בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 9:31 am
דורך הקטן
טאמבל סאס האט געשריבן:אז ס'געשעט פלוצלונג א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז פארשטענדליך אז מצבים האבן זיך געטוישט.
אז ס'געשעט פלוצלונג א האלאקאוסט אדער א רענעיסאנס איז ווייטער קלאר אז ס'איז דא נייע אינפארמאציע אויף וואס דן צו זיין.
איך פארשטיי אז דיע זענען התגליות המוניות אבער די זעלבע איז אויך שייך אויף אן אינדיווידואל לעוול - אלס פערזענליכער עקספיריענס- ווי למשל א דיבוק, א חלום, א פערזענליכער קריזיס אדער אז עמיצער וועקט זיך אויף צו א סמארטפאון אונטערן קישן...


און א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז דא נייע data
אין די פערזענליכער קריזיס און אין די פערזענליכער התגליות ליגט נישט קיין נייע אינפארמאציע.
ס'איז אלטע זאכן וואס האבן ביז היינט גארנישט געזאגט, אדער פארקערט, האט בכלל נישט געמאכט קיין סענס, און יעצט איז דאס אזוי קלאר און שכל'דיג

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:37 am
דורך moshav zekeinim
לאמיר זיך נאכאמאל מסביר זיין: דער סענטראלער כאראקטער פוו א מענטש איז די גייסט פוו די דאמינענטע סביבה זיינער, וואס איז זיין אויסגעטרויטענער מאדעל פארן לעבן. זעלבסט-פארשטענדליך אז ווי מער מאסע פון קולטור די סביבה פארמאגט אלס מער כאראקטער פארמאגט עס.

אין א מענטשן'ס פעטע יארן קען ער זיך צומאל ערלויבן צו פארקריכן (צום אמת אדער צום שקר) פון די צענטראלער כאראקטער, ווייל ער פארמאגט גענוג כאראקטער אן די סביבה.

אבער ווען זיין אייגענע כאראקטער ברעכט אונטער, דאן לאנדעט ער בארץ אבותיו, צו זיין סענטראלער כאראקטער.
חוץ טאמער זיינע אויסגעבויטע מיינונגען האבן ביי אים געקרוגן א כאראקטער, אדער ער גייט דערמיט צוזאמען מיט א כאראקטעריסטישער גרופע.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:46 am
דורך הקטן
מיר קוקט אויס וואו דו מישט אביסל social support און theory of self

זייער אסך מאל איז אינזער אויפגעקלערטע גיט באקוועם און זיין נייע social support system', פארקערט און זיין יא-טוירן האקט ער אפ פין זיי און איז גרייט אויף רידעקיאל פין זיינע "חברים"
משה, וואס איז געשען ביסט געווארן פרום? ווען האסטו דאס לעצטע מאל מעביר סדרה געווען?

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:50 am
דורך פרייוויליג
טאמבל סאס האט געשריבן:און לאמיר שוין זאגן אז עמיצער טוישט זיך שוין יא אין א שוואכע/שטארקע מינוט. איז וואס? א מענטש טוישט זיך כסדר. וואס ווייזט דער היינט אויף אמאל און וואס ווייזט זיין פערזענליכער עקספיריענס אויף אן אנדערעם?

אז ס'געשעט פלוצלונג א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז פארשטענדליך אז מצבים האבן זיך געטוישט.

אז ס'געשעט פלוצלונג א האלאקאוסט אדער א רענעיסאנס איז ווייטער קלאר אז ס'איז דא נייע אינפארמאציע אויף וואס דן צו זיין.

איך פארשטיי אז דיע זענען התגליות המוניות אבער די זעלבע איז אויך שייך אויף אן אינדיווידואל לעוול - אלס פערזענליכער עקספיריענס- ווי למשל א דיבוק, א חלום, א פערזענליכער קריזיס אדער אז עמיצער וועקט זיך אויף צו א סמארטפאון אונטערן קישן...

