בלאט 3 פון 9

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:48 pm
דורך געוואלדיג
אין דעם אשכול וואס אונזער [tag]ווארט זאגער[/tag] ז"ל האט פותח געווען איז געווען א לאנגע שמועס וועגן די נושא,אינטרעסאנט צו מעיין זיין.

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:58 pm
דורך דעת תורה
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:די גאנצע כוזרי טענה איז א רינגעל וואס ענדיגט זיך נישט.
פון ווי ווייס איך אז עס איז געווען 600,000 מענטשן? פון די תורה
איז עס מעגליך אז אלע פון די מענטשן געדענקען די זעלבע מעשה אויף דעם זעלבען אופן? גיי פארצייל פאר צען מענטשן א מעשה היינט און לאמיר הערם פון זיי אין א וואך, וועסטו הערן צען אנדערע מעשיות.
איך גלייב אין מעמד הר סיני באמונה שלימה אבער ביטע ברענג מער נישט דעם כוזרי טענה אלס א ראי', סאיז שוואך.

בימינו ווען סיי וואס פריער ווי טויזנט יאר צוריק איז מוטל בספק, ווייס מיר עס נאר פון די תורה, אבער בימיהם איז דאס געווען ביי זיי א דבר מוסכם, א היסטארישע פאקט, אזוי ווי די מציאות פון נאפאלעאן איז אונז קלאר כאטש מיר האבן עס קיינער נישט אליינס מיט געלעבט. (נישט ממש, ווייל דאס איז סאך נענטער, באט יו געט די פוינט). און די פוינט פון די הוכחה איז אז א באהאלטענע זאך וואס קיינער אדער כמעט קיינער קען עס נישט באשטעטיגן, מען דארף נאר גלייבן מוכאמעד אויפן ווארט אז ער איז טאקע א נביא, איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א אנגענומענע היסטארישע פאקט וואס איז פארגעקומען ברבים און יעדער האט עס מיטגעהאלטן.

אוודאי איז אייביג דא פרטים וואס יעדער דערציילט אנדערש, און אין נאפאלעאן'ס געשיכטע איז אויך דא פרטים און מחלוקת'ער אין די פונקטליכע דעטאלן, און שוין תיכף בימיו איז דאס שוין געווען, אבער די עיקר נקודה אז ס'איז געווען אזא מלך און ער האט מלחמה געהאלטן וכו' איז קאממאן נאולעזש.

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:24 pm
דורך chaims
דעת תורה האט געשריבן:

פין וואו נעמסטו אז עס איז געווען קאממאן נאולעדש דעמאלטס?

I can't believe I just said that...

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:29 pm
דורך ירא שמים
איבער קדמות הזוהר בכלל, וועל איך ענטפערן באזונדער.

דאס האט דעיס געמיינט ? אדער ס׳קומט נאך צו עפעס לגופו של ענין ?

אדנירם האט געשריבן:די סטראשע אז לייקענען אין קדמות הזוהר ברענגט צו אפיקורסות, איז אזוי מאדנע אין אומריכטיג, אז דער נאמען מפיץ היסטריה וואלט ענדערש געפאסט פארן שרייבן אזא תגובה.

איין קורצע שאלה: רבי יהודה אריה ד'מודינה, און רבי יחיא קאפח, ביידע שארפע געגנער'ס צום ספר הזהר [און נישט נאר ווי דער יעב"ץ, נוב"י, תשובה מאהבה, חת"ס, וואס האבן 'נאר' געלייקענט אין קדמות 'כמעט' כל הזוהר]. זענען זיי צום סוף אנגעקומען לכפור בי"ג עיקרים?!

אויב נישט, דאן האקט א טשייניק א צווייטן! אויב זאגט איר אז יא, דאן אודאי האקט א טשייניק א צווייטן...!

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:34 pm
דורך קאצקע ציקער
געוואלדיג האט געשריבן:אין דעם אשכול וואס אונזער [tag]ווארט זאגער[/tag] ז"ל האט פותח געווען איז געווען א לאנגע שמועס וועגן די נושא,אינטרעסאנט צו מעיין זיין.

לאמיר האפן אז אונזער מפיץ זאל נישט אנטרינען ווערן ווי אונזער ווארט זאגער

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:14 pm
דורך diff
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, .

