בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:42 pm
דורך מי אני
וידוע שיטתו של דוד הום (בשורש ומקור של מאראל ועטיקס ג״כ):
Reason is and ought only to be the slave of the passions
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:58 pm
דורך קהל'ס נער
שארפןקאפ האט געשריבן:איך וואלט געזאגט פארקערט ראטווען די 5 מענטשן איז פון רגש, אין די פארקערטע איז שכל,
דאס איז די וועג ווי אזוי איך קוק דאס אן, איך האב גארנישט מיט קיין איין פון די מענטשן אין איך קום זיי גארנישט אפילו נישט צו באשליסן וואס צו טון, נישט פאר די 5 אין נישט פאר די 1 ,
שכלדיג האב איך נישט קיין פראבלעם אז אלע 6 מענטשן שטארבן, געפיליש וואלט איך געוואלט ראטעווען אלע 6, ניין?
נאר וואס דען איך קען נישט ראטעווען אלע 6 אדער 5 אדער 1, אבער שכלדיג איז שב ועל תעשה אייביג עודיף ווייל עס איז נישט מיין ביזנעס,אבער געפיליש יא ווי אזוי קען איך צו לאזן 5 מענטשן זאלן שטארקן ווען עס קען נאר זיין 1....
והא ראיה אז זיך אריינמישן איז א געפילישע שריט, ווייל אויב וועט דאס איין מענטש זיין דאן אייגענעם קינד, וועסטו מסתמא האלטן אנדערש....
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
מען קען נישט ברעינגן א ראיה וואס וואלסטו געוטין ביי דיין קינד, ווייל מיין קינד וואלט איך געראטעוועט אפילו אויב סנישט מאראליש, מילא קימט עס בכלל נישט אריין, דא רעדט מען פון וואס איז די ריכטיגע זאך צי טאן (אדער נישט צי טאן) אויף למעשה צי איך וואלט געטין די ריכטיגע זאך לאוו דוקה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:04 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:ר' קהל'ס דמן שכליא, ווער ביסטו צו גיין בידים הרג'ענען א מענטש צו ראטעווען אנדערע אויב די ווילסט עס נישט טון פאר דיר אליינס ווייל די ביסט סעלף סענטערד? יענער בעיניו איז די זעלבע סעלף סענטערד, און ער האט די זעלבע זכות קיום ווי דיר.
ווי אנדערע האבן ארויסגעברענגט, אויב האלסטו נישט אז שכל'דיג וואלסטו אויך געדארפט מנדב זיין דיין לעבן פאר 5 אנדערע - דאן איז דיין שיטה ריין רגש.
ווייל איך וואלט געטין עפעס וואס איז אימריכטיג מיינט אז דאס איז די ריכטיגע זאך?
שכלדיג וואלט איך יא געדארפט מקריב זיין מיין לעבן, אבער מיין געפיל/תאווה/סעלפישנעס לאזט מיך נישט, איז וואס ווייל איך (און יעדער) בין סעלפיש טוישט זיך וואס איז ריכטיג?
הייסט א גנב האלט אז גנב'נן איז ריכטיג?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:15 pm
דורך מתבודד
ר' קהל'ס דמן שכליא מתנהג במנהגא דרגשא?
Re: the trolley problem plus
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:38 pm
דורך יעקב מעקסוועל
פון קאגניטיוו פסיכילאגיע זעט מען, ווען מען טראכט שטארק די שכל פון א זאך, וועט די געפיל זיך טוישן מיט דער צייט צו גיין ע"פ שכל. אזוי אויך ווייסט יעדער, ווען איינער האט געפילן אין א געוויסע מעשה, וועט ער זיך פלוצלונג טרעפן מיט אסאך סברות פארוואס דאס איז טאקע ריכטיג.
ע"כ, איז זייער שווער צו מחלק זיין צווישן שכל און געפיל. און אפילו מען קען יא מחלק זיין, האט שוין שמן געזאגט אפשר איז גאר די געפיל שטערקער פונים שכל.