עס מער געוואנדן אין די שוואכקייט פון א מענטש. א מענטש האט א בחירה חפשית, א מענטשן וואס פארקריכט פון ג-ט איז אזוי ווי א קליין קינד וואס לויפט אוועק פון די מאמע און באהאלט זיך אין שטוב, און ער מיינט אז די מאמע זעט אים נישט אדער ווייסט נישט ווי ער איז, אדער אז ער איז מער נישט איר קינד ווייל ער איז באהאלטן.. דער מענטש קען זיך אזוי באהאלטן יארן לאנג, ביז ער כאפט א געזונטן זעץ אין דיכט און ער ווערט געוואור אז ער איז בסך הכל געווען באהאלטן אין א צימער, און ער מוז צוקומען צו אונזער פאטער. בשעת צרה אויב ער דרייט זיך נאכאלס אוועק פונעם בורא, מוז ער זיין גרייט צו סעקרעפייזען אבי צו קענען שטופן זיין פארפאלטע קראנקע אגענדע. ווען א מענטש שוועבט צווישן לעבן און טויט, זאגן אלס דאקטוירים: נאר ג-ט קען דיך העלפן. אזא מענטש וואלט אין אזא צייט אויסגעגאנגען מיטן ציגערטעל אין מויל..

דאס איז די גאנצע טעמע פונעם אשכול.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 11:46 am
דורך הוגה
[justify]יא, איך בין אן אויפגק'לערטע און אן "אפענע קאפ"! אזוי האלט איך, און אז מושב זקנים האט מיר צוגעטיילט די דאזיגע עהרע-טיטלן נעם איך עס אן מיט שטאלץ.

יעצט צו עצם שאלה איז מיין ענטפער קאטאגאריש יא! דאס ענטפער איך מיט קאנוויקשאן טראץ דעם וואס איך האב קיין קענסער נאך נישט געהאט, מיינע קינדער לעבן אלע געזונט און שטארק און איך בין קיינמאל געווען אין א פוקס-לאך. איך זאג דאס סיי פון עקספיריענס און סיי מכח סברא.

מכח סברא זעה איך נישט פארוואס עפעס א שעת צרה זאל מיר מאכן טוישען מיינע אמונות ודעות. איך האלט דאך אז וואס איך טו און וואס איך האלט איז די ריכטיגע וועג, היעלה על הדעת אז פונקט בשעת צרה זאל איך אפנויגן פון די דרך הישר? פונקט ווען איך דארף צוקומען צו רחמי שמים אדער ווען מיין לעבן הענגט אויף א האר זאל איך מיר צוריק כאפן צו די שקר? דאס מאכט נישט קיין טראפ סענס.

פון עקספיריענס קען איך זאגן אז איך בין אדורך גאר שווערע צייטן, ווי אויך האב איך מיטגעהאלטן שווערע צייטן ביי אנדערע און איך קען זאגן אז עס איז נישט דא א בעסערע ריאליטי טשעק ווי א שווערע דורכגאנג. אדרבא, ווען מען זיצט על סיר הבשר און אלעס גייט גוט, דעמאלטס קען מען ווערן פארבלענדעט און טון זאכן אקעגן די אייגענע מאראלישע קאנוויקשאנס, א שטייגער ווי א גביר וואס איז מנדב א בנין פאר א חסידות כאטש ער האלט בעצם אז עס איז נישט א גוטע זאך. אזוי האט מיין עקספיריענס געוויזן.





.[/justify]

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 12:15 pm
דורך שבת אחים
אינטערסאנט כ׳האב פונקט לעצטענס געזעהן א אינטערוויו פון מיין רבי פראפעסער Richard Dawkins ווי ער זאגט אז ווען ער ליגט אויף טויט בעטל וויל ער אז ס׳זאל זיין ווידיעא פון די גאנצע זאך ווייל די גלייביגע באקן אייביג עפעס א מעשה אז פארן טויט האבן זיי תשובה געטוהן אזוי ווי זיי זאגן אויף טשארלס דארווין/ אלבערט איינשטיין/קריסטפער היטשאונס, און אסאך אנדערע.

