בלאט 3 פון 6
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 12:23 pm
דורך ליפא
ליטוואק זיי מודה, דו האסט ליב קריספי חלה מיט וואקעלדיגע פיש זאפט? וועם ווילסטו נארן?
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 12:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פערצופאל האב איך בעסער ליב ווייכער חלה. פישזאפט איז נישט אויפ'ן רשימה פון מאכלים וואס איך וואלט אויסגעוועלט ווען איך האב א ברירה, אבער געווענדליך עס איך וואס מ'לייגט מיר אויפ'ן טעלער, מ'פרעגט מיר גאנץ ווייניג. און זי איז א פולקאמער ליטוואק, אויפגעוואקסען אין א שטאט אן קיין איין שטריימעל, רח''ל.
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:און ס'דא וואס האלטן אז רויט און ארענדזש זענען די שענסטע קאלירן...
מענטש עס איז א ביסל צושטופט דא אין דעם אשכול, וואלסט נישט געוואלט זיך פלאצירן ערגעץ אנדערש ווי?
לויט קאך לעפל'ס תגובה, זעט מען אז ער איז גערעכט.
קאך לעפל האלט, אז
שווארץ איז די שענסטע קאליר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:48 pm
דורך המשגיח
בס"ד
גוטע נייַעס פֿאַר אמעריקאנער וואס פארן קיין אומן אויף ראש השנה
היות די קומענדיּגע ראש השנה וועט אויספאלן אויף מאנטאג , און וועגן דעם די אמעריקאנער וואס ווילן פארן צום רבי'ן אויף אומן וועלן שוין דארפן ארויספארן קיין אוקריינא שפעטסטנס מיטוואך אָדער דאנערשטאג.
צוליב דעם ווילן מיר מעלדן אַז עס וועט זיין א מעגליכקייט ארויספארן פון ניו יארק צו קיִעוו אויף דאנערשטאג נאַכט, אַפֿילו די לאַנדינג אין קיִעוו וועט שוין זיין פרייטאג נאָכמיטאָג , און כאָטש עס איז נישט גענוג צייַט צו פאָרן פון קיִעוו קיין אומן אויף פרייטאג נאָכמיטאָג. דאס וועט מעגליך זין דורך וואָס די טוריסט פירמע "מאַדזשיקאַל לאַנדשאַפט" ("נוף קסום") האט אָרגאַניזירט א "שבת התאחדות" פאר די וואס קומען פון אמעריקא אין א שיינע האטעל גאר נאנט צו די אירפאר"ט באָריספּאָל אין קייעוו. אַזוי אַז די וואס קומען אהן פרייטאג נאָכמיטאָג צו קיִעוו וועלן קענען געניסן אַ הערליכען שבת אין די האטעל.
די האטעל געפונט זיך אויפ'ן אינזל "טראָקאַניב" וואס שטייגט איבער מיט איהר שיינקייט די קאַריבבעאַן מיט די מאַלדיוועס אינזלעך צוזאמען, אַן אינזל לאָוקייטאַד אין די טייַך וואס לויפט אריבער קיִעוו.
עס איז וויכטיק צו באטאנען אַז די דיפּאַרטשערז פון ניו יארק אויף דאנערשטאג נאַכט/ נאָכמיטאָג ,איז נישט אַזוי טייַער ווי די דיפּאַרטשערז פון מיטוואך אָדער דאנערשטאג מיטאָג.
די האָטעל'ס אָרט איז באזונדערט, אָן מורא פון מראות אסורות און פריצות, וואס פון איין זייַט די איז דא הערליכען אוקריינישען וואלד מיט פרישע ריינע לופט און פון די אנדערע זייט איז די דנייפער טייך, דער האָטעל איז אויסדערוויילט וועגן זיין נאנטקייט צו די טייַך'ס ברעג וואס פארמעגליכט דעם ציבור זיך צו טובל'ן אין די טייך מיט קדושה און ריינקייַט לכבוד שבת קודש.
מיט די באטייליגטע וועט זיך באטייליגען די משפיע רבי ברוך קליינער שליט"א וואס וועט בטעמ'ט מאכן די שבת מיט דברי חיזוק מתורתו של רבי נחמן מברסלב.
נ.ב. ביי די טרעוועל עדזינט וועט איר אויך קענען באקומען עצות וויאזוי צו טרעפן ביליגע טיקעטס.
פון וועגן די קורצע צייט איז אונז נישט אויסגעקומען צו דרוקען א שיינע בראשאר אויף דעם שבת און מיר באגנוגען זיך מיט די מעלדונג.
צו רעזערווירען און מער אינפארמאציע:
נוף קסום טארבעל, ארץ ישראל, - 972-8334688+
Plan it rite – Monsey - 845-678-3555
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:53 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כווער א ברעסלעסער נאר פאר דעים,
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 1:59 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:17 pm
דורך בראשית
ברסלבער האט געשריבן:רבי נתן איז געווען דער תלמיד פון רבי נחמן וואס האט איבערגעגעבן רבי נחמנ'ס תורות און לימודים אויף ווייטער. צו זאגן אז מען האלט נאר פון רבי נחמנ'ס ספרים און נישט פון רבי נתן, איז אבסורד. אלעס וואס איז געבליבן פון רבי נחמן איז נאר דאס וואס רבי נתן האט געשריבן, אריינגערעכנט דער ליקוטי מוהר"ן. און רבי נתן האט איבערגעזאגט וואס רבי נחמן האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך לאחר הסתלקותו, און שוין. דאס איז דער ענין פארוואס מענטשן פארן אויך אומאן
.