קענסט ברענגען א ראי אז אדם מוריש שקר

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:17 pm
דורך chaims
diff האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, .

קענסט ברענגען א ראי אז אדם מוריש שקר

די אלע ייודען וואס זענען קעגען די סיסטעם אבער זאגען פאר זייערע קינדער אז דאס איז דאס בעסטע זענען לעבעדיגע עדות

I can't believe I just said that...

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:27 pm
דורך diff
מ'רעט מוריש זיין , נישט וואס מ'זאגט פאר די קליינע
אויך איז א חיליק פון וואס מ'ווייסט און וואס מ'גלייבט

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:37 pm
דורך פארוואס?
כ׳פארשטיי נישט די גאנצע מעשה דא.
קומט זיך א איד, און ערלויבט זיך צו חוזק מאכן אז נושאים דא אין ק״ש איז ווי געמאלן וואסער, און וואס האט ער צו מוסיף זיין? ער נעמט זיך מאלן געמאלענע וואסער.
קען מיר איינער אנדייטן אויף איין איינציגער חידוש וואס דער מפיץ האט דא מנפץ געווען?

בקיצור, לאז לעבן.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:53 pm
דורך געוואלדיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:אין דעם אשכול וואס אונזער [tag]ווארט זאגער[/tag] ז"ל האט פותח געווען איז געווען א לאנגע שמועס וועגן די נושא,אינטרעסאנט צו מעיין זיין.

לאמיר האפן אז אונזער מפיץ זאל נישט אנטרינען ווערן ווי אונזער ווארט זאגער

יא, גם אני מצטרף, איך האב זייער הנאה געהאט פון איהם, און נעבעך אזוי פריצייטיג נעלם געווארן, לאמיר האפן צו הנאה האבן פונעם מפיץ און ער זאל בלייבן מיט אונז לאורך ימים ושנים טובות, אבער איך ווארט אויף חידושים, די נושא וואס האט זיך דא אנטוויקלט איז שוין געווארן דארט אויסגעשמועסט אין 15 עמודים.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
chaims האט געשריבן:איך הער קומט אויס אז די יתרון וואס יהדות האט איבער נצרות איז אז יהדות האט אויפגעוויזען מיט התגלות און נצרות נאר מיט א נס
חוץ פון דעם וואס דער חילוק צווישען התגלות און א נס איז מיר נישט קלאר ווייל יעדע התגלות קען זיין א פשוטער נס דהיינו א קונץ וואס דער נביא האט געמאכט איז גאנץ שוואך סתם אזוי צו באזירען א גלויבען אויף דעם חילוק

I can't believe I just said that...

התגלות איז נישט בלויז עפעס א נס און נישט אן "הוכחה", ס'איז די זאך אליין. ס'איז נישט אז די נביא האט באוויזן א קונץ און מילא wow זאלסטו גלייבן, ס'איז דער באשעפער אליין וואס האט זיך באוויזן און געזאגט דאס וויל איך.

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס נוצען די טייטש ארבעט פון קאפח מיינט נישט אז ער איז געבליבען כשר ביי אידען. סך הכל איז דאס א מלאכה ואינה חכמה, און איך גלויב נישט אז מ'האלט ביים פסקנ'ען א שאלה עפ''י דער נייעם טייטש פונ'ם פיהמ''ש. און ארטסקרול יוכיח וואס זייער מתרגם איז נישט קיין גרעסער מאמין ווי קאפח.
און דער חת''ס זאגט דאך ווי מיר. ער האט געגלויבט אין תורת הנסתר, כמבואר בדרשותיו. נאר נישט להלכה, ער האט אלס געקעמפט קעגען פסקנ'ען עפ''י קבלה (עי' ערך גילוח הזקן ועוד), אבער געגלייבט האט ער. אינ'ם קדמות הזהר האט ער טאקע געלייקענט, נישט אז רוב איז שקר, נאר אז אויף יעדער שטיקעל קען מען מסתפק זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס נוצען די טייטש ארבעט פון קאפח מיינט נישט אז ער איז געבליבען כשר ביי אידען. סך הכל איז דאס א מלאכה ואינה חכמה, און איך גלויב נישט אז מ'האלט ביים פסקנ'ען א שאלה עפ''י דער נייעם טייטש פונ'ם פיהמ''ש. און ארטסקרול יוכיח וואס זייער מתרגם איז נישט קיין גרעסער מאמין ווי קאפח.
און דער חת''ס זאגט דאך ווי מיר. ער האט געגלויבט אין תורת הנסתר, כמבואר בדרשותיו. נאר נישט להלכה, ער האט אלס געקעמפט קעגען פסקנ'ען עפ''י קבלה (עי' ערך גילוח הזקן ועוד), אבער געגלייבט האט ער. אינ'ם קדמות הזהר האט ער טאקע געלייקענט, נישט אז רוב איז שקר, נאר אז אויף יעדער שטיקעל קען מען מסתפק זיין.

