בלאט 3 פון 10

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:08 pm
דורך קרעקער
אויסלייג פאליציאנט
שכוח פארן מיר פערזענדליך אראפרייסען האסט אבער נושט געדארפט עפענען א ספעשעל ניק פאר דעם
אין ביי דע וועי דאס איז איינע פין די סיבות איך שרייב דא מיך אויסצולערנען בעסער שרייבען
אויסער א קליינע פראצענט אנגעווייטיגטע שרייבערס ואס קימען זיך אויסגעבען אין בלאגס גייט קיינעם נושט אן דוקדוק ארויף צי אראפ מקיקט אויף די ארטיקלעך וי אינטערעסאנט סאיז

יענקל
האסט מיך געכאפט כהאב אפילו נישט געזען דע 2 קליינע ארטיקלעך אינטען אויפן דעקל מיך זעט אויס זיי לייגען עס אריין יוצא צי זיין די פרומע עולם די הויפט ארטיקלעך זענען נייע איידיעס
אין ביי דע וועי עס איז א טאג טעגיגע ערשיינינג צו זען ארטיקלעך אין אויסגאבעס וואס איז שוין אמאל געוען ערגעצ אנדערש
סא ווייטאג נושט אזוי שטארק

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 7:53 pm
דורך ברוין
געקויפט "דער בליץ" דעם ערשטן מאל איך בין אנטוישט ביזן ביין.

פארוואס ער הייסט קאמפעטישן פארן שטערן ווייס איך נישט. איך וואלט אים געשטעלט אלס קאמפעטישן פון די "גוט שבת"

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 8:32 pm
דורך אבי גערעדט
ס׳איז טאקע נישט אין סטייל צו שרייבן בשבח פון די בליץ, אבער איך האב גראדע שטארק הנאה געהאט פון די בליץ דעם חודש, קען זיין עס איז צוליב די ארימע אויסוואל פון אידישע ליין מאטריאל, אבער למעשה האב איך הנאה געהאט

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 8:50 pm
דורך שמואל הלוי
ברוין האט געשריבן:געקויפט "דער בליץ" איך וואלט אים געשטעלט אלס קאמפעטישן פון די "גוט שבת"

אבי גערעדט האט געשריבן:איך האב גראדע שטארק הנאה געהאט פון די בליץ דעם חודש

צוויי געגנזאצטע תגובות...
בכגון דא נאמר על טעם וריח אין להתווכח, וואס ס'איז ביי איין מענטש גוט איז ביי א צווייטן שלעכט, און דאס זעלבע פארקערט.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 8:56 pm
דורך אבי גערעדט
ברוין האט געשריבן:געקויפט "דער בליץ" דעם ערשטן מאל איך בין אנטוישט ביזן ביין.

פארוואס ער הייסט קאמפעטישן פארן שטערן ווייס איך נישט. איך וואלט אים געשטעלט אלס קאמפעטישן פון די "גוט שבת"


דאס איז טאקע די פראבלעם, אז מ׳פארגלייכט עס צו א צווייטן, אבער ניין, ס׳איז הימל אין ערד פונעם צווייטן, לא מיניה ולא מקצתיה, נו ווער זאגט ס׳מיז זיין ווי דער שטערן? אין וויבאלד ס׳נישט ווי דער שטערן טאר מען שוין נישט הנאה האבן דערפון? אז מ׳ערווארט נישט ס׳זאל זיין ווי דער קאמפעטישן קען מען עס ענדשויען

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:45 pm
דורך קרעקער
זייט איך האב מיר געטראפען דא אין קאווע שטיבעל דעפענדען דער בליץ (איך בין בטבע מבקש דעם נרדף אזוי בין איך געווען אויך ביי בני יואל כאטש איך האב זיי בעצם נושט ליב) האב איך מיך געשפירט חוזק אז איך וייס נישטאמאל ועם איך דעפענד און די לעצטע פאר חדשים האבעך אנגעהויבען קויפען אויך די בליץ= סאיז נושט די שטערן אין אפילי נושט די שפאקטיוו אבער סאיז זייער א גיטע צייטשריפט ספעשעל פאר די ואס האבען נושט קיין עקסעס צי די נעט
דע ואס פארפירען קעגן די בליץ זעט מען קלאר זיי האבען א אגענדע
חוץ פין ואס כהאב שוין געשריבען פריער אז טייל פין דע וואס פארפירען קעגן די בלאט אין אנדערע צייטונגען זענען שרייבערס אין מגיהים ואס האלטען אז אויב מען נעמט וען זיי צי טין די ארבעט ואלט עס געווען בעסער ודל

