בלאט 3 פון 6
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:39 pm
דורך קאך_לעפל
.
Re: משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:42 pm
דורך שמערל
ירא שמים האט געשריבן:נאר פון די גריכען קען מען דאס וויסען ?
ביזן רמב״ם האט פון דעם נישט געוויסט ?
און די חכמי צרפת וואס האבן נישט געלערנט פילעזאפיע פון וואו האבן זיי געוויסט ?
מיר וועלן אייך לאזן אליין פארענטפערן אייערע שאלות, ווען איר ווייסט די תירוצים קומט צוריק.
דער רמב"ם איז דער ערשטער וואס איז מחדש אז מעיקרי הדת היהדות איז צו גלייבן אז הבורא אינו גוף.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:א נידריג פאלק די אידן, יעדע געדאנק פלאיגירט פון אנדערע און נישט געגעבן קרעדיט, נידער מיט די אידן, מי כעמך הגוים.
וועגן דעם טאקע איז דא אפאר מאדנע באטשי׳ס וואס זענען ממש קראנק און צורידערט וואס האלטן עכט מאדנע אומפארשטענדליכע זאכן, ווי למשל אז אלע אנדערע פעלקער מאכן נאך די יודן, און אויך האלטן זיי אז:
[center]
מי כעמך ישראל!!
נישטא נאך אזא פאלק ווי די יודישע פאלק!![/center]
און עס איז פשוט
נישטא נאך אזא ארגענעלע פאלק ווי די יודן, און אלעס וואס די יודן האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן האט דער באשעפער אליינס געגעבן פאר די יודן
(און נאר פאר די יודן) אויף די בארג סיני, און
אלעס אנדערש איז פאלטש דורך און אדורך, אדער
נאכגעמאכט פון די יודן.
Re: משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 9:14 pm
דורך chaims
ירא שמים האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.
סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?
קרבנות פוי די כנענים איז א בפירושער רמבם דער רמבן דינגט זיך שטארק אויף דעם אנהויב ויקרא
I can't believe I just said that...
Re: משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 9:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ועיי''ש במשך חכמה בביאור דעת הרמב''ם
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 9:36 pm
דורך העלא
אין די גמרא ווערט עס דערמאנט מער ווי 100 מאל
משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:01 pm
דורך ירא שמים
שמערל האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:נאר פון די גריכען קען מען דאס וויסען ?
ביזן רמב״ם האט פון דעם נישט געוויסט ?
און די חכמי צרפת וואס האבן נישט געלערנט פילעזאפיע פון וואו האבן זיי געוויסט ?
מיר וועלן אייך לאזן אליין פארענטפערן אייערע שאלות, ווען איר ווייסט די תירוצים קומט צוריק.
דער רמב"ם איז דער ערשטער וואס איז מחדש אז מעיקרי הדת היהדות איז צו גלייבן אז הבורא אינו גוף.
ב"ה כהאב געטראפן תירוצים
א. דו דרייסט א קאפ
ב. די רמב"ם האט נישט מחדש געווען די ' מושג ' פון הקב"ה אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף.
ג. משה רבנו די נביאים די תנאים ואמוראים ושאר חכמי ישראל עד הרמב"ם ואחר הרמב"ם האבן נאך פארשטאנען חכמת אלוקית אזוי וואו די גריכן.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:08 pm
דורך ירא שמים
הרי לך ל' הרמב"ם בהל' יסדוי התורה פ"א ה"ח
הרי מפורש בתורה ובנביאים שאין הקב''ה גוף וגוייה שנאמר כי ה' אלהיכם הוא אלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, והגוף לא יהיה בשני מקומות. ונאמר כי לא ראיתם כל תמונה. ונאמר ואל מי תדמיוני ואשוה. ואילו היה גוף היה דומה לשאר גופים:
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
קעגן דעם האט מען יד ה' רגלי' וירד ה' וברא האדם בצלמו וכו' וועלכע איז גרינגער צו פארדרייען? און פון לא ראיתם כל תמונה זעהט מען נאר אז אז מען קען אים נישט זעהן, צום מערסטענס אז ער האט נישט דו זעלבע גוף ווי אונז,
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:31 pm
דורך ירא שמים
וואס זאל איך דיר זאגן כבוד הגבאי (אגב מז"ט מיט הצלחה)
די רמב"ם זאגט אז סשטייט אין די תורה .
משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:43 pm
דורך ירא שמים
chaims האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.
סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?
קרבנות פוי די כנענים איז א בפירושער רמבם דער רמבן דינגט זיך שטארק אויף דעם אנהויב ויקרא
I can't believe I just said that...