און קום מיר נישט זאגן א סברא אז מען דארף גיין ע"פ שכל, ווייל איך פיל מען דארף גיין ע"פ געפיל...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:54 pm
דורך קהל'ס נער
איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.
משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.
בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.
Re: the trolley problem plus
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:55 pm
דורך שארפןקאפ
@קהל'ס נאר איך וואלט דאס געפרעזעד אביסל אנדערש מיט מיין מהלך,
אנדערש ווי אלעמאל וואס איך האב נישט קיין חיוב זיך אריינצומישן, בי אן אייגענעם זוהון איז די איינציגסטע פאל וואס איך האב יא חיוב, וויל דעמאלט פון מיין שטאנדפונקט איז עס מיין מאראלישע פליכט (נישט איך מעג, נאר איך מיז) צו טאן אלעס אין די וועלט אפילו הרגענען 1000 מענטשן...
משע"כ מיין טאטע ברודער אדער בעסטע פריינד האב איך נישט א מאראלישע פליכט זיי צו באשיצן, אפילו זיי וואלטן געווען פון די 5 מענטשן וואס גייען שטארבן וואלט איך נישט געהאט רשות זיך אריינצומישן... אין איך וואלט זיך טאקע נישט אריינגעמישט נישט קיין חילק ווי שטארק טס טיט מיר וויי, וויל איך בין א מאראלישע מענטש....
דאס איז געווענטליך די חילוק פון די צווי מהלכים אז מענטשן וואס זאגן אז זיי וואלטן זיך אריינגעמישט געווענטליך וועלן אויף געבן זייער מאראלישעקייט ווען עס ווערט זיי מער אימוישענלי שווער משע"כ די מענטשן וואס וואלטן זיך נישט אריינגעמישט וועלן נישט טוישן זייער מיינונג ווען עס ווערט אימוישענלי שווער........
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:59 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.
משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.
בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.
מאראל מיינט גארנישט. מאראל איז א אויסגעטראכטע זאך וואס האט גענצליך מיט געפיל. דו קענסט מיר מסביר זיין שכל'דיג פארוואס רציחה איז שלעכט? פארוואס איז עס אומאראליש? און פארוואס איז הרג'ענען א טשיקן יא מאראליש? און וואס איז מיט א מורישקע? און וואס איז מיט אראפרייסן א עפל פון א בוים? ס'איז אלעס געבויט אויף געפיל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:11 am
דורך שארפןקאפ
קהל'ס נער האט געשריבן:איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.
משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.
בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.
יא און ניין ... כמעט יעדע ביינערי זאך אין אונזער וועלט איז רעלאטיוו און דו קענסט פרעגן אן אלע זאכן וואס וואלט עס געווען גרויס vs קליין וכו',
דרך אגב, עס קומט טאקע פאר ריזיגע דעבאטעס אויב מאראלישקייט וואלט עקזיסטירט אן רעליגיע מיט שכל אליין.
באט אין אינזער וועלט ווי אונז האלטן קען מען דיפיינען וואס עס מיינט.
אויב ביסט אינטערעסירט אין עס שטודירן, די פלעי ליסטע איז גאנץ גוט:
https://youtube.com/playlist?list=PLD69712B84F998857
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:22 am
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.
משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.
בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.
מאראל מיינט גארנישט. מאראל איז א אויסגעטראכטע זאך וואס האט גענצליך מיט געפיל. דו קענסט מיר מסביר זיין שכל'דיג פארוואס רציחה איז שלעכט? פארוואס איז עס אומאראליש? און פארוואס איז הרג'ענען א טשיקן יא מאראליש? און וואס איז מיט א מורישקע? און וואס איז מיט אראפרייסן א עפל פון א בוים? ס'איז אלעס געבויט אויף געפיל.
גערעכט אז די איידיע אז רציחה איז א שלעכטע זאך איז א געפיל, אבער מען דארף ניצען די שכל צי מחליט זיין צי הרגנן איינעם צי ראטעווען 5 צו נישט.