רבי נתן זאגט אז ער האט אזוי פארשטאנען. איז עס די זעלבע זאך ווי אפשרייבן דו תורות? איז למשל סענדר דייטש און מאיר ישראל גאלדבערגער מיט נפתלי לעבאוויטש יעצט געווארן דו undisputed ווארטזאגער פונעם סאטמער רבי זצ"ל?
למעשה איז פיין באקאנט אז א שיין חלק תלמידי רבי נחמן ווי למשל חסידי דאשעוו האבן אפגעהאקט מיט רבי נתן און די עיקר מלחמה אקעגן רבי נתן איז געקומען פון אינעווענדיג זיי האבן איהם פארמסרט צום סאווראנער ואכ"מ
נאר א דוגמא רבי נחמן איז אוועק אין שטאט ברסלב מהאט אים געוואלט דארט באערדיגן אבער רבי נתן האט געהערט פון רבי נחמן אז ער וויל ליגן אין אומן האט ער זיך גענומען פארפירן מאכן קולות אבער קיינער האט אים נישט צוגעהערט ווי ער שרייבט עס אליינס ביז אנדערע עדים האבן דאס באשטעטיגט. אויך דארף מען באמערקן אז עס איז געווען א צייט וואס רבי נתן איז געבליבן מיט 5 מענטשן ס"ה בעת רבי נחמן ווייסט מען פון 600 מענטשן כמבואר בימי התלאות.
לאמיר נישט פארגעסן יו"ט טאר מען נישט גיין צו קברים מן הסתם האט רבי נחמן געוואלט די קיבוץ זאל ווייטער אנהאלטן גם לאחר הסתלקותו איז מה לי הכי מה לי התם כנלע"ד ואי"ה עוד חזון למועד
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:35 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]בראשית[/tag], הו-הא! דו שניידסט שטיקער!
אפשר ביזטו מער מרחיב די יריעה, איבער ר' נתן, חסידי דאשעוו, ר' נחמן, און די התנגדויות.
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:44 pm
דורך גר ותושב
בראשית האט געשריבן:נאר א דוגמא רבי נחמן איז אוועק אין שטאט ברסלב
איך מיין די האסט א טעות ער איז אוועק און אומאן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:40 pm
דורך בראשית
איר זענט גערעכט ער איז אוועק אין אומן ואתכם הסליחה.
די מעשה וואס מיר האבן גערעדט איז געווען צו ער זאל ליגן אין די נייע בית החיים אדער דו אלטע
נקודה איז די זעלבע
בענין חסידי דאשעוו איז היסטאריקער דוד אסף ווארפט אריין אפאר שורות ווייט פון קענען האבן א קלארע השגה אין די דברים העומדים ברומו של הנייגעריגע
בכלל דארף מען וויסן אז אסאך היסטאריקער בויען גאנצע בנינים אויף דו ווערטער פון תפארת מהרא"ל הסבא משפאלא וואס ער איז באקאנט מיט זיינע פעלשונגען איבערן מהר"ל מפראג דו תפארת מהר"ל א ענליכן נאמען וועגן די גולם. מנחת אלעזר אין דברי תורה רייסט עס אביסל אראפ אבער
ופארט נישט אינגאנצן.
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:46 pm
דורך mevakesh
ווי האב איך אמאל געהערט פון א חסיד?
רבי נתן איז פשוט געווען א שוואנץ און מען האט געמאכט פון די שוואנצונעס תורת אמת
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:14 am
דורך שמעקעדיג
א סקווירא חסיד אפשר?
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:18 am
דורך אהרן
סקווירא איז ברוגז אויף ברסלב בכלל לאו דוקא ר׳ נתן
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:18 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:א סקווירא חסיד אפשר?
זיכער נישט ווייל דער סקווירא׳ר ווייסט ניטאמאל וואס א שוואנץ מיינט, בעסער געזאגט ער ווייסט נישט וואס א ׳נישט שוואנץ׳ מיינט
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:20 am
דורך אהרן
ער ווייסט שויו איינמאל, ער איז יודע את סחורתו ומכוין לשוואנצאנם
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:19 am
דורך ישראלי
שמעתי בשם הגה''צ אבד''ק וואדריזש ''ר' נתן כשלעצמו הוא בדרגתו של המגיד מ'קאזניץ והרבי מלובלין''
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:22 am
דורך mevakesh
ישראלי האט געשריבן:שמעתי בשם הגה''צ אבד''ק וואדריזש ''ר' נתן כשלעצמו הוא בדרגתו של המגיד מ'קאזניץ והרבי מלובלין''
שוין מסתמא האט ער געהערט אזוי פון זיין רבי קיוויאשדער רב ווי קום איך אריינצורעדן
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:25 am
דורך ישראלי
לאו דווקא פשוט ווייל ער איז א גרויסע אוהב ספרים ידען און היסטאריקער ווייסט ער אביסל וואס טוט זיך
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:26 am
דורך mevakesh
ישראלי האט געשריבן:לאו דווקא פשוט ווייל ער אי א גרויסע אוהב ספרים ידען און היסטאריקער ווייסט ער אביסל וואס טוט זיך
אדער ווייל ער וויל אזוי
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:29 am
דורך ישראלי
איך גלייב נישט ווייל ער האט גאנץ א שוואכע נטייה צו ברסלב
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:33 am
דורך mevakesh
בכל אופן די מימרא איז נישט צו דער זאך ופשוט היא
רבי נתן איז געווען א גרויסע מענטש אבער צו זאגען אז בדרגת המגיד מקוזניץ איז נאריש
Re: ראש השנה אין אומאן???
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:35 am
דורך ישראלי
פארוואס נאריש? ער איז א בן דורם
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:36 am
דורך [NAMELESS]
צימעס אלערט#