נישט גענומען אן אדיע פון די כנענים נאר די טעם פון קרבנות איז להוציא מלבן של מצריים וז״ל של הרמב״ן ריש ויקרא. ״ואמר הרב במורה הנבוכים (ג מו) כי טעם הקרבנות בעבור שהמצרים והכשדים אשר היו ישראל גרים ותושבים בארצם מעולם היו עובדים לבקר ולצאן כי המצרים עובדים לטלה והכשדים עובדים לשדים אשר יראו להם בדמות שעירים ואנשי הודו עד היום לא ישחטו בקר לעולם בעבור כן צוה לשחוט אלה השלשה מינין לשם הנכבד כדי שיודע כי הדבר שהיו חושבים כי הם בתכלית העבירה הוא אשר יקריבו לבורא ובו יתכפרו העונות כי כן יתרפאו האמונות הרעות שהם מדוי הנפש כי כל מדוה וכל חולי לא יתרפא כי אם בהפכו אלה דבריו ובהם האריך ״
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:44 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:וואס זאל איך דיר זאגן כבוד הגבאי (אגב מז"ט מיט הצלחה)
די רמב"ם זאגט אז סשטייט אין די תורה .
(ברוכים תהיו) אבער איך ווייז דיר אז פון די תורה אליין וואלט ער נישט געקענט קומן צו אזא מסקנא, עס איז נאר נאכדעם וואס ער האט אויסגעארבעט ע"פ חכמת היונית אז א גאט קען נישט זיין א בעל גוף האט ער געזאגט אז די תורה זאגט אויך אזוי,
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 10:50 pm
דורך ירא שמים
פונ'ם ל' רמב"ם "מפורש" קוקט מיר אויס אז ער מיינט עפעס מער ווי אן אסמכתא בעלמא אבער אה"נ קיין ראי' מוכרחת איז עס נישט .
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:08 pm
דורך שמעון וואלף
צוריק צום נושא פונ'ם אשכול.
דאס איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין בפירוש'ע פסוק אז ס'וועט זיין א משיח וואס וועט אונז ארויס נעמען פון גלות, ווייל טאמער יא וואלט ר' הילל (סנהדרין צט) נישט געקענט זאגן "אין משיח לישראל.
נאר וואס דען?
וויבאלט רוב חכמים האבן געלערענט פשט אין געוויסע פסוקים אז ס'גייט ארויף אויף משיח, און אחרי רבים להטות, ממילא ווער ס'גלייבט נישט אין משיח איז כופר בתורת משה
Re: משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:12 pm
דורך ירא שמים
אין ווען זיי לערנען עס ווען נישט ארויס פון פסוקים נאר זיי זאגן עס ע״פ קבלתם אדער ע״פ רוח קדשם וואלט אנדערש געווען ?
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:31 pm
דורך יתרו
וואס טוט זיך מיט חיים לאחר המוות, שכר ועונש, גן עדן גיהנום, דאס האסטו יא געטראפן א בפירוש'ע פסוק, אפילו אין נ"ך?
עס איז זייער אינטערסאנט אז רוב י"ג עיקרי אמונה איז נישטא קיין בפירוש'ע פסוקים, נאר אסמכתות און דרושים.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:47 pm
דורך moshav zekeinim
איך לאז אייך ווייטער רעדן פונעם נושא האשכול, נאר איך וויל נאר מוסף זיין אויף מיין פריערדיגע תגובה וועגן די מקור צורת הנחת תפילין, וואס איך האב געזען אין אן ארטיקן פון משה וויינפלד אין זיין מאמר "פירושה של קריאת שמע המקראית" אין וועלעכע ער פראבירט צו אידענטיפיצירן דעם מיסטעריעזן "טוטפות" וואס ווערט דורך חז"ל איבערגעטייטשט מיטן אומפארשטענדליכער ווארט "תפילין":
פירוש מעניין ושונה הציע לזהות את ה"טטפת" במלה המצרית ddf.t, המסמנת את סמל נחש האוריאוס שעיטר את מצחו של המלך המצרי כאות להגנה האלוהית הפרושה עליו. הצעה זו חוזקה בעקבות השוואת הטוטפת ל"נזר" שעיטר את ראשו של הכוהן הגדול, אף היא מלה שנגזרה מן המצרית nzr.t, ופירושה במקור: הנחש/האש המגינה על המצח. כיסוי ראשו של הכוהן הגדול אף כלל את ציץ הזהב שעליו נחקק "קדש לה'" (שמות כ"ח 38-36).