משל למה הדבר דומה, אז אייסקרים איז א גיטע זאך איז א געפיל, אבער מען דארף ניצען די שכל צי אוועקווארפן א אייסקרים אויף צי פארדינען פינף אייסקרימס צו נישט.
איז נישט פשוט א ווען די טראלי פראבלעים איז מיט אייסקרים אז די וואלסט כערחקט דע לעווער?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:07 am
דורך שמן למאור
ביי די אייזקרים ביסטו גערעכט, ווייל ס'נישטא קיין שלעכטע געפיל אוועקציווארפן די אייזקרים מיטן חשבון אז דו וועסט באקומען פינעף. דו וועסט נישט האבן קיין געוויסנסביסן פארן פארטיליגן אן אומשולדיגן אייזקרים.
משא"כ ווען מען רעדט פון מענטשן, וועט דיר די געפילן און חרטה נאכלויפן, אז תכלית.. דו האסט גורם געווען די רציחה פון אן אומשולדיגן מענטש. סאו שכל דארף מחליט זיין וועלכע געפיל וועט דיר לאזן שלאפן רואיגער ביינאכט, די געפיל אז דו ביסט געזעצן מיט איינגעלייגטע הענט בשעת 5 מענטשן זענען צוטרויטן געווארן, אדער די געפיל אז דו האסט בידים געפירט די באן צו רצח'ענען א מענטש.
Re: the trolley problem plus
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:47 am
דורך הויזן טראגער
קענסט עס נעמען צו נעקסט לעוועל, נניח אז מען דארף יא הרגענען דעם איינעם צו ראטעווען פינעף, וואס טוט זיך ווען דער איינער איז א הארץ ספעשעליסט, סאיז יעצט דא 25 מענטשן וואס ווארטן אויף זיין סערוויס, אויב גייט ער זיי נישט העלפן גייען זיי שטארבן, דארף מען יעצט הרגענען די פינעף צו ראטעווען 25?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:05 am
דורך שמן למאור
אין וואס טוט זיך אויב עס ליגט דארטן א טראנסדזשענדער, וואס פאריפט זיך they/them, צו האט ער/זי א דין קדימה כאילו זיי זענען צוויי מענטשן...?
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:24 am
דורך חדשים
אין גליון הלכה בגבעה די וואך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:16 pm
דורך מי אני
ומענין לענין באותו ענין טוהט הרב דר. מיכאל אברהם
דא דורך אַן אינטרעסאנטע ענליכע שאלה. עס איז געווען א שיף וואס איז געפארן פון ליווערפּוּל צו פילאדעלפיע און עס האט אָנגעהויבן זינקען. יעדער איז אריין אין די לייפבּוֺיטס אבער עס איז נישט געווען גענוג פלאץ, אזוי אז טאמער וואלטן אלע געבליבן וואלט יעדער דערטראנקן געווארן. איז געווען דארט א גיבור וואס האט אראפגעווארפן אפאר מענטשן, און זיי האבן זיך ל״ע דערטראנקן, און אזוי האט זיך דאס לייפבּוֺיט סטאביליזירט. מ׳האט אים דערנאך געברענגט צום געריכט פאר׳ן זיי אראפווארפן מיט׳ן טענה אז דאס וואלט געדארפט גיין ע״י גורל.
פרעגט דר. עלי מרצבך אז וואס איז דאס אנדערש פון זאגן אז דער גיבור האט שוין געוואונען דעם גורל בהולדתו בכח? מיינענדיג, אז א גורל שטעלט יעדן אויפ׳ן זעלבן שטאנד, דער שטארקער צי שוואכער, און דער וואס געוואונט איז יעצט דער ״שטארקער״ און ״אויבן״. נו, איז דורך דעם גיבור׳ס געבוירן ווערן אלס גיבור האט ער מיט דעם ״געוואונען״ דעם גורל (משמים/מהטבע) וואס מאכט אים דער געוואונער אין די קאנטעקסט? ער וויל דאס צוגלייכן צום געדאנק בהלכה פון כל דאלים גבר.