און ווי הוגה זאגט:
מכח סברא זעה איך נישט פארוואס עפעס א שעת צרה זאל מיר מאכן טוישען מיינע אמונות ודעות. איך האלט דאך אז וואס איך טו און וואס איך האלט איז די ריכטיגע וועג, היעלה על הדעת אז פונקט בשעת צרה זאל איך אפנויגן פון די דרך הישר?
:like

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 12:33 pm
דורך נאטירליך
וואס איז די חילוק פון אן אויבער חכם מיט א חכם?
אויבערחכם = איך וויל זיין קלוג
חכם = איך וויל וויסן דעם אמת

די שווארצע אין די סיסטעם וואס לעבן אלעמאל מיט געברעינוואשטע ideas אן קיין שום פערזענליכע שייכות מיט זייער מהלך החיים האבן אלעמאל ליעב צו זאגן אויף איינער וואס טראכט out of the box אז ער איז פשוט א קליין קינד וואס שפירט זיך גוט מיט זאגן פארקערט ווי יעדעם, אבער הגם עס איז דא אזעזלכע סארט מענטשן אבער רוב ערוואקסענע מענטשן וואס האבן ערנסקייט אין לעבן און נישט אלעס איז א joke, איז ווייט נישט אזוי, עס קומט פון אן אינערליכע איבערצייגונג.

על פי הנ"ל נראה לומר אז עס איז א נפק"מ פון א חכם און אן אויבערחכם

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 2:13 pm
דורך הקטן
הוגה האט געשריבן:[justify]מכח סברא זעה איך נישט פארוואס עפעס א שעת צרה זאל מיר מאכן טוישען מיינע אמונות ודעות. איך האלט דאך אז וואס איך טו און וואס איך האלט איז די ריכטיגע וועג, היעלה על הדעת אז פונקט בשעת צרה זאל איך אפנויגן פון די דרך הישר? פונקט ווען איך דארף צוקומען צו רחמי שמים אדער ווען מיין לעבן הענגט אויף א האר זאל איך מיר צוריק כאפן צו די שקר? דאס מאכט נישט קיין טראפ סענס.
.[/justify]

:like

דאס איז עקסעקטלי די פוינט! סברא רעדט נישט דא.
ס'איז נישט וואס דו ווייסט ס'איז ווען דו ווייסט

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 2:14 pm
דורך הוגה
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 2:15 pm
דורך הקטן
ס'איז נישט וואס דו ווייסט ס'איז ווען דו ווייסט דאס

דו זעלבע סברא וואס האט היינט גערעד צי דיר קען מארגן אדער ווען די ביסט אין א אנדערע מאד נישט מאכן קיין סענס בכלל.
Richard Dawkins מאכט א פרעדיקשען אויף א זמן וואס ער ווייסט נישט וואס זיין מצב רוח וועט זיין.
און זיין שכל איז א קנעכט צי זיין מצב רוח.

בכלל, אפשר וועט ער האבן נייע data? פארוואס שליסט ער דאס אויס
ווען א נישט offגעקלערטע זאל דאס זאגן וואלט מען ווען געשריגען "זעסט, ער איז פארמאכט! ער איז נישט אפען צי זעהן עפעס אנדערש! "

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:13 pm
דורך שמעקעדיג
הקטן האט געשריבן:offגעקלערטע

8-)

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:18 pm
דורך chusid
פארוואס? האט געשריבן:געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.

פראפעסאר ישעיהו ליבאוויץ האט ארויסגעברענגט אז עס גייט פארקערט אויכט, דע אידן וואס האבן פארלאזט אידישקייט וועגן די שואה זענען קיינמאל געווען עכט רעליגיעז

Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:34 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.

פראפעסאר ישעיהו ליבאוויץ האט ארויסגעברענגט אז עס גייט פארקערט אויכט, דע אידן וואס האבן פארלאזט אידישקייט וועגן די שואה זענען קיינמאל געווען עכט רעליגיעז

ר''א מילר האט אויך גטענה'ט אזוי, אבער עס איז מסתבר אז זיי זענען נישט גערעכט,

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 11:04 am
דורך פרייוויליג
הוגה האט געשריבן:היעלה על הדעת אז פונקט בשעת צרה זאל איך אפנויגן פון די דרך הישר? פונקט ווען איך דארף צוקומען צו רחמי שמים אדער ווען מיין לעבן הענגט אויף א האר זאל איך מיר צוריק כאפן צו די שקר? דאס מאכט נישט קיין טראפ סענס.