תגליות ארכיאולוגיות זרו אור על המנהג לשאת קמיעות על איברי גוף שונים. אף היו חוקרים שהביאו מקבילה מעניינת ביותר מן הספרות האוגריתית לעניין זה. אוגרית היתה עיר בסוריה דהיום, אשר חרבה במאה הארבע-עשרה לפנה"ס, ונחפרה מאז שנות העשרים למאה העשרים. החפירות הארכיאולוגיות באתר חשפו מגוון נרחב ביותר של טקסטים הכתובים בלשון שמית צפון-מערבית שיש לה קירבה מובהקת לעברית. בין השאר נמצאה שם האימרה הבאה: "ראשה תפלי תלי בן ענה", שנתפרש: (על) ראשו תפילין תלוי בין עיניו. מאחר שאין זה סביר שתושבי אוגרית קיימו מצוות הנחת תפילין כ- 700 שנים בטרם נתחבר ספר דברים, סביר להניח כי המונח "תפילין" נשתלשל ממונח שאכן שימש במקורו כדי להורות על קמיע מסוג שנתלה על המצח.
Re: משיח וואו איז דער מקור
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:49 pm
דורך chaims
שוין לאמיר נישט זיין פארנומען מיט שטותים צוריק צו ניקלשבורג...
I can't believe I just said that...
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:50 pm
דורך געוואלדיג
ווען ער זאגט ווען אז די נאמען תפילין שטאמט פון מיצריש מיילע, אבער אז פון א נאמען מאכט ער אז די הלכה פון תפילין קומט פון דארט איז שוין אריינגעקוועטשט.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:38 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:צוריק צום נושא פונ'ם אשכול.
דאס איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין בפירוש'ע פסוק אז ס'וועט זיין א משיח וואס וועט אונז ארויס נעמען פון גלות, ווייל טאמער יא וואלט ר' הילל (סנהדרין צט) נישט געקענט זאגן "אין משיח לישראל.
נאר וואס דען?
וויבאלט רוב חכמים האבן געלערענט פשט אין געוויסע פסוקים אז ס'גייט ארויף אויף משיח, און אחרי רבים להטות, ממילא ווער ס'גלייבט נישט אין משיח איז כופר בתורת משה
הלל האט נישט געלערנט אנדערש די פסוקים, ער האט נאר גע'טענה'ט שכבר אכלוהו.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:39 am
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:ואלה המשפטים פון די... [emoji6]
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
חוקי חמורבי. (איך פאטש מיך אויפן מויל, כ'האב נאר געוואלט אויסכאפן מושב זקנים)
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:55 am
דורך moshav zekeinim
@געוואלדיג: אזוי פיל זעט מען קלאר אז דבריים סגיליים איז געווען אנגענומען צו לייגן אויפן שטערן.
ואל יתמה הדבר בעיניך איך צווה לנו תרתינו לעשות כפי חוקי הגויים המזהמים, ווייל עס איז זייער פארשטענדליך און נאטורליך אז א סימבאלישער זאך ווערט געלייגט ביים שטערן און ביים הארץ (וואו דען, אויף די פיס? אויף די רוקן? אויף די מחי...?), און עס איז לאוו דווקא געווען א מצרישער מנהג, נאר ענדעשער א נאטורליכער מנהג ביי יעדן אומה ולשון, אריין גערעכנט די בעדואינער איזראליטן פון כנען און גושן.
אז מיר דרוקן היינטיגע טעג דברי תורה אין בענדער, מיינט אז מיר האבן "נאכגעמאכט" די גוים ווייל די גוים דרוקן שוין יארן לאנג זייערע זאכן? אז דער פייערדיגער בעל דרשן ובעל תפילה ניצט דער מייק כמנהג ימינו צו זאגן דעם דבר השם אדער הושענות מיינט עס נאכגעמאכט די גוים? (ביידע זענען טאקע נישט אזוי לייכט אנגענומען געווארן ביי חסידים ואנשי מעשה, אבער צום סוף היתירם לבוא בקהל מיט א אידישער שינוי, וואס מעגליך איז דאס אויך געווען די מעשה מיט די תפילין).
נאר וואס דען? יעדער פארשטייט אז היינט ניצן מיר די היינטיגע טאלס פאר עבודת השם, און אמאל בימי המקרא האט מען געניצט די אמאליגע טאלס כמנהג ימיהם פאר עבודת אלקים.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 1:00 am
דורך moshav zekeinim
הלל האט נישט געלערנט אנדערש די פסוקים, ער האט נאר גע'טענה'ט שכבר אכלוהו.[/quote]
בקיצור, אונזער משיח מיטוס פון אן ענטגילטיגער גאולה האט דער הלל נישט געהאט.