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:56 pm
דורך זר זהב
קרעקער איך לייען נישט קיין איינס אבער אויב איז אמת וואס די קריטיקירער פון די בליץ שרייבן דא אז דער בליץ האט נישט קיין מגיהים און זיי ספעלען שלעכט וואלט פון דיין תגובה אויסגעקוקט ווי דו ביזט א שרייבער דארט... מילא האסטע דאך א נגיעה.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:26 pm
דורך פיינע קאווע
א זייטיגע קשיא
קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי מען ווערט פטור פטור פון "דער בליץ" עד אין אימעיל מידי חודש בחודשו?
איך פארמאג דריי אימעיל אדרעסן און זיי לאזן נישט נאך. וויפיל מאל איך בעט זיך צו זיי בתחנונים הערט אויף מיט די ספעם. יעדן חודש שיקן זיי אויפסניי א אימעיל צו אלע אימעיל אדרעסען און דערציילן די בשורה טובה אז עס איז שוין דא צובאקומען.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:33 pm
דורך שמואל הלוי
איך פלעג אויך באקומען אימעילס פון די בליץ, און איך האב ריפלייט מער ווי איינמאל אז מען זאל מיר אראפנעמען, אבער סוף כל סוף האט עס געהאלפן.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 11:13 pm
דורך געפילטע פיש
פיינע קאווע האט געשריבן:א זייטיגע קשיא
קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי מען ווערט פטור פטור פון "דער בליץ" עד אין אימעיל מידי חודש בחודשו?
איך פארמאג דריי אימעיל אדרעסן און זיי לאזן נישט נאך. וויפיל מאל איך בעט זיך צו זיי בתחנונים הערט אויף מיט די ספעם. יעדן חודש שיקן זיי אויפסניי א אימעיל צו אלע אימעיל אדרעסען און דערציילן די בשורה טובה אז עס איז שוין דא צובאקומען.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:55 am
דורך וועלט׳ס פארזארגער
איך קויף נאך אמאל די בליץ ווען איך ענדיג לייענען דער שטערן, אדער ווען ס'קומט ארויס פארדעם פשוט ווייל איך דארף האבן וואס צו לייענען. אבער יעדעס מאל וואס איך ענדיג לייענען דארט א ארטיקל רעג איך מיך פון דאס ניי. ס'איז ממש בעל תשחית יעדע ארטיקל וואס זיי שרייבן! זיי לייגן ממש צוגרינט די ארטיקלען! איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן א אויסגאבע וואס נעמט די בעסטע נושאים און באשרייבן עס אזוי שלעכט אז ס'פארגייט די אפעטיט ווייטער צו לייענען.

איך בין נאר נייגעריג ווי אזוי איז זיי געלונגען צו טרעפן אזעלכע אומטויגליכע און אומגעלונגענע שרייבערס?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:56 am
דורך טאמבל סאס
נידער מיט די בליץ! לאמיר זיי אלע באיקאטירן און באנקראטירן.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:02 am
דורך טאמבל סאס
קרעקער האט געשריבן:זייט איך האב מיר געטראפען דא אין קאווע שטיבעל דעפענדען דער בליץ (איך בין בטבע מבקש דעם נרדף אזוי בין איך געווען אויך ביי בני יואל כאטש איך האב זיי בעצם נושט ליב) האב איך מיך געשפירט חוזק אז איך וייס נישטאמאל ועם איך דעפענד און די לעצטע פאר חדשים האבעך אנגעהויבען קויפען אויך די בליץ= סאיז נושט די שטערן אין אפילי נושט די שפאקטיוו אבער סאיז זייער א גיטע צייטשריפט ספעשעל פאר די ואס האבען נושט קיין עקסעס צי די נעט
דע ואס פארפירען קעגן די בליץ זעט מען קלאר זיי האבען א אגענדע
חוץ פין ואס כהאב שוין געשריבען פריער אז טייל פין דע וואס פארפירען קעגן די בלאט אין אנדערע צייטונגען זענען שרייבערס אין מגיהים ואס האלטען אז אויב מען נעמט וען זיי צי טין די ארבעט ואלט עס געווען בעסער ודל