הרב דר. אברהם זאגט אז דאס איז נישט דומה צו כל דאלים גבר, וואס דארט איז זיכער איינער גערעכט נאר בי״ד ווייסט נישט ווער, וממילא מישט זיך בי״ד פשוט נישט אריין. משא״כ דא וואו יעדער איז ממש אויפ׳ן זעלבן שטאנד לגבי זה. ובפרט לויט וואס דער רא״ש זאגט דארט בב״ב לד: אז די געדאנק פונעם פסק פון כל דאלים גבר איז פשוט דאדורך ארויסצוהאבן דעם אמת: דער וואס ס׳איז באמת זיינס וועט זיך שטערקער שלאגן דערפאר און געוואונען ע״ש. משא״כ דא.
ער איז עולה אז אַן עטישע ״הגרלה״ קען נאר באדייטן ווען אירע פּאַראַמעטערן זענען מוסכם מיט א קאָנסענסוס מעיקרא, אונטער די באקאנטע ״
וועיל פון איגנאראנץ״ עפ״י דר. דזשאן ראָלס, וואו די סטרוקטור פונעם געזעלשאפט ווערט אויסגעשטעלט דורך מענטשן און וואו די מענטשן האבן נישט קיין איינונג אין וועלכעס קלאס און/אדער פאזיציע/שטאטוס אינעם געזעלשאפט זיי וועלן האבן.
(ער האלט אז די עטישקייט פון א גורל איז נישט מכח א הכרעה מן השמים. ער האלט אז ג-ט איז נישט מעורב בהעולם והטבע.) ער ברענגט ארויס אז בעצם דאס ענפאָרסמענט פון די
תוצאות פונעם הגרלה גייען טאקע צוקומען צום געדאנק פון ״כח וגבורה״.
ביי אזא סארט מצב סימטרי, אזא סארט
סאָפי׳ס טשוֺיס,
האלט ער אז מ׳זאל מאכן א גורל. און די מקורות וואו עס איז משמע אז מ׳לאזט ביידע שטארבן עפ״י הלכה, איז עס מער מכח חילול ה׳.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2023 5:14 pm
דורך מי אני
דא טענה'ט דר. ריטשערד אמבּראן קעגן די וואס זענען קעגן
אבּארשען מכח דעם
טראַלי פראבלעם. והיינו, אז אויב אין א שפיטאל איז דא א פייער, און מ'האט א ברירה צווישן ראטעווען 5 עוברים וואס זענען אויף אינקיוּבּעיטארס און 1 געהעריגע פאציענט, וועלן זיי לכאורה ראטעווען דעם געהעריגן פאציענט.
דר. וויליאם לעין קרעיג פרובירט דאס צו פארענטפערן.
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 12:15 pm
דורך מי אני
דא טוהט דר. מעטיוּ סוויִט דורך מיט אנדערע פילאזאפן אז לגבי החלטות על הכלל איז מער ראוי די
קאנסעקווענטשעליסט מהלך, משא״כ החלטות וואס א פרטי מאכט איז מער ראוי א
דעאנטאלאגישע מהלך. ווי אויך, א מענטש מאכט מער א
קאנסעקווענטשעליסט החלטה, וואס פאדערט מער צייט שוקל צו זיין די הפסד נגד שכר, ווען ער האט די צייט דאס צו טוהן. משא״כ ווען נישט, גייט מען מיט א
דעאנטאלאגישע מהלך.