ליטוואק, אויף דיר וואלט איך עס נישט געגלייבט.
הרב קאפח איז געווען א ריזן גאון און פוסק, וואס זיינע פסקים זענען אנגענומען געווארן בחייו כבמותו ללא עוררין.
און וואס עפעס א רב האט געזאגט אין לעיקוואד איבערן מתרגם פון ארטסקרול, אינטרעסירט מיך גאנץ קנאפ.

ולידיעתך, אויב אפיקורס, איז דאס א ספר שכתבו מין...

ושוב פעם, וואס טוט מען מיטן ארי נוהם?

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:09 pm
דורך ירא שמים
ריכטיג האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:איך הער קומט אויס אז די יתרון וואס יהדות האט איבער נצרות איז אז יהדות האט אויפגעוויזען מיט התגלות און נצרות נאר מיט א נס
חוץ פון דעם וואס דער חילוק צווישען התגלות און א נס איז מיר נישט קלאר ווייל יעדע התגלות קען זיין א פשוטער נס דהיינו א קונץ וואס דער נביא האט געמאכט איז גאנץ שוואך סתם אזוי צו באזירען א גלויבען אויף דעם חילוק

I can't believe I just said that...

התגלות איז נישט בלויז עפעס א נס און נישט אן "הוכחה", ס'איז די זאך אליין. ס'איז נישט אז די נביא האט באוויזן א קונץ און מילא wow זאלסטו גלייבן, ס'איז דער באשעפער אליין וואס האט זיך באוויזן און געזאגט דאס וויל איך.

גוט געזאגט ,
כ׳על נאר אביסל אויסקלארן : דעם אייבערשטן קען מען נישט זען נאר א ראי׳ שכלית זיי האבן פארשטאנען דעם סוד פון אחדות הבורא און געזען אז אנדערש קען נישט זיין, אבער מיר וואס לדאבוננו האבן מיר נישט דעם הכרה מוזן מיר גלייבן און זיך פארלאזן אויף זיי.

הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:26 pm
דורך ירא שמים
https://copy.com/pcC1A3870qgi2l4A
א שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:32 pm
דורך שמערל
אנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:35 pm
דורך ירא שמים
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=4749
קדמות הזהר , אינטערעסאנט וואס קיינער האט נאכנישט צוגעצייכנט.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:36 pm
דורך יתרו
שמערל האט געשריבן:אנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.

אזוי נישט מיר נישט דיר נישט אריינגעריקט נאך פינעף קשיות...

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:38 pm
דורך קאצקע ציקער
שמערל האט געשריבן:אנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.

פאר אמונה פשוטה און פאר שפירען אמונה אין הארטץ , איז נאר דא איין עצה: זיך פילעווען אין חסידישע ספרים!! כך נראה לעניות דעתי

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:39 pm
דורך שמערל
גערעכט. אבער דאכט זיך אז ביים פותח האשכול איז דאס דער אלטימעיט תירוץ אויף אלע קשיות. דאן פארוואס פארברענגן די צייט אין סירקילס, זאל ער אונז אביסל משפיע זיין מיט אמונה פשוטה, און אלע קושיות וועלן עוועפארירן כחלום יעיף.

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:40 pm
דורך שמערל
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:אנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.

פאר אמונה פשוטה און פאר שפירען אמונה אין הארטץ , איז נאר דא איין עצה: זיך פילעווען אין חסידישע ספרים!! כך נראה לעניות דעתי

איר זענט ערנסט?

Re: הפצת אמונה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:57 pm
דורך ירא שמים
בילד

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 11:11 pm
דורך petergrifin
.