מים חײם איז בעסער.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, כ'פלעג עס טרינקן ווען כבין אריינגעפאלן דארט און סגוט געווען פארפאלן, בעסער ווי דאנקין

Re: סטארס מיט פיינע קאווע

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:13 pm
דורך וויל קענען
ישמעאל הכהן האט געשריבן:כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, כ'פלעג עס טרינקן ווען כבין אריינגעפאלן דארט און סגוט געווען פארפאלן, בעסער ווי דאנקין

לייג עס אריין אין מסתמא ביסטו א חסיד[emoji1]

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
אדער אין ''מסטמא מוזטו נישט אלץ ווייזן אז ביזט אינדרויסן פון באקס'' :D

Re: סטארס מיט פיינע קאווע

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:21 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
בארא פארק 18&65 איז דא א סטארבאקס.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 11:11 am
דורך שמעקעדיג
וויל קענען האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

נישט די קאווע וואס פלעגט זיין אינטען אין ראדני אין די פירקעלעטער? [emoji1]

יא איך האב טאקע יענץ ליב געהאט, מיט די איצקאוויטש ערד-קאווע, עס האט געהאט אזא גוטן שמעק....
און קיינער רעדט נישט פון די קעמפ קאווע וואס יוסל רייך האט געמאכט? ווי מען האט עס געקאכט אינאיינעם מיט די מילך? סטארבאקס קען איינפאקן אקעגן דעם :P

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
מיין פעיווערט קאווע איז טאקע דא פון 'קאווע' שטיבל !
אבער עס האט נישט קיין באשטומטער אדרעסס . אמאל איז עס א שלינג פון @בודאפעסט מלעיקוואד אמאל איז עס א שאשקע פון @בערל מיטן אלטען וויליאמסבורגער חן און אמאל איז עס א זופ פון @ברסלבער מאומאן און אמאל א טרינק פון @כוכב פון די הויכע ספערן

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 8:32 pm
דורך מאן דאמר
איך ווייס אז מען האט מקדים געווען דא ויליאמסבורג און בארא פארק, אבער עס קען אפשר נאך אלץ צו נוץ קומען דער עולם זאל וואוסן, The French Press, אין לעיקוואד, האט א גרויסע אויסוואל פון פארשידענע קאווע, טייל פון זיי זענען מעין עוה״ב, און ועל כולם, עס איז א היימישע אידישע געשעפט
http://frenchpresscoffeeroasters.com

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 8:32 pm
דורך מאן דאמר
..

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:11 am
דורך געפילטע פיש
די בעסטע קאווע איז וואס מ'מאכט זיך אליינס אינדערהיים. מ'קויפט א פריש געבראטען single origin באנדעל פון פאפוא ניו גיני, צו פון קעניע, סומאטרא, וכדו' פון א קליין בוטיק קאפע הויז, זיי צומאלן עס אויפן פלאץ, מ'בעט זיי זאלן עס מאכן coarse ground, און מ'בראוט עס מיט א פרענטש פרעס אינדערהיים טו פערפעקשאן.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 1:13 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש, די פרענטש פרעס בראט עס אדער סתם די וואסער גייט דורך די שטויב אזוי ווי יעדע מאשין?
איז די אויפטו אין די געקויפטע געבראטנע באנדלעך אדער אין די וועג ווי די פרענטש פרעסס קאכט עס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:49 pm
דורך קאווע טרינקער
אין עמי מאגאזינן לויפט א סעריע וועגן א נייע קאווע געשעפט אין בארא פארק, 13 און 54.
איך קריג זיך מיטן נאמען וואס ער האט געגעבן 1982 קאפי... נעריש

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:10 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
Blue dish האט אויך א נייע ליין פון קאווע. 13&50

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:20 pm
דורך וכדומה..
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין עמי מאגאזינן לויפט א סעריע וועגן א נייע קאווע געשעפט אין בארא פארק, 13 און 54.
איך קריג זיך מיטן נאמען וואס ער האט געגעבן 1982 קאפי... נעריש


אין די ליסטע פון מעגליכע נעמען וואס ער האט דארט געשריבן זענען געווען סאך בעסערע ווי דעי נאמען, א נומבער איז א זאך וואס מענטשן רילעיטען בכלל נישט דערצו, סקומט נישט נאנט צו א געלונגענע רייכע נאמען. זייער נאריש לדעתי.

ער שטעלט זיך צו דארט צו 7 עלעווען.. קאם אן...

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:39 pm
דורך ליפא
פארוואס עפעס נומבער 1982?

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:50 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
זייט דעמאלט חלומ׳ט ער שוין פון עפענען די סטאר. :roll: