בלאט 3 פון 5

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 12:05 am
דורך קאווע טרינקער
שיינע אשכול.

איך ווייס פון א בחור פון א צובראעכענע שטוב (ס'מיינט א שטוב וואס די טאטע מאמע זענען פרייליך באזונדער) וואס האט זיך איינגעשריבן אין א ישיבה, דער ראש הישיבה האט אים פארהערט, און איז נישט נתפעל געווארן. דער בחור האט פארשטאנען אז כלתה אליו הרעה... האט ער פארלאזט א טרערעל.

ער איז געווארן אנגענומען אין די ישיבה.
מי כעמך.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 12:33 am
דורך [NAMELESS]
האסט דיך אפשר פארמישט מיט די אנדערע מי כעמך אשכול?

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 12:42 am
דורך א איד
פארוואס זאגסטו אזוי?

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 1:11 am
דורך [NAMELESS]
א טרערעל איז נישט אזוי פשוט

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2016 11:24 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:א טרערעל איז נישט אזוי פשוט

בן אדם: ס'הייסט, דער ראש ישיבה איז ראוי לשבח, ווייל ר'איז געווארן גערירט פון א אידישע טרער.
משל למה"ד. צו א אידישן רויבער, וועלכער האט געהאלטן א גאן אויף איינעם. און צום סוף האט ער רחמנות געהאט אויף זיין קרבן ווייל יענער האט געלאזט א טרער. דאס דערמאנט מיך א זיסע מעשה מיט א אידישן האלד-אפ'ניק. אבער ס'געהער נישט אהער. ואכמ"ל...!

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2016 11:48 pm
דורך גר ותושב
מי כעמך ישראל
די וואך און די ביטערע היצן האבן יודן ארויס געלייגט קאלטע וואסער באטלעך צו מהנה זיין אנדערע יודן.

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2016 11:52 pm
דורך א איד
און צו פארדאנקען מאטי קליין, פון מאטיס סופערמארקעט אין מאנסי, פארן מארגן זיין דעם פראיעקט, און מנדב זיין די וואסער.

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2016 11:56 pm
דורך גר ותושב
א איד האט געשריבן:און צו פארדאנקען מאטי קליין, פון מאטיס סופערמארקעט אין מאנסי, פארן מארגן זיין דעם פראיעקט, און מנדב זיין די וואסער.

עס האט טאקע אויסגעקוקט ווי א אויסגערעכנטע אקציע.

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 12:05 am
דורך גרויסע מענטשעלע
א מעשה פין מיך אליין.
א דאנק אדמור ניקולשבורג/כלל ישראל
סאיז געוועהן א קליפ ווי די רבי קאנטערלירט די טרעפיק א דורך צו לאזען א פאלציי.
פאריענדיג אין א 2 way קאנסטראקשין איז מיר אויסגעקומען די זעלבע זאך זעהענדיג פאלציי קאר שטייט מיט די לייטס אין די לאנגע טרעפיק האבאיך מיך אפגעשטעלט פאריענדיג די פאקירטע ריכטונג אינעם געוויזען ער קען קומען. ( סהאט איהם פיין געשעמקט)
ווען נישט די קליפ וואלט איך עס לכו נישט געטועהן אזוי ווי אלע אנדערע קארס.

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 12:16 am
דורך berlbalaguleh
גרויסע מענטשעלע: דער זכות זאלל דיר ביישטיין ביי דעם נעקסטן טיקעט וואס דו דארפסט באקומען... :lol:
ערנסט גערדט. ס'איז א קידוש ה' ווען א איד טוט אזא זאך. מיר דארפן געדענקען דעם כלל פון ישראל ערבים זה לזה. דאס ארבעט נישט נאר אין א נעגאטיוון וועג. נאר אויך אין א גוטן וועג. דער פאליסמאן ווייסט ביי זיך אז די אידן זענען זיינע פרענדס. און איך מיין נישט אין די בחינה פון שוויצן און פאטאגראפירן זיך צוזאמען מיט זיי...!

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 12:41 pm
דורך מפוזרי
@קאווע טרינקער, די מעשה וואס דו פארציילסט, איז א חידוש פון א מעשה.

@יעקב מענטש, דיין געשיכטע איז פשוט נישט צום גלייבן.

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 1:39 pm
דורך moshav zekeinim
איך בין אויסגעלאפן פון געז אינמיטן הייוועי און זיך געשטעלט אין א זייט. עטליכע מינוט דערויף שטעלט זיך אפ אן אראבער און נעמט מיר צו א געז סטעישאן וואו איך האב געקויפט א קריגל מיט געזאלין און טראגט מיר צריק צום קאר.

איך האב מיר אבער נישט קיין עצה געגעבן וויאזוי אריין צלייגן די געז, דער אראבער איז שוין נישטא געווען, און פלוצלינג שטעלט זיך אפ א איד און העלפט מיר אריין לייגן די געז.

מי כעמך בני אברהם

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 1:42 pm
דורך ליפא
האסטו אפשר געזאגט דעם אראבער אז דו ביזט אויפן וועג דורכצופירן א קאר באמבע אקציע? :P

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 2:29 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:איך בין אויסגעלאפן פון געז אינמיטן הייוועי און זיך געשטעלט אין א זייט. עטליכע מינוט דערויף שטעלט זיך אפ אן אראבער און נעמט מיר צו א געז סטעישאן וואו איך האב געקויפט א קריגל מיט געזאלין און טראגט מיר צריק צום קאר.

איך האב מיר אבער נישט קיין עצה געגעבן וויאזוי אריין צלייגן די געז, דער אראבער איז שוין נישטא געווען, און פלוצלינג שטעלט זיך אפ א איד און העלפט מיר אריין לייגן די געז.

מי כעמך בני אברהם
"
מושב זקנים. אינטרעסאנט. דו האסט געהאט מזל. האסט אנגעטראפן א וואוילן אראבער. איך למשל האב באגעגנט 2 אראבערס אין א טרעפיק דזשעם אויפ'ן בי.קיו.אי. זיי זענען צוגעקומען נאנט צו מיין קאר און האבן געשריגן פאר מיר דעם בארימטן אראבישן פסוק..."איטבאח על יאהוד"...כ'האב נאר מורא געהאט אז זיי ווילן (ח"ו) מקיים פסק זיין אויפ'ן ארט. כ'האב זיי געוואלט זאגן אז איך לערן און קען ויואל משה אויסנווייניג. זיי קענען מיך אפילו פארהערן... :lol: נאר די סיטרא אחרא האט געהאלפן (די זעלבע סיטרא אחרא וואס האט געהאלפן די אידן אין ענטעבבע) און זיי האבן אפגעפיצט צו אלדע רוחות. עניוועי. דו (און דיינע אויפגעקלערטע, סענסיטיווע פרענדס) זאללן ענדזשויען די מידות טובות פון דעם און אלע וואוילע אראבערס עד ביאת מאהאממעד ,צוזאמען מיט די נטורי חרתא לאל קודס במהרה בימכם,עימען...!. :lol: :roll:

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 5:29 pm
דורך א איד
מושב קענסט צוטיילן די מעשה, די ערשטע חלק לייג אריין אין דיין מי כעמך הגוים אשכול, און שרייב פארזעצונג דריק אויפן לינק, וואס וועט אהערשיקן צו ליינען די צווייטע חלק, וואס דער איד האט דיר געהאלפן.
און צו שרייבן אזוי ווי דיין שפראך, אז דער אראבער האט דיר געטראגן צו זיין חברס געז סטעישאן, אדער לאו דוקא זיין חבר, אבער א צווייטער אראבער. און ער האט נאך געמאכט א פראצענט (בדרך צחות), אבער דער איד האט גארנישט פארדינט דערפון, חוץ דיר א טובה געטוהן.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 5:33 pm
דורך יעקב מענטש
מפוזרי האט געשריבן:
@יעקב מענטש, דיין געשיכטע איז פשוט נישט צום גלייבן.

איך וואלט אפשר אויך געלערנט גוזמא קתני, ווען נישט מיין חבר האט מיר געגעבן א נאמען מיט אן אדרעס, און זיך קענענדיגע מיט יענעם האב איך עס פערזענליך וועריפירירט, מ'רעדט פון באמת א פשוט מידל עידזש קאפל, מיטל קלאס פארדינער, נישט קיין גרויסע עשירים.

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 9:53 pm
דורך מפוזרי
אשריך ישראל!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 3:00 pm
דורך קאמענטירער
כהער שמועסן, אז ביי KRM האבן זיך מיטאמאל אפגעזאגט צען ארבעטערס אויפאיינמאל! אין די פארנומנסעטע צייט אין וואך! -מנהסתם צו לייגן דריק זיי נאכצוגעבן- אין גארמעי גלאט (זייערס א קאמפעטישן לכל הדיעות, א סופערמארקעט אויף די נעקסטע בלאק) איז געקומען צוהילף און פארשאפט ארבערטערס פאר KRM! אויב דאס איז אמת איז עס א שטארקע און געוואלדיגע מעשה, וואס אסאך מעגן זיך אפלערנען פון די גארמעי בעלי הבתים!!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:04 pm
דורך כלבאשבוע
קאמענטירער האט געשריבן:כהער שמועסן, אז ביי KRM האבן זיך מיטאמאל אפגעזאגט צען ארבעטערס אויפאיינמאל! אין די פארנומנסעטע צייט אין וואך! -מנהסתם צו לייגן דריק זיי נאכצוגעבן- אין גארמעי גלאט (זייערס א קאמפעטישן לכל הדיעות, א סופערמארקעט אויף די נעקסטע בלאק) איז געקומען צוהילף און פארשאפט ארבערטערס פאר KRM! אויב דאס איז אמת איז עס א שטארקע און געוואלדיגע מעשה, וואס אסאך מעגן זיך אפלערנען פון די גארמעי בעלי הבתים!!!

לא דובים ולא יער, סתם וואטסעפפ מעשיות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:32 am
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: אפילו ווען די מעשה איז נישט אמת, דארפן מיר גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת. און מ'דארף זיך אפלערנען מידות טובות פן אנדערע אידן...!

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:52 am
דורך טרויבן88
א איד האט געשריבן:ווי אזוי ארבעט אזא זאך, מען קען סטראשענען מיט געלט, און אויב נישט טוי איך דיין קאר?
אדער דער אינגערמאן קען סוען דעם פאליציאנט?

פריוואטע טויערס בעטן געלט אויפן פלאץ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:24 am
דורך moshav zekeinim
יעקב מענטש האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:
@יעקב מענטש, דיין געשיכטע איז פשוט נישט צום גלייבן.

איך וואלט אפשר אויך געלערנט גוזמא קתני, ווען נישט מיין חבר האט מיר געגעבן א נאמען מיט אן אדרעס, און זיך קענענדיגע מיט יענעם האב איך עס פערזענליך וועריפירירט, מ'רעדט פון באמת א פשוט מידל עידזש קאפל, מיטל קלאס פארדינער, נישט קיין גרויסע עשירים.


אז אזא מעשה איז א חידוש נפלא ביי אידן דאן שטייט דער מצב החסד ביי אידן גאר גאר שלעכט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:29 am
דורך moshav zekeinim
,