זוכער האט געשריבן:איך קען אים פערזענליך.
@דולה שרייבט פיין, נאר 50% איבערגעטריבן.
הרב הלברשטאם איז א יחיד בדורו ולא הניח כמותו
שוין ווייטער קומען די כת הלצים אוועק מאכען איינע פון די גאר גרויסע פוסקים וואס אונז פארמאגען. איך מאך ח"ו נישט אוועק אלע אנדערע, קען זיי טייל פון זיי איז חשוב'ער וכיוצ"ב, אבער דאן זאל קומען א צווייטע א שרייבען פון וועמען ער וויל. און ווייל א צווייטע ניק האלט מער פון רבי שלמה גראס זאל טאקע יענע קומען און באשרייבען דעם בעלזא דיין, דמה אני ולו?
אני כשלעצמי האב גענומען דער מוה צו באשרייבען דער ראב"ד דביד"צ ד'קארלסבורג, ווייל אין איהם האב איך געזעהן שטריכטען וואס אנדערע האב נישט, ער האט שטארקע שכל הישר און וועלכע ענין ער נעמנט זיך איבער קומט ער ארויס מיט א געוואלדיגע קלארקייט. פון זיין באנעמונג ווי אזוי ער נעמנט ארום א שאלה דערקענט מען זיין געוואלדיגע בקיאות, וואס ער שרייבט עס זייער קלאר צום פארשטיין.
אוודאי דאס מאכט מיר נאך נישט אנעמען אלע זיינע הוראות ופסקים, דערווייל איז טאקע נאך נישט דער פוסק אחרון אין סיי וועלעכע ענין. אבער דאס נעמנט נישט אוועק דער גאונות וואס ער פארמאגט.
איך ווייס נישט צו די וואס לאכען דא אפ פון איהם קען איהם טאקע אזוי פרעזענטליך, ווייל טאמער אויב יא וואלטן זיי געשריבען פונקט דאס ווי איך אדער עכ"פ מסכים געוועהן מיט מיר. די אלא וואס האבען איהם דא אוועק געמאכט האט דערווייל קיין איינער נישט געשריבען דברים של טעם, נאר בלויז ליצנות לשם קנטר.
היינט האב איך אריין געלייגט דער נאמען פון דער ראב"ד אין היברובוקס, געזעהן ווי גדולי הדור זענען זייער נתפעל פון זיין עמקום און בהירות בהלכה. נו, ראו מה בין בני לבן חמי.