אזעלכע שטותים צדיקל..
וואס האט עס מיט אגענדע איינגעשטויסן? קיינער האט נישט ליב א אויסגאבע וואס מאכט חוזק פון די מענטשהייט.
ווייסטו וואס. יא אוואדאי אגענדע. מיין אגענדע איז צו זען די בליץ אין דר'ערד, וויבאלד זיי חזער'ן ארויס געלט פון מענטשן פאר בלויזע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], און שטעלן צו גארביטש, ח"י פעמים קאק. לופטיגע הוילע פירקלערייען. זיי פארשעמען די אידישע שפראך, און זיי פרובירן בלויז אונטערצוהאקן דער שטערן.
וואסערע חלום זאל איך האבן אז זיי זאלן מיך אויפנעמען פאר א שרייבער אדער מגיה? מיינסט אז יעדער דא ליגט אין בעט און קלאצט אפ דעם טאג זייענדיג ארבטעסלאז? רעב איד. מענטשן האבן ב"ה בעסערע פרנסות ווי ווערן א פארדרעקטער שרייבער און אונטער ווישער פאר די בליץ.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:32 pm
דורך שרגא
מיין שכן האט מיר געבארגט דעם נייעם בליץ פון דעם חודש און בלעטערנדיג האב איך נישט געוואוסט צי איך זאל לאכן אדער וויינען.
אבער קודם האב איך גענומען א שיינע בילד וויאזוי איין ארטיקל ענדיגט זיך: טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וחסד... אויב קען איינער כאפן צי דאס דארף צו זיין א מליצה אדער וואטעווער, לאזט זיך הערן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:35 pm
דורך פאזעטיוו
לכאורה איז דער טעות דירעקט אלט׳ס עין הרע ווי דער רויטער בענדעל אויפן קינד.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:09 am
דורך וויליאמסבורגער
יאנקעל!!! האסט מיר גע'הרג'עט.... אזא מין דאקומענטאציע אהערשטעלן איז הפלא ופלא!!! ירא הקהל וישפוט. יעצט ווארט מען אז גדעון זאל ענטפערען....

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:23 am
דורך טאמבל סאס
איך נאר גענומען דעם בליץ אין האנט די וואך און זיך פשוט פארעקלט נאכן זען די גרויסע אומבח'נטע בילדער וועלכע זיי צעשמירן אויף יעדן בלאט. און די גרויסע אויתיות, צעשפרייטע שורות וואס זיי ווארפן צו פאר א ביינדל.
ס'עסט מיך דאס געזונט... רעד שוין נישט פון די ליידיגע אינהאלט מיט וואס זייערע ארטיקלען צייכענען זיך אויס.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:52 am
דורך קרעקער
.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:41 am
דורך שרגא
יאנקל, א חוזק שאין כמוהו! אומגלויבליך!
עס האט זיך מיר שוין עטליכע מאל געדאכט אז איך זע דארטן ארטיקלעך וואס זענען שוין פריער געווען אין אידיש, אבער עס האט זיך געקענט דאכטן אז אפשר האט עס שוין אמאל די צייטונג באשריבן יארן צוריק אין קורצן וכדומה, אבער יעצט זע איך אז עס איז ממש גענומען ארטיקלעך וואס איז שוין געלאפן און פשוט איבערגעלייגט בלי שום שינוי או חידוש כלל וכלל. און טאקע מיט די טעותים... און מילא ער גנבעט עפעס פון אידישע ליכט תשט"ו אדער אפילו נ"ב, אבער צו איבערלייגן עפעס וואס געווען געדרוקט ממש אין זעלבע סארט אויסגאבע, וואס די ג עס איז נאך ערשינען קוים צוויי יאר צוריק. אנבעליוועבל ווי מען האט זיך דערקייקלט צו מאכן חוזק פון ליינער.
איך זע אויך ווי ער האט ממש נאכגעמאכט דעם קעפל מיט ממש די זעלבע ווערטער: "ישיבת חכמי לובלין צוריק נתחדש געווארן אלס מקום תורה ותפילה פאר אידן". ניטאמאל האט ער געוואלט אוועקגעבן די צוויי מינוט צו איבערקוקן און עפעס מחדש זיין
די זעלבע האט ער אויך נאכגעשריבן גענוי די זעלבע קעפל ביי די אנדערע ארטיקל פונעם פלאם: "דער הייליגער כתב יד פונעם ש"ך ווערט אנדעקט אין מאנסי". און כדי צו זיכער מאכן אז ער רירט זיך טאקע נישט אוועק קיין קוצו של יו"ד האט ער אפילו געלאזט דעם אמעראצעסדיגן אויסלייג "אנדעקט" און חלילה נישט צוגעלייגט דעם ט' אין "אנטדעקט".
איך קען מיך פארשטעלן אז ער האט ניטאאמאל איבערגעקוקט דעם ארטיקל אינעווייניג. טו מיר א טובה און קוק נאך צי שטייט נישט ערגעץ א דאטום, ווי למשל "פאראיאר איז געווען א מיטינג" וכדומה, ווייל עס איז מסתמא דאס אויך געבליבן די זעלבע. פונקט ווי "וחסד"...
און נאך די חוצפה פון גיין שרייבן די ווערטער "אויסשליסליכער באריכט" אויף אן ארטיקל וואס איז נאכגעשריבן פון א אידישע מאגאזין צוויי יאר פריער, דאס איז געפערליך.
און אגב, אז דו האסט יא אוועקגעלייגט פארשידענע אלטע אויסגאבעס, האסטו נאך לכ' אסאך אנדערע ארטיקלעך וואס זענען איבערגעלייגט געווארן וואס דו קענסט אפירקראצן.
ווען דער בליק/פלאם וואלטן געוואוסט עתידות, וואלטן זיי זיך געקענט אדווערטייזן ווי פאלגענד: "ביי אונז קענט איר לייענען גאר אינטערעסאנטע בליץ ארטיקלעך מיט פינף יאר פריער!"