100% גערעכט. ווער וואלט דען פארלאזט דעם אייבירשטן פונקט בשעת צרה? איך ווייס נישט פארוואס איינער האט דיר אפילו חושד געווען אז דו זאלסט פארלאזן ג-ט פונקט בשעת צרה. נאר א וואנזיניגער מענטש וואלט אזאנס געטאן.

אני אתך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:48 pm
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:
ס'איז נישט וואס דו ווייסט ס'איז ווען דו ווייסט דאס

דו זעלבע סברא וואס האט היינט גערעד צי דיר קען מארגן אדער ווען די ביסט אין א אנדערע מאד נישט מאכן קיין סענס בכלל.
Richard Dawkins מאכט א פרעדיקשען אויף א זמן וואס ער ווייסט נישט וואס זיין מצב רוח וועט זיין.
און זיין שכל איז א קנעכט צי זיין מצב רוח.

בכלל, אפשר וועט ער האבן נייע data? פארוואס שליסט ער דאס אויס
ווען א נישט offגעקלערטע זאל דאס זאגן וואלט מען ווען געשריגען "זעסט, ער איז פארמאכט! ער איז נישט אפען צי זעהן עפעס אנדערש! "


ס׳איז אזויווי דו זאלסט זאגן אז אפשר אין א עת צרה זאלסטו דאווענען צו יאשקע אדער מוכאַמאַד, ביי ריטשארד דאוקינס איז גלייבן אין גאט נאך א שטאַפל ווייטער ביי אים איז עס פונקט אזויווי גלייבן אין א fictional character, זאג @הקטן וואלסט געדאווענט צו mickey mouse בעת צרה? אפשר פאר דיין טויט וועט זיין אנדערע דאטא???

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 3:08 pm
דורך הקטן
איך בין אן ריינע atheist ווען עס קימט צו mickey mouse אדער יאשקע אדער מוכאַמאַד
(א 7 אויף די Richard Dawkins עטיעסט סקעיל)
Richard Dawkins הגם ער האלט אז דאס איז היילי היילי אנלייקלי איז ער נישט איבערצייגט אויף 100% - ביז ווילאנג ער האט נישט קיין נייע data

מיין ערשטע פוינט איז בנוגע די קעס וואס איך מאך אין דעם אשכול:
"וואו דער הארץ גייט, גייט דער מוח"

אין א צווייטער מצב רוח איז דער שכל\סברא גאנטץ עפעס אנדערש.

דו צווייטע פוינט האב איך ציגעווארפען אלס א בונעס
מיר קענען דיסקאסען Richard Dawkins אין אנשי שם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:41 pm
דורך האמת לאמיתו
ס'ווענד זיך משום מה ביסטו געעוארען אויפגעקלערט אויב ביסטו א אמת'ע אפיקורוס דעמאלט'ס איז גילטיג די כלל רשעים אפילו על פתחה של גיהנום אינם חוזרים בתשובה
אויב אבער איז דיין כפירה נאר מחמת תאווה (אפילו אויב ס'איז נאר אינטערן באוויסטנזיין) אדער דיין כפירה איז אדאנק דין שוואכע אמונה פון בעפאר - ווי למשל ניצולי השואה..) דאן וועסטו ווינען צו גאט ביים ערשטן שנעלקע..
איך קען א יונגערמאן וואס האט געדרייווט די 2'טע טאג שבועות שחל להיות בשבת אויפען 17 און פאליס האט אים אפגעשטעלט און האבען'דיג א לייסענס כמו שכתוב האט ער בצר לו מנדב געווען 250$ לר' מאיר בעל הנס (אן א קאפל - טובל ושרץ בידו.)

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס אויסמישען אויפגעקלערט מיט אפיקורס איז נישט אין פלאץ. א מענטש וואס גלייבט נישט אז מלאכים קומען קוקען ווי דער רעבע עסט פיש, אדער ער גלויבט נישט אין דער 'ככל אשר יורוך' פונ'ם פארטיי, אדער ער מיינט אז די ר' מאיר בעל הנס ארגאניזאציע'ס גנב'נען געלט און מ'מעג זיי נישט געבען פון מעשר געלט, מיינט נישט אז ער גלויבט נישט אין תורה אדער סיי איינער פון די י"ג עיקרים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 9:44 pm
דורך מיימון
און אז איינער גלייבט נישט איינס פון די י''ג עיקרים מיינט נישט אז ער גלייבט נישט אין די תורה, און אז איינער גלייבט נישט אין די תורה מיינט נישט אז ער גלייבט נישט אין גאט, איינער וואס האלט וואס ער האלט מכח ראיות און אינפארמאציע וואס ער האט וועט זיך בשום אופן נישט טוישן באיזה מצב שהוא, ער וועט נאר אפשר פארשטארקט ווערן אין זיין מיינונג זעענדיג אז קיינער קומט אים נישט צוהילף

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 11:48 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.