די חילוק פארוואס לגבי פארקירעווען דעם טראַלי פון 5 מענטשן צו 1 מענטש, וועלן מער מענטשן וועהלן דאס יא צו פארקירעווען, איז ווייל דארט ווילן זיי נישט דייקא אז דער 1 מענטש דארט זאל גע׳הרג׳עט ווערן - די עיקר איז דאס פארקירעווען און דאס קומט ארויס לפועל אפגעזעהן צו דער 1 מענטש דארט ווערט למעשה גע׳הרג׳עט צי נישט. משא״כ מיט׳ן אריינשטופן א גאר פעשער מענטש וואס זאל דאס אפשטעלן, אפילו וואו מ׳שטופט אים נישט ממש בפועל, וועלן רוב מענטשן דאס נישט וועהלן, וויבאלד דארט וויל מען דייקא דאס טויט פונעם פעשער מענטש - נאר אזוי ווערט די טראַלי אפגעשטעלט און מ׳ראטעוועט די איבעריגע 5.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 5:31 pm
דורך מי אני
הרב דר. מיכאל אברהם האט
שטעלט צאם די געדאנק פון הצלת ראובן את יוסף מן האחים בהשליכו אל הבור, מיט די שאלה צווישן
קאנסעקווענטשעליזם ולבחור את הרע במיעוטו בהתוצאות, און
דעאנטאלאגיע. ער ענדיגט צו צום סוף:
האם באמת למדנו מהתנ"ך שראוי לפעול לפי שיקולי הרע במיעוטו? האם הוא הנחה אותנו כיצד עלינו לפעול במצבים כאלה? כזכור, שיטתי היא שלא לומדים שום דבר ערכי מהתנ"ך. המסקנות הערכיות של לומדי תנ"ך הן לעולם המסקנות שהיו מקובלות עליהם גם קודם לכן. המשחק מכור. לכאורה כאן ניתן להכריע דילמה לגבי שיקולי רע במיעוטו. אז לכאורה למדנו משהו מהתנ"ך, לא?
טוב, ברור שלא. ישתקע הדבר ולא ייאמר. אל יחשוד בי איש שנלמד בזה משהו מהתנ"ך. להיפך, הראיתי את המורכבות וההבדלים בין סיטואציות, ובאמצעות ניתוח הגיוני הגעתי למסקנות כלשהן. מתוך כך תראו שפרשנותנו לראובן ניזונה מתובנות אפריוריות שלנו. איני מעלה בדעתי מישהו שיתייחס לסיטואציה שלגביה יש לו ספק כיצד לנהוג, וילמד מראובן מה נכון לעשות. המצב בדרך כלל הוא הפוך: יש לנו עמדה בשאלה מה לעשות, וכעת יש להסביר לאור זאת את מה שעשה ראובן (דומה או לא דומה). ודוקו היטב.
ער שטעלט דאס אויך צאם מיט די געדאנק פון
מינימעקס אין
געים טעאריע: צו מינימיזירן די הפסד פון די מאקסימומס וואס זענען דא.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
די געדאנק אז ראובן האט גענומען אין חשבון וואס עס גייט ממילא פאסירן מיט יוסף און לאור דעם וועט ער מציל זיין מה שאפשר להציל אפי' דאס אליינס איז נישט א לכתחילה.
אפשר קען מען דאס צושטעלן צו דאס וואס רבי יהושע האלט, אויב תרומה וועט ממילא ווערען אט אט טמא, מעגסטו עובר זיין און גורם זיין טומאה בידים ווייל דורכדעם וועסטו ראטעווען אנדערע מאכלים פון צו ווערען טמא...
חבית של תרומה שנשברה בגת העליונה ובתחתונה חולין טמאין מודה רבי אליעזר ור' יהושע שאם יכול להציל ממנה רביעית בטהרה יציל ואם לאו ר' אליעזר אומר תרד ותטמא ואל יטמאנה ביד ור' יהושע אומר אף יטמאנה ביד
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 5:06 pm
דורך מי אני
א וויץ אין דעם עפ״י
די חילוק צווישן אינפיניטיס אין סעט טעאריע:
F53FA227-6410-40B5-990F-B38C50309C54.jpeg
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 8:32 pm
דורך קהל'ס נער
אוואדע וואלט איך געשלעפט דעם ליווער, איך פארשטיי נישט די צד אויף נישט.
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:10 pm
דורך מי אני
IMG_4527.jpeg
IMG_4526.jpeg
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:36 pm
דורך קהל'ס נער
מי אני האט געשריבן:IMG_4527.jpeg
IMG_4526.jpeg
ועל דא אפקוהו ר' ירמיה מבי מדרשא......
(ב"ב כג:)