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:46 am
דורך טאמבל סאס
איך האף נאר אז די בליץ שרייבער לייענען דא, און זען זייער שאנדע אין פרצוף.
ליידיגע צייט דא צו קוואקען, האבן זיי דאך זיכער. זינט זיי דארפן נישט אריינלייגן צופיל ארבעט אין זייערע ארטיקלען. ווי מיר זען שוין דא..
א שאנדע און א שפאט..

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:54 am
דורך שרגא
אגב, מען דארף זאגן פאר מר. ארכיוויסט פון אונזער שטיבל אז ער קען גרינג ווערן א מיליאנער. ער דארף נאר אנטראגן זיין סערוויס פאר "דער בליץ"...

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:57 am
דורך קרעקער
ווער נישט אזוי עקסייטעד דאס איז מעשים בכל יום
דער באלבוס פון דער פלאם פארקויפט ארטיקלעך פון זיין אלטע מאגעזין און לייגט עס אריין אין דער צייטונג און בלאט כסדר
איי געס ער האט אנגעהויבען ארבעטען אויך פאר דער בליץ

אריינלייגען 2 קליינע אלטע ארטיקלען וען איך צייל דא אפ 9 ארטיקלען אינקלודעט די גרויסע ארטיקלען וואס זענען ניי איז נישט געפערליך

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 12:10 pm
דורך שרגא
קרעקער האט געשריבן:ווער נישט אזוי עקסייטעד דאס איז מעשים בכל יום
דער באלבוס פון דער פלאם פארקויפט ארטיקלעך פון זיין אלטע מאגעזין און לייגט עס אריין אין דער צייטונג און בלאט כסדר
איי געס ער האט אנגעהויבען ארבעטען אויך פאר דער בליץ

אריינלייגען 2 קליינע אלטע ארטיקלען וען איך צייל דא אפ 9 ארטיקלען אינקלודעט די גרויסע ארטיקלען וואס זענען ניי איז נישט געפערליך


אפילו אויב דאס איז מעשים בכל יום, איז עס נאך אלץ א חוצפה פון יעדן וואס טוט עס. אבער איך גלייב נאכנישט אז מען טוט דאס טאקע. אדרבא, טו ווי יאנקל, ברענג עפעס פרוף. כאטש איין משל. איך בין זייער נייגעריג צי דאס איז א גאנגבארע זאך. און נאכאמאל, אויב ער נעמט עפעס פון 15 יאר צוריק, וואלט איך פארשטאנען אויב מען דעבאטירט די מאראל דערפון. אבער פון קוים צוויי יאר צוריק? פון די זעלבע סארט אויסגאבע? וואס איז אויך פונקט אזוי ערשינען אין ניו יארק? און די גאנצע חילוק צווישן זיי איז איין ק' (בליק-בליץ)? און נאך דעם אלעם גייסטו חוזק מאכן און שרייבן "אויסשליסליכע באריכט"?... (אפשר קען מען אים דן זיין לכף זכות אז ער ווייסט נישט פונקטליך די באדייט פון "אויסשליסליך"... סאו לאמיך דיר יעצט ערקלערן. עס מיינט "עקסקלוסיוו". נאך אלץ נישט גענוג קלאר? עס מיינט אז דער באשרייבונג איז א באשרייבונג/אינטערוויו איז געמאכט געווארן ספעציעל פאר די צייטונג און עס ערשיינט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ די טעמע מיט די אינפארמאציע. יעצט אויב עס איז שוין געלאפן די זעלבע זאך עטליכע יאר פריער, איז נישטא קיין גרעסערע וויץ ווי שרייבן דאס ווארט "אויסשליסליך". שטימט?)
און נישט נאר איין ארטיקל, נאר צוויי? און עס איז נישט דא ניין ארטיקלעך, נאר 4 אדער 5, אויסער אויב ביי דיר ווערט גערעכנט א בלעטל פון "30 אינטערעסאנטע פאקטן" אלס אן "ארטיקל". פלאס וואס דער ישיבת חכמי לובלין ארטיקל איז נאך די לענגסטע פון אלע ארטיקלעך.
האלטסט טאקע אז דאס איז נארמאל?