פראפעסאר ישעיהו ליבאוויץ האט ארויסגעברענגט אז עס גייט פארקערט אויכט, דע אידן וואס האבן פארלאזט אידישקייט וועגן די שואה זענען קיינמאל געווען עכט רעליגיעז

דאס איז די זעלבע ווי מ'דערציילט אויף א רב. כ'מיין דער מלבי"ם. ווען א משכיל איז געקומען צו איהם און געזאגט אז ער האט א סאך קשיות אויף די אמונה. האט איהם דער רב געענטפערט..."ס'איז נישט קשיות. נאר תירוצים. דו זוכסט תירוצים פארוואס נישט צו זיין ערליך"...!

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 3:57 am
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:איך בין אן ריינע atheist ווען עס קימט צו mickey mouse אדער יאשקע אדער מוכאַמאַד
(א 7 אויף די Richard Dawkins עטיעסט סקעיל)
Richard Dawkins הגם ער האלט אז דאס איז היילי היילי אנלייקלי איז ער נישט איבערצייגט אויף 100% - ביז ווילאנג ער האט נישט קיין נייע data

מיין ערשטע פוינט איז בנוגע די קעס וואס איך מאך אין דעם אשכול:
"וואו דער הארץ גייט, גייט דער מוח"

אין א צווייטער מצב רוח איז דער שכל\סברא גאנטץ עפעס אנדערש.

דו צווייטע פוינט האב איך ציגעווארפען אלס א בונעס
מיר קענען דיסקאסען Richard Dawkins אין אנשי שם.


ער איז אויך א ריינער atheist ווען עס קימט צו ,Christianity, Judaism, Islam.
די Richard Dawkins עטיעסט סקעיל איז בנוגע Deism וואס ער גלייבט נאר איין פראצענט און נישט Theism וואס ער גלייבט 0 פראצענט.

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:50 am
דורך מנחם אבראמאוויטש
Atheists in foxholes, some say they are myths,
Creations of the mind who just don’t exist.

Yet, they answered the call to defend, with great pride.
With reason their watchword, they bled and they died.

They took Saratoga from the British crown,
Secured America’s freedom at the Battle of Yorktown.

From Sumter to Appomattox, fields flowed with their blood.
When the cannons grew silent, the flag proudly stood.

From the Marne to the Argonne, in trenches and tanks,
They defeated the Germans -- the whole world gave thanks.

They were bombed at Pearl Harbor, fought on to Berlin.
Many freethinking women served along with the men.

Still war keeps erupting -- Iraq, Bosnia, and Kosovo.
Where is the peace that eludes people so?

It is broken by tyrants who bear crosses and creeds,
That overshadow reason with hate and cruel deeds.

So atheists prevail until your work is complete.
Mothers mourn, children cry, and bigots plan your defeat.

By air, land, and sea, you answer freedom’s call.
Without god or faith, you seek liberty for all.[left][/left]

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:26 pm
דורך הקטן
[left]And now, weak, short of breath, my once-firm muscles melted away by cancer, I find my thoughts, increasingly, not on the supernatural or spiritual, but on what is meant by living a good and worthwhile life — achieving a sense of peace within oneself. I find my thoughts drifting to the Sabbath, the day of rest, the seventh day of the week, and perhaps the seventh day of one’s life as well, when one can feel that one’s work is done, and one may, in good conscience, rest.[/left]


[left]I found myself drenched with a wistfulness, something akin to nostalgia, wondering what if: What if A and B and C had been different? What sort of person might I have been? What sort of a life might I have lived?[/left]


אליווער סאקס ע"ה וואס האט נישט געלייגט קיין תפילן זייט זיין בר-מוצה